ליטעראַטור
פֿון לעוו בערינסקי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יעקבֿ בעסער (בסר) איז געבוירן געוואָרן אין קאַליש, פּוילן. די קינדעד־יאָרן פֿאַרבראַכט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, וווּ די פֿאַמיליע האָט זיך געראַטעוועט פֿון די דײַטשן. יענע ווײַטע יאָרן אין רוסלאַנד מיט דער ווײַסער ליכט פֿון פֿאַרשנייטע פֿעלדער און בערעזעס, פֿון דער מאַמעס יונג פּנים, — איז ווי אַ געהיים־טיפֿער גען, אויף תּמיד אַרײַן אין זײַן זכּרון, אין זײַן לעבן און זײַן פּאָעזיע. אין בעסערס דיכטונג איז די קעגנוואַרט פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט ניט אָפּצוטיילן, בלויז עפּעס אַ קורצינקע שורה גיט אונדז דאָ און דאָרט צו פֿאַרשטיין: וואָס געהערט צום "אַמאָל", און וואָס קומט "איצט" פֿאָר. און אויף דער פֿראַגע "וואָס וועט זײַן?" געפֿינט דער לייענער אין בעסערס לידער ניט קיין ענטפֿער, בלויז אפֿשר נאָר אַ פֿילאָסאָפֿישע טרייסט, דעם אַלטן תּלמודישן פֿאַטאַליזם פֿון דער ביז הײַנט אַקטועלער סענטענץ: "אין מוקדם ומאוחר בתּורה".

אין 1946 האָט זיך די פֿאַמיליע בעסער אומגעקערט פֿון רוסלאַנד קיין פּוילן, און אין 1950 פֿון דאָרטן עולה געווען. הגם זײַנע ערשטע לידער האָט יעקבֿ, נאָך פֿאַרן אָנקומען קיין ארץ־ישׂראל, געשריבן אויף פּויליש און ייִדיש, און פֿרײַ באַהערשט רוסיש, — האָט ער דאָ אָנגעהויבן שרײַבן אויף עבֿרית, און אין דער שפּראַך אין משך פֿון יאָרן אַרויסגעלאָזט (חוץ איבערזעצונגען, עסיייִסטיק און פּובליציסטיק) 15 פּאָעטישע זאַמלונגען, די וויכטיקסטע: "חורף אלף תּשע מאות ואַרבעים" ("דער ווינטער טויזנט נײַן הונדערט פֿערציק"), 1965; "מעבֿר להריסות" (אויף יענער זײַט פֿון די רויִנען"), 1982; "אגרופֿלבֿ" ("פֿויסטהאַרץ"), 1990.

זײַן פּאָעטיק וואָרצלט אין דער אייראָפּעיִשער, קודם־כּל רוסישער, קלאַסישער און מאָדערניסטישער ליטעראַטור, און אין דער העברעיִשער דיכטונג איז ער טרײַ דער טראַדיציע פֿון אַ. שליאָנסקי, נ. אַלטערמאַן און אַ. פּען. דערבײַ איז זײַן אייגענער וועג אין דער פּאָעזיע אַן אויסגעשפּראָכן אינדיווידועלער; אין זײַנע לידער און פּאָעמעס ווידער שפּיגלט זיך שוין די אַקטועלע ווירקלעכקייט (און גאָר דײַטלעך — די מלחמה־טעמאַטיק; יעקבֿ בעסער האָט זיך באַטייליקט, אוממיטלבאַר, אין דער אָפּערירנדיקער אַרמיי, אין אַלע מלחמות, וואָס ישׂראל האָט געמוזט פֿירן (אָנהייבנדיק פֿון דער סיני־קאַמפּאַניע און ביזן ערשטן לבֿנון־קריג). אַ גרויסן טייל פֿון זײַן ליטעראַרישער ירושה פֿאַרנעמען איבערזעצונגען פֿון פּאָעזיע און פּראָזע, ווי אויך ליטעראַטור־קריטיק און קולטור־פּאָליטישע פּובליקאַציעס.

