ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Marci Shore. Caviar and Ashes: A Warsaw Generation
Marci Shore. Caviar and Ashes: A Warsaw Generation

דאָס בוך דערציילט די געשיכטע פֿון אַ גרופּע פֿון פּוילישע אינטעליגענטן, וועלכע האָבן געהאַט דרײַ ליבעס אין זייער לעבן: מאָדערנע ליטעראַטור, סאָציאַליזם און די שטאָט וואַרשע. דאָס זײַנען געווען מענער און פֿרויען, וועלכע האָבן געגעבן דעם טאָן אין דער פּוילישער קולטור אינעם 20סטן יאָרהונדערט. אַלע האָבן זיי געשריבן לידער, אָבער זייער חלום איז געווען צו שאַפֿן אַ נײַ לעבן אין פּוילן און אין דער וועלט. אַלכּסנדר וואַט און זײַן פֿרוי אָלאַ, וולאַדיסלאַוו בראָנעווסקי און זײַן פֿרוי יאַנינאַ, יוליאַן טובֿים, וואַנדאַ וואַסילעווסקאַ, יאַראָסלאַוו איוואַשקעוויטש, אַנטאָני סלאָנימסקי, ברונאָ יאַסענסקי — אַלע זײַנען זיי געווען די דעה־זאָגער פֿון דער מאָדערנער פּוילישער ליטעראַטור. אָבער מאַרסי שאָר באַטראַכט זיי ניט ווי ליטעראַטן, נאָר ווי עפֿנטלעכע פּערזענלעכקייטן.

די כראָנאָלאָגישע גרענעצן פֿון דער פֿאָרשונג ווערן באַשטימט דורך דעם פֿופֿציק־יאָריקן אינטערוואַל צווישן דעם אויפֿקום פֿון דער אומאָפּהענגיקער פּוילישער מלוכה אין 1918 און דעם לעצטן גירוש פֿון פּויליש־ייִדישער אינטעליגענץ, אין 1968. די מלחמח האָט צעבראָכן די דאָזיקע תּקופֿה אויף צוויי פֿאַרשידענע טיילן. דאָס בוך באַזירט זיך אויף אַ שלל פֿון ראַיות פֿון פֿאַרשידענע מינים: זכרונות, בריוו, אינטערוויוען, אַרטיקלען און מאַנוסקריפּטן, וועלכע זײַנען צעזייט און צעשפּרייט איבער אַרכיוון פֿון דער גאַנצער וועלט. די פֿאָרשערין האָט אויפֿגעטאָן אַ ריזיקע אַרבעט, כּדי צונויפֿצוקלײַבן הונדערטער שערבלעך אויף זייער פֿריִערדיק אָרט. ווי אַ רעזולטאַט איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן אַ לעבעדיקער קאָלעקטיווער פּאָרטרעט פֿונעם סאַמע קאָמפּליצירטן און סתּירותדיקן דור אין דער גאַנצער פּוילישער געשיכטע. דאָס בוך איז אָנגעשריבן מיט אַ סך התמדה און מי, אָבער עס לייענט זיך ווי אַ שפּאַנענדיקער ראָמאַן.

די ייִדישע טעמע פֿאַרנעמט אַ וויכטיק אָרט אין דער דאָזיקער געשיכטע. אַלע העלדן, סײַ ייִדן און סײַ ניט־ייִדן, האָבן געהאַט קאָמפּליצירטע באַציִונגען מיט ייִדישקייט. ייִדן, ווי למשל, יוליאַן טובֿים און אַלכּסנדר וואַט, זײַנען געווען מיט מסירת־נפֿש איבערגעגעבן דער פּוילישער קולטור, אָבער איינצײַטיק האָבן זיי שאַרף געפֿילט זייער פֿרעמדקייט. וואַט, אַן אַטעיִסט פֿון זײַן יוגנט, איז געוואָרן אַ גלייביקער קריסט אין דער סאָוועטישער תּפֿיסה, אָבער שפּעטער האָט ער זיך אומגעקערט צו ייִדישקייט. פֿאַרשיקט אין קאַזאַכסטאַן, האָט ער זיך געפֿונען צווישן פֿרומע פּוילישע ייִדן. אונטער זִײַן השפּעה האָבן זיי זיך אַלע אָפּעזאָגט אָנצונעמען די סאָוועטישע בירגערשאַפֿט, ווײַל זיי האָבן געוואָלט בלײַבן געטרײַ זייער פּוילישן היימלאַנד. אייניקע פּוילישע אינטעליגענטן, ווי למשל, דער שרײַבער יאַראָסלאַוו איוואַשקעוויטש, פֿלעגט פֿאַר דער מלחמה ניט זעלטן אַרויסווײַזן זײַן אַנטיסעמיטישע גיפֿט, אָבער בעת דער אָקופּאַציע, האָבן איוואַשקעוויטש און זײַן פֿרוי געראַטעוועט ייִדן, ריזיקירנדיק מיט זייער לעבן און מיטן לעבן פֿון זייערע קרובֿים.

