א. שענקער — "ייִדן־קרבנות פֿון סטאַלין־רעזשים" |
אין זײַן אַרטיקל "אַן אינטערוויו מיט דער סאָוועטיש-ייִדישער דעלעגאַציע" (דעם 8טן יולי 1943) האָט דער "פֿאָרווערטס"-סאָוועטאָלאָג מענדל אָשעראָוויטש ציטירט זײַן קאָלעגע פֿון "דער מאָרגן-זשורנאַל", י. ל. טעלער. יענער האָט געשמועסט מיט די צוויי סאָוועטישע קולטור-טוער, שלמה מיכאָעלס און איציק פֿעפֿער, וואָס זײַנען זומער 1943 געקומען קיין ניו-יאָרק ווי פֿאָרשטייער פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. הגם דעם קאָמיטעט האָבן קיין ייִדן ניט אויסגעקליבן, נאָר זײַן פּערסאָנאַל איז געווען באַשטימט דורך די סאָוועטישע מלוכה-אינסטאַנצן, האָבן מיכאָעלס און פֿעפֿער געטענהט, אַז זיי האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט די סאָוועטישע ייִדן. אין אַ געוויסן זין איז עס געווען אַ פּרינץ ראובֿני-געשיכטע. אפֿשר ניט צופֿעליק האָט דוד בערגעלסאָן בשעת דער מלחמה אָנגעשריבן אַ פּיעסע וועגן דעם דאָזיקן אַוואַנטוריסטישן ייִדישן העלד, וואָס איז אַרומגעפֿאָרן איבער דער מיטלעלטערלעכער אייראָפּע ווי אַ פֿאָרשטייער פֿון אַ ניט-עקזיסטירנדיקער ייִדישער מדינה.
אַזוי צי אַזוי, אָבער טעלער האָט מיט די סאָוועטישע געסט גערעדט ניט ווי אַ קולטור-טוער (טעלער איז אַליין געווען אַ דיכטער) מיט קולטור-טוער, נאָר ווי אַ פּאָליטישער זשורנאַליסט מיט פּאָליטישע טוער. געשטעלט האָט ער זיי אַזעלכע פֿיר קשיות (ציטירט פֿון אָשעראָוויטשעס אַרטיקל):
"ערשטנס, האָט ער בײַ זיי געפֿרעגט, 'וואָס זײַנען די אויסזיכטן, אַז דאָס סאָוועטישע ייִדנטום זאָל, נאָך דער מלחמה, אין אַנדערע לענדער, אונטערנעמען פּאָליטישע און רעליף [=הילף]-אַקציעס פֿאַר כּלל-ישׂראל?'
דאָס איז איין פֿראַגע.
צווייטנס, האָט ער בײַ זיי געפֿרעגט, 'צי עס איז דאָ אַ נײַע אײַנשטעלונג בײַ די אָפֿיציעלע סאָוועטיש-ייִדישע טוער און בײַ דער סאָוועט-רעגירונג אין באַצוג צום ציוניזם און צו ארץ-ישׂראל?'
דריטנס, האָט ער געוואָלט וויסן, 'ווי האַלט עס מיט דער ייִדישער קולטור אין סאָוועט-רוסלאַנד?'
און פֿערטנס — ׳ווי האַלט עס דאָרט מיטן אָרטאָדאָקסישן ייִדנטום?׳"
מע קען זיך נאָר פֿאָרשטעלן, ווי אַזוי אַזעלכע פֿראַגעס האָבן געמאַכט משוגע מיכאָעלסן און פֿעפֿערן. זיי זײַנען געקומען פֿון אַ לאַנד, וואָס איז ממש אויסגעגאַנגען אין אַ בלוטיקער מלחמה מיט די דײַטשן, און דאָ קומט אַ זשורנאַליסט און שטעלט זיי קלאָץ-קשיות. פֿאַר זיי, ווי פֿאַר ס'רובֿ סאָוועטישע מענטשן, איז געווען נאָר איין פֿראַגע: ווען וועלן די אַמעריקאַנער און די ענגלענדער סוף-כּל-סוף עפֿענען אין אייראָפּע דעם "צווייטן פֿראָנט"? פֿאַר די ייִדן איז געווען אין דער דאָזיקער הויפּט-פֿראַגע אַ באַזונדערער קאָנטעקסט פֿון באַפֿרײַען וואָס גיכער די דערווײַל לעבעדיקע ייִדן, וואָס זײַנען געווען אין די דײַטשישע הענט.
מע קען אויך פֿאַרשטיין, ווי מיכאָעלס און פֿעפֿער האָבן געמאַכט משוגע די אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס האָבן גוט פֿאַרשטאַנען, אַז די סאָוועטישע דעלעגאַציע איז געווען אַ ריין-פּראָפּאַגאַנדיסטישע אונטערנעמונג, וואָס פֿאַרשיידענע פּאָליטישע שטראָמען האָבן געפּרוּווט אויסנוצן פֿאַר זייערע צילן. אָבער קיין פּראַקטישן זין האָט די דאָזיקע נסיעה ניט געהאַט, אָדער כּמעט ניט געהאַט, לכל-הפּחות פֿאַר סאָוועטישע ייִדן. נאָך מער, וועט מען אין פֿינף יאָר אַרום די סמעטענע פֿון דער סאָוועטיש-ייִדישער קולטור אויסהרגענען טאַקע צוליב זייערע — כּלומרשט אַנטי-סאָוועטישע — קאָנטאַקטן מיט אַמעריקע.