די צוויי ערשטע באַגעגענישן — אין מאָסקווע און אין תּל־אָבֿיבֿ

מיר זײַנען געשטאַנען אויפֿן קאַלטן שנײַדיקן ווינט, מיט די פֿאַרשטאַרטשטע פֿיס אין אַ צעקראָכענער, פֿול מיט מיסט, שנייהורבע אין דעם גערטנדל פֿאַרן קלימענט־קלויסטער אויף דער פּיאַטניצקי־גאַס, אין צענטער פֿון דער גרויסער פֿאַרווילדעטער שטאָט — מאָסקווע־1989, דאָס שפּיץ־יאָר פֿון דער "פּערעסטרויקע". מיט אַ מינוט צוואַנציק צוריק זײַנען מיר ביידע אַרויסגעגאַנגען פֿון דער רעדאַקציע "אינאָסטראַנאַיאַ ליטעראַטוראַ" (אויסלענדישע ליטעראַטור), און נאָך אַ שאַרפֿער, אין אייניקע מאָמענטן אָפֿן־פֿײַנטלעכער דיסקוסיע דאָרט צווישן די געסט און די גאַסטגעבער, איז אונדזער שמועס מיט יעקבֿן געווען איצט אַ מין כאַאָטישער, נערוועזער. אָבער איינס איז מיר בולט קלאָר געווען: איך רעד מיט אַ פּאָעט. איך האָב צו אים גערעדט אויף רוסיש, ער זאָל מיך אויף זיכער פֿאַרשטיין, און ער צו מיר — אויף ייִדיש, ווי אַ באַווײַז, מסתּמא, אַז ער געהערט ניט צו יענע שרײַער, מיט וועלכער ער איז געקומען אין דער רעדאַקציע...

פֿאַר יענעם צוויי־שעהיקן שטרײַט אויף דער באַגעגעניש פֿון די זשורנאַל־אַרבעטער און מאָסקווער ליטעראַטור־טשינאָווניקעס, פֿון איין צד, און דער ישׂראלדיקער דעלעגאַציע, וואָס איז באַשטאַנען פֿון העברעיִשע, אַראַבישע און יונגע פּאַלעסטינער ליטעראַטן, פֿון דער צווייטער זײַט, — איז די שולד געלעגן אויף מיר. צעפֿלאַקערט האָט ער זיך גאַנץ אומדערוואַרט, נאָך מײַנעם אַן ענטפֿער אויף אַ שטילער, כּלומרשט "טעאָרעטישער" פֿראַגע פֿון איינעם אַ העברעיִשן שרײַבער... אין דעם גרויסן קאַבינעט פֿון דעם הויפּט־רעדאַקטאָר טשינגיז אײַטמאַטאָוו (וועלכער האָט געהאַט שׂכל און איז צו דער באַגעגעניש נישט געקומען) זײַנען בײַ עטלעכע צונויפֿגעשטעלטע טישן געזעסן אַרום 12־15 געסט און די "סאָוועטישע שרײַבער": דער שטעלפֿאַרטרעטנדיקער רעדאַקטאָר און איבערזעצער פֿון ענגליש ניקאָלײַ טשוגונאָוו, דער דעמאָלטיקער רעקטאָר פֿון דעם ליטעראַטור־אינסטיטוט און קינפֿטיקער קולטור־מיניסטער פֿון רוסלאַנד יעווגעני סידאָראָוו, די רעדאַקטאָרן פֿון די וויכטיקסטע זשורנאַל־רובריקן, און דער ייִדישער דיכטער און רוסישער איבערזעצער ל. בערינסקי.

פֿאַר אַלעם האָט טשוגונאָוו שטאָלץ אינפֿאָרמירט די ישׂראלדיקע קאָלעגעס, אַז אין די לעצטע פּאָר יאָר האָט זיך דעם זשורנאַל אײַנגעגעבן צו פּובליקירן — תּחילת אין ראַטן־פֿאַרבאַנד! — אַזוינע וויכטיקע אין דער ליטעראַטור בײַ די ייִדן ווערק, ווי די פֿון ייִדיש איבערגעזעצטע פּאָעמע פֿון חיים־נחמן ביאַליק "אין שחיטה־שטאָט", די לידער פֿון מאַרק שאַגאַל, און אַ ציקל נאָוועלעס פֿון י. באַשעוויס־זינגער; און דער איבערזעצער פֿון די אַלע און נאָך אַנדערע זאַכן איז דאָ אויך אײַנגעלאַדן געוואָרן, אַזוי אַז אויב עס זײַנען פֿאַראַן צו אים פֿראַגעס — איז בײַ הײַנטיקן טאָג דער ראַטן־פֿאַרבאַנד שוין אַן אָפֿענע, אמת דעמאָקראַטישע מדינה...

