- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אונדזער „פֿאָרווערטס‟ פֿײַערט זײַן 110טן געבוירן־טאָג. מזל־טובֿ! איך באַגריס הײַנט נישט נאָר יעדן מיטאַרבעטער פֿון דער רעדאַקציע, נישט נאָר יעדן שרײַבער און קאָרעספּאָנדענט; איך שיק די מזלדיקע ברכות צו יעדן לייענער, צעזייט און צעשפּרייט איבער דער גאָרער וועלט, וואָס לייענט דעם „פֿאָרווערטס‟ סײַ אויף פּאַפּיר און סײַ אין דער אינטערנעץ. מײַן אָנקום צו אַרבעטן אין „פֿאָרווערטס‟ איז אַ וויכטיק קאַפּיטל אין מײַנע זכרונות; אויב כ׳וועל אַמאָל באַשטימען זיי צו שרײַבן. נאָך זײַענדיק אין פּאַריז (פֿראַנקרײַך) האָב איך, נאָך אונדזער — מײַן מאַמעס, ע״ה, און מײַן — באַשלוס אין 1961 אָפּצוגעבן אַ ביטע אין אַמעריקאַנער קאָנסולאַט פֿאַר אַ דערלויבעניש צו עמיגרירן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָנגעהויבן צו חלומען אַמאָל צו אַרבעטן אין „פֿאָרווערטס‟. ווען עס איז מיר לעצטנס געוואָרן פֿאָרגעלייגט אָנצושרײַבן פֿאַרן "דווקא" — דעם נײַעם העברעיִשן זשורנאַל פֿאַר ייִדישלאַנד — אַן אַרטיקל וועגן דער מעדעם־סאַנאַטאָריע, איז פֿאַר מײַנע אויגן גלײַך אויפגעקומען די געשטאַלט פֿון יאָסל מלאָטעק. דאָס לעצטע מאָל האָב איך אים געזען אין דער רעדאַקציע פֿונעם "פֿאָרווערטס" קורץ נאָך מײַן אַרײַנקומען אַהין, בעת מײַנעם אַ באַזוך אין ניו־יאָרק. דאָס איז געווען אין די סוף 90ער יאָרן, נישט לאַנג פֿאַר זײַן אַוועקגיין פֿון דער וועלט. אַ פֿלעגערין האָט אים אַרײַנגעפֿירט אויף אַ רעדערשטול אין דעם צימער, וווּ ער האָט געאַרבעט, און האָט אים צוגעפֿירט און געהאָלפֿן זיך צוזעצן צו זײַן שרײַבטיש. דער טאָג פֿון חורבן און גבֿורה איז בײַ אונדז, ייִדן, אויסגעפֿאַלן הײַיאָר אויף דעם 16טן אַפּריל. ווי באַוווּסט, האָט די "יו־ען" באַשלאָסן אָפּצומערקן דעם חורבן־טאָג דעם 27סטן יאַנואַר. די באַציִונג צו די איבערגעבליבענע פֿונעם חורבן, איז הײַנט — אַ חוץ פֿון די חורבן־אָפּלייקענער — אַ בכּבֿודיקע כאָטש דאָס איז נישט אַלע מאָל געווען אַזוי. װי באַװוּסט, איז דער „פֿאָרװערטס‟ געװען אַ סאָציאַליסטישע צײַטונג, געגרינדעט מיטן ציל צו פֿאַרשפּרײטן דעם סאָציאַליסטישן געדאַנק צװישן די ברײטע ייִדישע מאַסן. די צײַטונג איז גיך געװאָרן אײנע פֿון די הױפּט־זײַלן פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטײ, און געשטיצט זי אין אַלע װאַלן — נישט נאָר מיט װערטער, נאָר אױך מיט געלט. דער „פֿאָרװערטס‟ איז דעמאָלט געװען זײער אַ דערפֿאָלגרײַך געשעפֿט, װאָס האָט טאַקע געבראַכט אַ סך געלט, בעת אין ס׳רובֿ סאָציאַליסטישע און אַרבעטער־אָרגאַניזאַציעס האָט געהערשט אַ גרױסער מאַנגל אין מאַטעריעלע רעסורסן. אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿריִערדיקע סדרות פֿונעם חומש "ויקרא", וואָס פֿאַרנעמען זיך, דער עיקר, מיט קרבנות און חיות, רעדן די הײַנטיקע צוויי פּרשיות, "תּזריע" און "מצורע", דווקא וועגן דעם מענטשלעכן לעבן און זײַנע באַציִונגען. די מפֿרשים באַטאָנען, אַז די מיצוות ווערן באַשריבן אין דער תּורה אויפֿן זעלבן סדר, ווי די וועלט־באַשאַפֿונג: קודם־כּל, דערציילט די תּורה וועגן חיות, עופֿות און מאכלים, און ערשט דערנאָך גייט זי אַריבער צו דער וויכטיקסטער באַשעפֿעניש — דעם מענטש. די פּרשה "תּזריע" הייבט זיך אָן מיטן געבורט פֿון אַ קינד; בײַ איר אָנהייב שטייט די פֿראַזע: "אשה כּי תּזריע וילדה זכר" — "אויב אַ פֿרוי וועט טראָגן, און זי וועט האָבן אַ זון". די געשיכטע פֿון ייִדיש אין דעם ארץ־ישׂראלדיקן