דאָס בילד פֿונעם זעצער־פּערסאָנאַל, איז גענומען געוואָרן אין אנהייב פֿון 1963 — פֿאַרן יוביליי נומער פֿון 65 יאָר „פֿאָרווערטס‟. ערשטע שורה (פֿון רעכטס): נוראָק, ליכטין, סעם פּעריקמאַן, גאָלדין, קלמן קאַרלינסקי, איסאַק ריבאַלאָווסקי, דזשייקאָבס (דער טאַטע פֿונעם אַקטיאָר לי דזשיי קאָבס), עווענס, אייב ליטמאַן, וועג, קאַצאַנאָוו. צווייטע שורה (פֿון רעכטס): (געדענק נישט), קופּערשטאָק, מאָריס בעל, סאָל רויט, משה בעס, אַלעקס גראָסמאַן, שטיין, האַרטמאַן, באָריס בלום, גערי כאַנאַכאָוויטש. דריטע שורה (פֿון רעכטס): (געדענק נישט), לאָנדינסקי, אלעזר קאַץ (מחבר פֿונעם אַרטיקל), קאָזאַק, לייזער ראַן, צבֿי שטאָק, בערגער, (געדענק נישט). |
מײַן אָנקום צו אַרבעטן אין „פֿאָרווערטס‟ איז אַ וויכטיק קאַפּיטל אין מײַנע זכרונות; אויב כ׳וועל אַמאָל באַשטימען זיי צו שרײַבן. נאָך זײַענדיק אין פּאַריז (פֿראַנקרײַך) האָב איך, נאָך אונדזער — מײַן מאַמעס, ע״ה, און מײַן — באַשלוס אין 1961 אָפּצוגעבן אַ ביטע אין אַמעריקאַנער קאָנסולאַט פֿאַר אַ דערלויבעניש צו עמיגרירן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָנגעהויבן צו חלומען אַמאָל צו אַרבעטן אין „פֿאָרווערטס‟. איך האָב געאַרבעט אין דער דעמאָלט טעגלעכער פּאַריזער צײַטונג „אונדזער שטימע‟, וווּ ס׳איז, כּמעט יעדן טאָג, אַרײַנגעקומען דער „פֿאָרווערטס‟, און כ׳האָב זיך באַמיט צו לייענען די צײַטונג, כּדי זיך צוגעוווינען צו די שטומע האען און עינס און טײלווײַז צום אַמעריקאַניזירטן ייִדיש. די ביטע פֿאַר עמיגראַציע האָבן מיר אָפּגעגעבן אין די ראַמען פֿונעם באַשלוס פֿון דער יונגער קענעדי־אַדמיניסטראַציע צו ליקווידירן די פֿאַרבליבענע נאָכמלחמהדיקע פּליטים־פּראָבלעם אין אייראָפּע. און אַזוי זײַנען מיר אין אָנהויב אַפּריל (כ׳געדענק נישט גענוי דעם טאָג) 1962 — פֿאַר פּסח — אָנגעקומען מיט דער שיף „יונײַטעד סטעיטס‟ אין ניו־יאָרק. אָפּגענומען האָבן אונדז אין ניו־יאָרקער האַפֿן די וואָלונטירן פֿונעם „הײַאַס‟.
