|
אויף דער פּאַריזער מעטראָ־סטאַנציע |
|
די נעמען פֿון די סטאַנציעס אינעם פּאַריזער מעטראָ האָבן ווייניק צו טאָן מיט ייִדן אָדער ייִדישקייט. ס׳איז אָבער כּדאַי אפֿשר צו דערמאָנען די סטאַנציעס, אָנגערופֿן נאָך דעם שרײַבער עמיל זאָלאַ און דעם פּאָליטיקער זשאַן זשאָרעס, וואָס זיי ביידע האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם "דרייפֿוס־פּראָצעס" און דערפֿאַר האָבן זיי געהאַט אַ פּאָזיטיווע השפּעה אויפֿן ייִדישן לעבן אינעם דעמאָלטיקן פֿראַנקרײַך.
עס זענען פֿאַראַן נאָך דרײַ סטאַנציעס: "ווילזשויִף לעאָ לאַנגראַנזש", "ווילזשויִף פּאָל ווײַאַן קוטוריע" און "ווילזשויִף לויִ אַראַגאָן", וואָס געפֿינען זיך אין דער פּאַריזער פֿאָרשטאָט מיטן מאָדנעם נאָמען "ווילזשויִף" — "אַ ייִדישע שטאָט".
נאָר צי איז דער נאָמען באמת אַ ייִדישער? מ׳האָט זייער לאַנג געמיינט, אַז יאָ; נאָך אינעם 12טן יאָרהונדערט, אין אַ פּויפּסטלעכער בולאַ איז דאָס דאָזיקע אָרט, וווּ עס געפֿינען זיך אוראַלטע רוימישע רויִנען, דערמאָנט געוואָרן ווי "ווילאַ יודעאַ" — "אַ ייִדישע שטאָט". די מאָדערנע היסטאָריקער האַלטן, אָבער, אַז דער דאָזיקער ייִשובֿ האָט, מסתּמא, פֿון אָנהייב געטראָגן דעם נאָמען פֿונעם גאַלאָ־רוימישן ערד־אייגנטימער יוּוויוס, וואָס זײַן נאָמען איז שפּעטער "פֿאַרייִדישלעכט" געוואָרן, צוליב פֿאָלקס־עטימאָלאָגיע.
אַזוי צי אַנדערש, זעט מען אין דער פּאַריזער פֿאָרשטאָט ווילזשויִף קוים עפּעס ייִדישס. און פֿאַרקערט: די מעטראָ־סטאַנציע אינעם ייִדישן קוואַרטאַל מאַרע, באַקאַנט אויף ייִדיש אויך ווי דאָס "פּלעצל", הייסט גאַנץ קריסטלעך — סאַנט־פּאָל. אַן אַנדער פּאַריזער מעטראָ־סטאַנציע "באַרבעס־ראָשעשואַר" האָט אויך עפּעס אַ קריסטלעכן טעם: דער צווייטער טייל פֿונעם נאָמען איז געגעבן געוואָרן לכּבֿוד מאַרגעריטע ראָשעשואַר (1665—1727) — די אַמאָליקע אָנפֿירערין פֿון אַ מאָנאַסטיר אויפֿן באַרג מאָנמאַרטר.
די ייִדן, וואָס זענען געקומען קיין פּאַריז נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָבן ווייניק געוווּסט וועגן די אַלטע פֿראַנצייזישע מאָנאַסטירן און זייערע באַלעבאַטים; איז וואָס זשע געוואָרן פֿון "ראָשעשואַר"? — "ראש־השנה"! מ׳האָט געזאָגט: די מעטראָ־סטאַנציע "באַרבעס ראש־השנה". גיי פֿרעג, וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט דער רעוואָלוציאָנער אַרמאַן באַרבעס צו דעם ייִדישן יום־טובֿ! וועגן דעם אמתן פֿראַנצייזישן נאָמען פֿון דער סטאַנציע קען מען, אָבער, פֿרעגן די זעלבע קשיא: וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט אַ גאָר קריסטלעכע פֿרוי מיט אַן אַלטן פֿראַנצייזישן אַדל־ייִחוס, צום גאָר לינקן פּאָליטיקער פֿונעם 19טן יאָרהונדערט?
אַן ענלעכן "גורל" האָבן געהאַט די אַנדערע סטאַנציעס און גאַסן, וווּ עס האָבן געוווינט די נײַ־אָנגעקומענע ייִדישע עמיגראַנטן. אַזוי אַרום איז "לאַ שאַפּעל" געוואָרן "לאַ כאַפּעלע" (אַזוי לייענט זיך דאָס פֿראַנצייזישע וואָרט אויף פּויליש); און דער בולוואַר "סעבאַסטאָפּאָל" האָט אָנגעהויבן צו קלינגען ווי "שבת־טעפּל".
אַז מע וויל כאַפּן אַ שפּאַציר אינעם פּאַריזער מעטראָ אויף אַ "ייִדישן" מאַרשרוט, קען מען פֿאָרן ביז "רעאַמור שבת־טעפּל", אַריבערגיין אויף אַן אַנדער ליניע, פֿאָרן ווײַטער ביז "באַרבעס ראש־השנה", אַריבערגיין נאָך אַ מאָל, און דורכפֿאָרן נאָך אַ סטאַנציע, ביז "לאַ כאַפּעלע"... אינעם פּאַריזער מעטראָ מוז מען תּמיד בײַטן די ליניעס! און וועגן דעם איז טאַקע דאָ נאָך אַ מעשׂה, וואָס מאַרי־קריסטין וואַראָל דערציילט אין איר לערנבוך פֿון דער שפּראַך דזשודעזמאָ: צוויי ספֿרדישע מיידלעך שטייען לעבן דער סטאַנציע "טראָקאַדעראָ" און לאַכן. "טראָקאַר" מיינט אויף דזשודעזמאָ "בײַטן", און "טראָקאַדעראָ" — עפּעס ווי אַ "מאַנקאָליע צו בײַטן". און אויף אָט־דער סטאַנציע קען מען טאַקע אויכעט בײַטן די באַן — פֿון דער ליניע זעקס אויף דער ליניע נײַן.