הייבט זיך גלײַך אויף אַ העברעיִשער שרײַבער און גיט מיך אַ פֿרעג עפּעס אויף ענגליש, וואָס נישט איך און נישט קיינער פֿון דער רעדאַקציע קען נישט פֿאַרשטיין וואָס ער מיינט דערמיט... חזרט ער איבער זײַן question נאָך אַ מאָל, און דערקלערט עס מיט אַנדערע ווערטער נאָך אַ מאָל... אָהאָ, אָט וואָס! "זינגער", זאָגט ער, "איז טאַקע אַ גוטער שרײַבער, אָבער וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָבן זײַנע ווערק צו דער ליטעראַטור פֿון דעם Jewish people? זינגער שרײַבט דאָך זײַנע ווערק אויף איינער פֿון די גערמאַנישע שפּראַכן, וועלכע איז פֿאַר די ייִדן מער פֿרעמד, איידער אַפֿילו אַראַביש, וואָס איז דאָך אַ סעמיטיש לשון!"

נו, האָב איך שוין אים, איר מעגט מיר גלייבן, אַלץ און אויספֿירלעך געענטפֿערט... האָבן זיך אָבער אַרײַנגעמישט נאָך צוויי — ביידע אין איינעם! — העברעער, און ס׳האָט זיך אָנגעהויבן...

אויף די "רוסן" איז געווען אַ רחמנות צו קוקן. ס’ערשטע — האָבן זיי ניט געקענט פֿאַרשטיין אין וואָס סע גייט דאָ בכלל, און אַז איך האָב זיי, אין דעם ווילדן זשום, אויף גיך דאָס דערקלערט, האָבן זיי זיך אין גאַנצן פֿאַרלוירן: גיי ווייס בײַ די ייִדן, ווער ס’איז גערעכט...

אָבער ווער ס’איז ממש "געפֿאַלן אַ קרבן" פֿון דעם "שפּראַכן־קאַמף", זײַנען געווען די פּאַלעסטינער, ווײַל בײַ זיי איז שוין צוגעגרייט געווען (און דאָס איז געווען אַ נײַעס אויך פֿאַר די העברעיִשע שרײַבער) אַן אויפֿרוף צו דער סאָוועטישער רעגירונג, ווידער צו אַקטיוויזירן אויפֿן אינטערנאַציאָנאַל־דיפּלאָמאַטישן אופֿן און אונטערצוהאַלטן פֿינאַנציעל און מיט נייטיקער אויסריכטונג די אידעע און דעם טאָג־טעגלעכן קאַמף פֿון דעם "פֿרײַהייטליבנדיקן פֿאָלק" קעגן די אָקופּאַנטן. און דעם אויפֿרוף, לויט זייער פֿאַרטראַכט, האָבן געדאַרפֿט, גלײַך אויפֿן אָרט, אונטערחתמענען די סאָוועטישע שרײַבער (וואָס נאָר דאָס האָט זיי, נעבעך, דעמאָלט געפֿעלט...). דעם טעקסט פֿון דעם אויפֿרוף, אויף ענגליש, האָבן זיי שוין געהאַט איבערגעלייגט פֿאַר אַלעמען בײַם טיש, אָבער אַזוי איז ער טאַקע דאָרט ליגן געבליבן.

בעתן אַוועקגיין איז צו מיר צוגעגאַנגען אַ מענטש, וואָס די לאַנגע צוויי שעה איז ער אָפּגעזעסן און קיין וואָרט ניט אַרויסגעבראַכט, און פֿרעגט מיך אויף ייִדיש, צי וואָלט איך געקענט אים באַגלייטן צו דער נאָענטסטער מעטראָ־סטאַנציע, ווײַל אין דעם מיניבוס פֿאַר זייער דעלעגאַציע איז אים עפּעס ענג...

* * *

פֿרילינג 1991, אַ פֿרישינקער עולה, בין איך געקומען צו אים אין דער רעדאַקציע פֿון זײַן "עיתּון־77" און געבראַכט אים אַ מתּנה פֿון מאָסקווע — אַן אַנטאָלאָגיע "די מאָדערנע פּאָעזיע פֿון ישׂראל" אין רוסישע איבערזעצונגען, מאָסקווע, "ראַדוגאַ" 1990. ער האָט אַרײַנגעקוקט אין עפּעס זײַנס אַ ליד, אין אַ צווייטן ליד, אין אַ דריטן...

"דאָס זײַנען ניט מײַנע לידער..."

"וואָס הייסט ניט אײַערע? איבערגעפּלאָנטערט דעם אויטאָר?"

