ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
בעת דער אונטערנעמונג אין "לייוויק־הויז"
בעת דער אונטערנעמונג אין "לייוויק־הויז"

דעם 4טן מערץ, פּורים, איז אין אַ יום-טובֿדיקער שטימונג פֿאָרגעקומען די דערעפֿענונג פֿונעם נײַעם צוויי־שפּראַכיקן ייִדיש-עבֿרית דערציִונג־צענטער — "קינדערוועלט" — אינעם "לייוויק־הויז", תּל־אָבֿיבֿ. אַרום צוואַנציק קינדער צוזאַמען מיט זייערע עלטערן און עטלעכע זיידע-באָבעס זענען זיך צונויפֿגעקומען אין אַ נײַ-רעמאָנטירט אָרט, וווּ קליינע קינדער און יוגנטלעכע קאָנען זיך שפּילן, פֿאַרווײַלן און באַקומען אַ דערציִונג אין גײַסט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. די עיקר־דערגרייכונג איז שוין דער פֿאַקט, וואָס ס׳האָבן זיך אַנטפּלעקט עלטערן פֿונעם אַרומיקן קוואַרטאַל אין צענטער תּל-אָבֿיבֿ, וועלכע נעמען אויף מיט פֿרייד אָט די דערשײַנונג און זענען גרייט צוצושטעלן אַ פּלייצע, כּדי דער דאָזיקער פּראָיעקט זאָל מצליח זײַן. אַזעלכע עלטערן האָבן זיך באַקענט איינער מיטן אַנדערן און אויך זיך דורכגעשמועסט מיט דער דירעקטאָרין פֿון "קינדערוועלט", שירלי נאָוויק, וועלכע איז שוין דעם לעצטן פֿרײַטיק אַרויסגעטראָטן אין אַ פּאָפּולערער טעלעוויזיע־פּראָגראַם, מעלדנדיק, אַז אין די ראַמען פֿון "לייוויק־הויז" עפֿענען זיך איצט די טירן און מ'פֿאַרבעט קינדער און עלטערן זיך צו באַטייליקן אין און געניסן פֿון אַ קוואַליטאַטיווער ייִדישער דערציִונג.

די לערערין שולה שפּיראָ מיט איר באַהעלפֿערין גילה בנימין האָבן געלערנט מיט די קינדער ווי אַזוי צו פֿאַרבן פּורים-מאַסקעס און גראַגערס; די פּאַנטאָמימערין טאַטיאַנאַ מאָלאָביצקי האָט שטאַרק אויסגענומען מיט איר רײַכער פּראָגראַם. ס'איז געווען אַ פּאַסיקער כּיבוד און דער עולם האָט געהערט אַזעלכע קאָמפּאַקטלעך ווי "די גרינע קאַטשקע" און די ווידעאָ־אויפֿפֿירונג פֿונעם "פּריפּעטשיק־אַנסאַמבל" פֿון ניו-יאָרק.

דער פּובליקום האָט האַרציק באַדאַנקט און אויפֿגענומען מיט אַפּלאָדיסמענטן דאָס ליד, וואָס די דיכטערין רבֿקה באַסמאַן האָט געשאַפֿן אויף ייִדיש ספּעציעל פֿאַר דער פֿײַערלעכער געלעגנהייט.

אויף פּורים בײַטן מיר די קליידער,
פֿאַרשטעלן זיך אין וואָס נאָר אונדז געפֿעלט.
מיר זינגען און מיר גראַגערן אין פֿריידן,
אַז וועגן המן־הרשע הערן זאָל די וועלט.

די קינדער רעדן נאָך ניט קיין פֿליסיקן ייִדיש, נאָר זיי וועלן זיך בהדרגהדיק לערנען. זיי וועלן זיך אויך דערוויסן, אַז אין זעלבן הויז וווּ זיי לערנען זיך, קומען זיך צונויף ייִדישע שרייבער, מע באַהאַנדלט ליטעראַרישע טעמעס און מען גיט אַרויס נײַע ייִדישע ביכער. בקיצור, נייע קלאַנגען זענען געהערט געוואָרן די טעג אין בנין פֿון די ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל. לאָמיר האָפֿן, אַז די קלאַנגען וועלן זיך מערן און אויך אַנדערע אינסטיטוציעס איבערן לאַנד זאָלן דערפֿון נעמען אַ מוסטער.

פֿרײַנד אין לאַנד און אויסלאַנד, וועלכע ווילן צושיקן שיינע מתּנות, ווי לערן-מאַטעריאַלן, שפּילצײַג, טאַשמעס און קאָמפּאַקטלעך פֿאַר אָט דעם וויכטיקן פּראָיעקט, ביטע פֿאַרשרײַבט אײַך דעם אַדרעס:

"בית לייוויק"
קינדערוועלט
רח' דבֿ הוז 30 ,תּל-אָבֿיבֿ, ישׂראל

info@leyvik.org.il

www.leyvik.org.il

דירעקטאָרין — שירלי נאָוויק; לערערינס — שולה שפּיראָ און גילה בנימין