זענען מיר, הייסט עס, שוין אין אַמעריקע. וואָס ווײַטער? ווי ס׳גייט אָבער דאָס שפּריכווערטל: קראָקע איז נישט אויפֿגעבויט געוואָרן אין אַ טאָג. מען מוז האָבן געדולד און אויסדויער. אָבער וווּ נעמט מען דאָס? ס׳איז גרינגער צו פּרעדיקן ווי צו רעאַליזירן. מיר זײַנען צײַטווײַליק פֿאַרקוואַרטירט געוואָרן אין „בראָדוויי צענטראַל האָטעל‟ אין מאַנהעטן, נישט ווײַט פֿון איסט 8טער גאַס. מײַן ערשטער וויזיט איז געווען אין דעמאָלטיקן „אַטראַן־קולטור־הויז‟, וווּ איך האָב זיך באַגעגנט מיט חבֿר אַבראַם פֿון קאָאָרדיניר־קאָמיטעט פֿון „בונד‟ און חבֿר לאַזאַר עפּשטיין פֿון ייִדישן אַרבעטער־קאָמיטעט, און זיך באַמיט צו באַקומען געוויסע אָנווײַזונגען וועגן מײַנע אויסזיכטן צו באַקומען אַרבעט אין דער ייִדישער פּרעסע אין ניו־יאָרק. זיי האָבן מיך זייער פֿרײַנדלעך אויפֿגענומען און מיט מיר גערעדט אַ לענגערע צײַט יעדער. ביידע האָבן מיך געטרייסט, אַז מיט דער צײַט וועל איך זיך דאָ גוט אײַנאָרדענען, ווי אַ ייִדישער שריפֿטזעצער. אין אַ לאַנד, וווּ צוזאָגן און ליב האָבן קאָסט נישט קיין געלט, איז טרייסטן זיכער אַ נאָבעלע האַנדלונג, אפֿשר... אַ מיצווה. לאַזאַר עפּשטיין האָט מיר געגעבן אַ טעלעפֿאָן־נומער פֿון פֿרײַנד בעקער (כ׳געדענק נישט זײַן ערשטן נאָמען; דאַכט זיך מיר ס׳איז געווען שמואל), אַ געוועזענער עסקן פֿון דער ייִדישער שריפֿטזעצער יוניאָן לאָקאַל 83, וועלכער האָט געאַרבעט דעמאָלט אין „טאָג־מאָרגן זשורנאַל‟ (די ייִדישע יוניאָן האָט שוין דעמאָלט נישט עקזיסטירט, ווײַל מיט אַ פּאָר יאָר פֿריִער איז זי געוואָרן אַ טייל פֿון דער אַלגעמיינער שריפֿטזעצער יוניאָן פֿון ניו־אָרק, לאָקאַל „ביג־6‟). כ׳בין אַרויס פֿון „אַטראַן־קולטור־הויז‟ האָפֿערדיק און מיט אַ געוויסער מאָס פֿון ענטוזיאַזם פֿאַר דער צוקונפֿט.
כ׳האָב דעם זעלבן אָוונט אָנגעקלונגען צו פֿרײַנד בעקער, מיט וועלכן איך האָב געהאַט אַ לענגערן געשפּרעך. ער האָט מיר אויפֿגעקלערט די שוועריקייטן צו באַקומען באַשעפֿטיקונג אין דער ייִדישער פּרעסע, קודם־כּל צוליב דעם, וואָס ס׳איז נישט קיין אינדוסטריע וואָס פּראָגרעסירט, נאָר פּונקט פֿאַרקערט — רעגרעסירט. ער האָט מיר אָנגעוויזן, אַז ס׳זײַנען געבליבן בלויז דרײַ ייִדישע טאָג־צײַטונגען אין ניו־יאָרק: דער „פֿאָרווערטס‟, דער „טאָג־מאָרגן זשורנאַל‟ און די „מאָרגן־פֿרײַהייט‟. צווייטנס, זײַנען דאָרט באַשעפֿטיקט מענטשן שוין צענדליקער יאָרן און האָבן נישט בדעה אַוועקצוגיין און איבערצוגעבן זייער שטעלע צו אַנדערע. אַזוי, אַז איך דאַרף נישט אויסשטעלן צופֿיל אויף דער טעגלעכער ייִדישער פּרעסע, נאָר אויך ווענדן מײַנע זוכענישן פֿאַר אַרבעט אין עקסידענט־אונטערנעמונגען („דזשאַב שאַפּס‟), קאָמערציעלע דרוקערײַען.