"ניין, די קעפּלעך שטימען... אָבער די טעקסטן... ווער איז די ר. קאַזאַקאָוואַ?

"רימאַ? אַ זייער באַקאַנטע פּאָעטעסע... און איבערזעצערין... "

"ס׳הייסט איבערזעצן..."

"און די מאַמע איז בײַ איר אַ ייִדישקע".

"או־וואַ!... הערט אויס, כ’האָב געלייענט אַ פּאָר אײַערע איבערזעצונגען... מיט איין וואָרט, צי קענסטו, לייבל, מיר מאַכן אַן אָנשטענדיקע פּובליקאַציע אין אַ רוסישן זשורנאַל, אָבער דאָ, אין ישׂראל? און אַליין גיסטו מיר עטלעכע דײַנע ייִדישע לידער, פֿאַר מײַן "זיבן און זיבעציק". און אַז איך מאַך עס אויף עבֿרית, וועסטו צופֿרידן זײַן".

"האָסט אַ מאָל איבערגעזעצט?"

"איך?... פֿון פּויליש — יוליאַן טוּווים, יעזשי פּיקאָווסקי, וויסלאַוואַ שימבאָרסקאַ..."

"סאַמע ייִדן... די שימבאָרסקאַ האָב איך נאָך אין די 60ער איבערגעזעצט..."

"ווײַטער: פֿון ייִדיש — לייזער אײַהענראַנד, אַריה שמרי, ה. לייוויק, אַ. סוצקעווער, י. פֿרידמאַן, ר. זשיכלינסקי, און אַ סך אַנדערע... פֿון רוסיש — לערמאָנטאָוו, מאַיאַקאָווסקי, ערענבורג, מאַרשאַק, קירסאַנאָוו, פּאַסטערנאַק, און דאָ, טו אַ קוק — אַ גאַנץ ביכל פֿון יעסענין, אַ ביכל פֿון וואָזנעסענסקי..."

און אַזוי איז געווען.

און מיר האָבן זיך שפּעטער מיט אים אין איינעם באַטייליקט אין פּאָעטישע פֿעסטיוואַלן (ירושלים, מטולה א״אַ.), אַרויסגעטראָטן אויף פֿאַרשידענע ליטעראַטור־טרעפֿונגען, צוגעגרייט אויף רוסיש אַן אַנטאָלאָגיע פֿון דער מאָדערנער העברעיִשער דיכטונג (ער האָט מיר געהאָלפֿן מיט די וואָרט־בײַ־וואָרט־איבערזעצונגען). יעקבֿ האָט מיר געווידמעט זײַן געדיכט "עכשיו השׂפֿה בארץ־ישׂראל..." (איצט איז דײַן שפּראַך אין ארץ־ישׂראל...). אין יאָר 2000, ווען יעקבֿ בעסער איז געוואָרן דער הויפּט־רעדאַקטאר פֿון דעם נײַעם ייִדישן זשורנאַל "טאָפּלפּונקט", האָט ער אָנגעהויבן אויך איבערזעצן אויף ייִדיש, דער עיקר, זײַנע פֿרײַנד — גוטע העברעיִשע פּאָעטן, ווי רוני סומק, עמוס לויתן, יאירה גנוסר, אַריה סיון, א״אַ. (זע: "טאָפּלפּונקט", ננ’ 1, 2, 3, 4, 5).

אין 1993 איז בעסער געוואָרן דער פֿאָרזיצער פֿון דעם העברעיִשן שרײַבער־פֿאַראיין, און אין 1995 האָט ער געשאַפֿן דעם אַלטערנאַטיוון שריפֿטשטעלער־פֿאַרבאַנד פֿון ישׂראל — אַ פֿאַראייניקטן, אָן קיין שום שפּראַך־סעקציעס און עטנישע אָפּטיילונגען.

יעקבֿ בעסער איז לאַורעאַט פֿון אַ ריי ליטעראַטור־פּרעמיעס, דעם ישׂראלדיקן "פּרס ראָש־הממשלה" פֿאַרן יאָר 1980, און אַנדערע.

דעם 23סטן דעצעמבער 2006 איז יעקבֿ בעסער געשטאָרבן, ניט די קרובֿים זײַנע און ניט זײַנע חבֿרים, וואָס אַ סך פֿון זיי האָב איך איבערגעזעצט אויף ייִדיש און רוסיש, האָבן ניט געגעבן מיר אַפֿילו צו וויסן וועגן אים.