יעדע פּערזענלעכע געשיכטע אינעם בוך איז אַ ראָמאַן פֿאַר זיך, פֿולגעפּאַקט מיט כּלערליי קאָמישע, דראַמאַטישע און טראַגישע קערן. דאָ געפֿינט מען מעשׂיות וועגן לינקע ליבעס, מסירות, העראָישער מסירת־נפֿשדיקייט און קליינלעכע פֿאַרראַטן. דאָס זײַנען געווען מענטשן, וועלכע האָבן זיך פֿאָרמירט אין דער פֿרײַער אַטמאָספֿער פֿון וואַרשעווער קאַפֿע־הײַזער, וווּ זיי האָבן זיך געפֿירט פֿרײַ און אָפֿטמאָל — טעאַטראַליש. זייער וועלט איז חרובֿ געוואָרן אין סעפּטעמבער 1939, און באַלד האָט דער גורל זיי צעוואָרפֿן: עס איז ווער געזעסן אין די סאָוועטישע תּפֿיסות, ווער אין די דײַטשישע לאַגערן און ווער — דאָס זײַנען געווען די גליקלעכסטע — אין עמיגראַציע אין ענגלאַנד, אַמעריקע, בראַזיל.

דער אומקער קיין וואַרשע נאָך דער מלחמה איז געווען אַ שווערער אויספּרוּוו. מען האָט זיך געמוזט צופּאַסן צו די נײַע סאָוועטישע באַלעבאַטים און זייערע פּוילישע משרתים. די אַמאָליקע קאָמוניסטן און ליבעראַלן זײַנען אַדורך פֿאַרשידענע מינים אידעאָלאָגישע און שאַפֿערישע גילגולים. וואַט, אַ מאָל דער רעדאַקטאָר פֿון אַ וויכטיקער פּראָ־קאָמוניסטישער ליטעראַרישער צײַטשריפֿט, איז געוואָרן אַ קאַטוילישער דיסידענט. דער ליבעראַלער סקעפּטיקער אַנטאָני סלאָנימסקי, האָט אויף אַ ווײַלע אָנגעטאָן אַ מאַסקע פֿון אַ סטאַליניסט. וואַנדאַ וואַסילעווסקאַ, די טאָכטער פֿון פּילסודסקיס אַ נאָענטן חבֿר און דעם ערשטן פּוילישן אויסערן־מיניסטער, איז געוואָרן אַ פֿאַרביסענע סטאַליניסטקע און סאָוועטישע פּאַטריאָטקע, און האָט חתונה געהאַט מיטן אוקראַיִנישן דראַמאַטורג קאָרנייטשוק און איז פֿאַרבליבן לעבן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

די ראָלע, וואָס וואַנדאַ וואַסילעווסקאַ און איר "פֿאַרבאַנד פֿון פּוילישע פּאַטריאָטן" האָבן געשפּילט אין מאָביליזירן די פּאָליאַקן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד בעת דער מלחמה איז ענלעך אויף דער טעטיקייט פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט אונטער מיכאָעלסעס פֿירערשאַפֿט. אַזוי ווי מיכאָעלס, איז וואַסילעווסקאַ געווען אַ לײַדנשאַפֿטלעכער אָראַטאָר און אַ מענטש מיט אַ ברייטער ערודיציע. אין דעם קריטישן מאָמענט פֿון דער מלחמה אין די יאָרן 1942־1943, האָט זיך סטאַלין גענייטיקט אין זייער הילף, אָבער שפּעטער האָט ער זיך שוין געקאָנט באַגיין אָן זיי. וואַסילעווסקאַ האָט עס פֿאַרשטאַנען און איז אַוועק פֿון דער אַקטיווער פּאָליטיק. דער "פֿאַרבאַנד פֿון פּוילישע פּאַטריאָטן" איז צעלאָזט געוואָרן אין 1946, און וואַסילעווסקאַ האָט באַשלאָסן ניט צו פֿאַרנעמען קיין אַמט אין דער נײַער קאָמוניסטישער רעגירונג אין וואַרשע. אנשטאָט דעם, האָט זי צוזאַמען מיט קאָרנייטשוק אָנגעשריבן אַן אָפּערע וועגן באָגדאַן כמעלניצקי. אַ סבֿרה, אַז מיכאָעלס און אַנדערע סאָוועטיש־ייִדישע טוער האָבן ניט דערשאַצט די סכּנה און ווײַטער אָנגעגאַנגען מיט זייער פּאָליטיק.

מאַרסי שאָרס בוך שפּיגלט קודם־כּל אָפּ דאָס פּריוואַטע לעבן, די פּאָליטישע אַקטיוויטעט און קינסטלערישע שעפֿערישקײַט פֿון אירע העלדן. אַלע זײַנען זיי געווען קאָמפּליצירטע און סתּירותדיקע פּערזענלעכקייטן, וועלכע לאָזן זיך ניט מישפּטן, לויט דער פּשוטער שוואַרץ־ווײַסער סקאַלע. די גרעסטע מעלה פֿונעם בוך ליגט אין דער רעקאָנסטרוקציע פֿון דער אַטמאָספֿער פֿון יענער תּקופֿה, וועלכע איז געווען אויסגעפֿילט מיט התלהבֿות און פּחד, ליבע און שׂינאה, קינאה און באַוווּנדערונג.