ייִשובֿ און דערנאָך אין מדינת־ישׂראל איז לעצטנס געװאָרן אַ פּאָפּולערע פֿאָרשונג־טעמע. דאָס האָט צו טאָן אי מיט דעם װוּקס פֿונעם אינטערעס צו ייִדיש אין דער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה בכלל, אי מיט דער רעװיזיע פֿון דער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע און איר ראָלע בײַם פֿאָרמירן די מאָדערנע יישׂראלדיקע קולטור. דאָס בוך פֿון יעל חבֿר שטײט אין מיטן, צווישן אָט די צװײ טענדענצן. די פֿאָרשערין װײַזט, אַז די ייִדישע ליטעראַטור האָט פֿאַרנומען אַ חשובֿ אָרט אינעם קולטורעלן לעבן פֿונעם ייִשובֿ, הגם דער דאָזיקער פֿאַקט איז געװען פֿאַרשװיגן דורך דער אָפֿיציעלער ציוניסטישער היסטאָריאָגראַפֿיע. חוית און פֿייגל, ווי פּערסאָנאַזשן, זײַנען אין בוך פֿאַראַן בײַ די פֿיר צענדליקער, און יעדן איינעם פֿון זיי איז געווידמעט, חוץ די צוויי פּאָעטישע שורות אויף אַן אילוסטרירטן הינטערגרונט, נאָך איין פֿאַרביקער "פּאָרטרעט" אָדער "סוזשעט" אויף דער צעעפֿנטער זײַט, וואָס העלפֿט דעם קינד (און פֿאַר אַ נויט — זײַנע עלטערן) בעסער צו פֿאַרשטיין, וועגן וואָס סע רעדט זיך אין דער אָנגעשריבענער סטראָפֿע. דער טעקסט פֿון דער סטראָפֿע איז אויך פֿאַרשריבן מיט לאַטײַנישע אותיות. במשך פֿון די לעצטע צען יאָר האָב איך פֿאַרבראַכט אָן אַ שיעור שעהען אין ביבליאָטעק. אַ גרויסער טייל פֿון מײַן פֿאָרש־אַרבעט האָט זיך קאָנצענטרירט אויף די פֿרויען־שרײַבער, און איך האָב שטודירט די ביכער פֿון ציליע דראָבקין, אסתּר קרייטמאַן, אסתּר שומיאַטשער־הירשביין און אַננאַ מאַרגאָלין, ווי אויך די רעצענזיעס אויף זייערע ווערק. נישט איין מאָל האָב איך געפֿונען רעצענזיעס אין דער ייִדישער פּרעסע, וואָס רײַסן אונטער די שרײַבערינס, און שטעלן אַרויס אויף חוזק די פֿרויען בכלל. איך ווייס ניט, צי אײַך זאָגט עפּעס דאָס וואָרט „האָלאָדאָמאָר”, (מאָרען מיט הונגער) וויל איך עס, פֿון דעסטוועגן, דערקלערן: מיט דעם טערמין באַשרײַבט מען דעם קינסטלעכן, געשאַפֿן אין אַ גרויסער מאָס דורך דער רעגירונג, הונגער אין 1932–1933, וואָס האָט אָפּגעקאָסט זייער טײַער די פּויערים אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, בפֿרט אין אוקראַיִנע. די דערפֿער האָט מען איבערגעלאָזט כּמעט אָן ברויט און, בכלל, אָן גאָרנישט. מיליאָנען — קיינער ווייסט ניט פּינקלעך וויפֿל — מענטשן זײַנען אויסגעשטאָרבן. רעציטאַציע איז אַ באַזונדערער, ספּעציפֿישער זשאַנער אין דער טעאַטער־קונסט. רעציטאַציע הייסט אויסטיילן, אינטערפּרעטירן אַ שאַפֿונג, אַ ליד אָדער דערציילונג פֿון אַ מחבר, וואָס זײַן כּוונה מוז נישט זײַן אַרויסצוברענגען זײַן יצירה דווקא אין דער פֿאָרעם פֿון רעציטאַציע, פֿון פֿירלייענען פֿאַר אַ פּובליקום. דער רעציטאַטאָר מוז אויך נישט זײַן קיין אַנסאַמבל־אַקטיאָר... אין געוויסע פֿאַלן קאָנען די ביידע זשאַנערס — טעאַטער־פֿאָרשטעלונג און רעציטאַציע־אָוונט — גיין געפּאָרט, אָבער דאָס איז נישט אומבאַדינגט נייטיק. אַפֿילו אין די 1920ער און 1930ער יאָרן, ווען דער טיראַזש פֿונעם ייִדישן „פֿאָרווערטס‟ האָט געבליט, האָט די רעדאַקציע פֿון אַב. קאַהאַן אויך אין זינען געהאַט די לייענערשאַפֿט וואָס האָט זיך אַנטוויקלט פֿון דער וואַקסנדיקער אַסימילירטער ייִדישער באַפֿעלקערונג. דעריבער האָט מען שוין דעמאָלט צוגעגעבן זײַטן אויף ענגליש אין מיטן פֿון די ייִדישע בלעטער. אַזוינע באַמיִונגען צוצוציִען ענגליש־לייענעדיקע, האָבן כּסדר זיך באַוויזן אינעם „פֿאָרווערטס‟ במשך פֿון זײַן געשיכטע. |