די צוויי קולטור-טוער זײַנען קיין אַמעריקע געקומען מיט פּוסטע הענט. קיין ענטפֿערס אויף טעלערס פֿיר קשיות, צי אויף צענדליקער אַנדערע שאלות, האָבן זיי ניט געהאַט. אַן אַנאָנימער "פֿאָרווערטס"-רעפּאָרטער האָט געשריבן ("וואָס ס'איז פֿאָרגעקומען בײַ דער באַגעגעניש צווישן ייִדישע שרײַבער און דער ייִדיש-סאָוועטישער דעלעגאַציע", דעם 16טן יולי 1943), אַז מיכאָעלס איז "אַ גלענצנדער רעדנער. און נאָך אַ מעלה: ער האָט אַ גרויסן טאַלאַנט צום רעדן און גאָרנישט ניט זאָגן. ער רעדט שיין, בילדלעך, אָבער טראַכט איר איבער דאָס, וואָס ער האָט געזאָגט — קומט איר צום אויספֿיר: ער האָט דאָך גאָרנישט געזאָגט."
מיט עטלעכע וואָכן צוריק בין איך אַרײַן אין דעם ברײַטאָן-ביטשער ביכער-געשעפֿט "טשאָרנאָיע מאָריע" ("שוואַרצער ים"), וווּ מע קען קויפֿן בוקיניסטישע רוסישע ביכער. זע איך פּלוצעם, אַז עס שטייט דאָרט אַ באַנד, אַרויסגעגעבן אין 1965 אין מאָסקווע, וואָס איז כּולל מיכאָעלסעס אַרטיקלען. האָב איך עס געקויפֿט און איבערגעלייענט די רײַזע נאָטיצן מכּוח אַמעריקע. זיי זײַנען זייער גוט אָנגעשריבן און גיבן איבער די אַטמאָספֿער פֿון יענער צײַט, און אויך די לעקסיק די דעמאָלטיקע, למשל: "די טראָצקיסטיש-מענטשעוויסטישע פֿאַשיסטישע וואָראָנעס" — אַ פּנים, וועגן די לײַט פֿון דער "פֿאָרווערטס"-סבֿיבֿה. אָבער טאָמער ווילט איר, אויף אַ בעלנות, פֿאַרשטיין, צוליב וואָס דער מחבר און פֿעפֿער זײַנען אויסגעפֿאָרן די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וועלן די אַרטיקלען אײַך קליגער ניט מאַכן. אין אַקאַדעמישער ליטעראַטור וועט מען אַזעלכע יאַזדעס אָנרופֿן "קולטור-דיפּלאָמאַטיע": צו פֿאָרן און איבערחזרן די זעלבע זאַכן, וואָס מע האָט שוין אַזוי אויך געוווּסט פֿון דער סאָוועטישער פּראָפּאַגאַנדע.
צוריק, אָבער, זײַנען די צוויי דעלעגאַטן געקומען אָנגעלאָדן מיט אַ פּלאַן פֿון בויען אַ ייִדישע רעפּובליק אין קרים — אַ מין קיבוץ-גלויות פֿאַר ניצול-געוואָרענע ייִדן. מיט דער אידעע האָט מען זיי אָנגעשטעקט בשעת די באַגעגענישן, וואָס זיי האָבן געהאַט מיט אַ צאָל אַמעריקאַנער ייִדישע דעה-זאָגער. און נאָך איין געדאַנק האָבן מיכאָעלס און פֿעפֿער אַרויסגעטראָגן פֿון דער נסיעה: אַז זיי זײַנען טאַקע פֿאָרשטייער פֿונעם סאָוועטיש-ייִדישן פֿאָלק און זיי מוזן, דערפֿאַר, זיך באַשעפֿטיקן ניט בלויז מיט פּראָפּאַגאַנדע (צוליב וואָס דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט האָט מען געשאַפֿן אונטערן דאַך פֿון דער מלוכישער אינפֿאָרמאַציע-דינסט "סאָוואינפֿאָרמביוראָ"), נאָר אויך מיט שתּדלנות.
די צרה איז באַשטאַנען אין דעם, וואָס דער געניאַלער אַקטיאָר שלמה מיכאָעלס און דער טאַלאַנטירטער דיכטער איציק פֿעפֿער זײַנען, ערשטנס, געווען בירגער (און פּאַטריאָטן) פֿון אַ בלוטיקן טאָטאַליטאַרן רעזשים און, צווייטנס, זיך גאָר ניט אויסגעטויגט ווי פּאָליטיקער. ווי מיר ווייסן איצט, האָבן די שתּדלנות-איניציאַטיוון זייערע געפֿירט צו אַ טראַגישן סוף. עס הייסט ניט, אַז אָן דער אַמעריקאַנער רײַזע וואָלט דער סטאַלין-רעזשים דערלויבט דער סבֿיבֿה פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט צו פֿירן רויִק די קולטור-טעטיקייט. אָבער אָן דער רײַזע וואָלט דער סצענאַר פֿון ליקווידירן דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט געווען, בלי-ספֿק, אַן אַנדערער, און די רדיפֿות קעגן די ייִדישע קולטור-טוער וואָלטן, אפֿשר, געווען ניט אַזעלכע בלוטיקע.
אין מאַרץ 1956 וועט דעם "פֿאָרווערטס"-זשורנאַליסט לעאָן קרישטאַל אויסקומען צו אַנטפּלעקן דעם טראַגישן גורל פֿון די ייִדישע קולטור-טוער, וועלכע מע האָט אומגעבראַכט אין סאָוועטישע טורמעס און לאַגערן. אָבער וועגן דעם האָב איך שוין געשריבן אין איינעם פֿון מײַנע פֿריִערדיקע אַרטיקלען צו 110 יאָר פֿון "פֿאָרווערטס" ("לעאָן קרישטל: אַ זשורנאַליסט מיט אַ שפּור אין דער געשיכטע", דעם 10טן נאָוועמבער 2006).