נאָכן געשפּרעך מיט פֿרײַנד בעקער האָבן זיך מײַנע פֿליגל היפּשלעך אַראָפּגעלאָזט; כ׳האָב פֿאַרלוירן אַ סך פֿון מײַן האָפֿערדיקייט און ענטוזיאַזם. פֿרײַנד בעקער האָט מיך אָבער באַוואָפֿנט מיט נאָך אַ טעלעפֿאָן און מיט אַן אַדרעס פֿון דעם שריפֿטזעצערישן יוניאָן־לאָקאַל „ביג־6‟, און מיר אַפֿילו געגעבן דעם נאָמען פֿונעם פֿאַרבינדלער צווישן די ייִדישע שריפֿטזעצער מיט דער „ביג־6‟, סעם רעזניק.
געקלונגען אין דער „יוניאָן‟ האָב איך נישט, ווײַל קיין ענגליש האָב איך דאַן נישט געקענט. דער „לאָקאַל‟ האָט זיך דעמאָלט געפֿונען אויף דער 14טער גאַס נעבן זעקסטער עוועניו אין מאַנהעטן, און אַזוי ווי איך האָב נאָך דאַן געוווינט אין „בראָדוויי צענטראַל האָטעל‟ (און יונג בין איך דאַן אויך געווען) איז דער שפּאַציר צום „לאָקאַל‟ פֿאַר מיר געווען אַ קאַצן־שפּרונג. אַרויפֿגעקומען אין דער יוניאָן — אַ טומל, אַ גערודער; אַ סך מענטשן וואַרטן צו ווערן באַשטימט כאָטש אויף אַ טאָג אַרבעט. עס האָט גענומען אַ ווײַלע ביז איך האָב געקאָנט זיך טרעפֿן מיט פֿרײַנד רעזניק. אַ באַשיידענער מענטש, אַ מיטל־וווּקסיקער מיט אַ פֿרײַנדלעך פּנים, האָט ער זייער שוואַך געקאָנט רעדן ייִדיש, אָבער ער האָט פֿאַרשטאַנען כּמעט אַלץ. איך האָב אים אין קורצן דערציילט וועגן מיר און וואָס מײַן באַגער איז, פּראָסט־און־פּשוט — צו באַקומען אַרבעט און ווערן אַ יוניאָן־מיטגליד, אָדער ווערן אַ יוניאָן־מיטגליד און באַקומען אַרבעט. איך האָב אים געוויזן מײַן יוניאָן־קאַרטע פֿון פּאַריז, וווּ איך האָב באַלאַנגט צו דער סאָציאַליסטישער יוניאָן „פֿאָרס אוּווריִער‟, וואָס איז געווען אַ טייל פֿון דער פֿרײַער אינטערנאַציאָנאַלער אָרגאַניזירטער אַרבעטער־באַוועגונג — די זעלבע, אין וועלכער עס איז אויך געווען אָנגעשלאָסן די אָרגאַניזירטע אַמעריקאַנער אַרבעטערשאַפֿט.
ער האָט מיך גוטמוטיק אויסגעהערט און מיר דערקלערט, אַז איך קאָן נישט פֿריִער ווערן אַ יוניאָן־מיטגליד, איידער איך באַקום אַרבעט און, כּדי צו באַקומען אַ סטאַבילן פּאָסטן אין דער ייִדישער פּרעסע, מוז איך זײַן אַ מיטגליד פֿון דער יוניאָן. איך האָב באַלד באַמערקט, אַז אויב אַזוי, פֿאַל איך דאָך אַרײַן אין אַ פֿאַרכּישופֿטן קרײַז, פֿון וועלכן עס איז שווער צו זען אַן אַרויסגאַנג. ער איז מסכּים געווען מיט מיר, אָבער דערקלערט, אַז פֿון יעדער סיטואַציע, אַפֿילו דער שווערסטער, איז שטענדיק דאָ אַן אַרויסגאַנג. ער האָט מיר געראַטן, אַז מײַן ערשטע אויפֿגאַבע דאַרף זײַן צו האָבן אַ סטאַבילן אַדרעס; דאָס מיינט, צו געפֿינען אַ וווינונג און ווי נישט איז זיך אײַנצואָרדענען. ער האָט מיר אויך געהייסן וואַרטן אַ פּאָר מינוט און אַרויסגעגאַנגען.
ווען ער איז צוריקגעקומען, האָט ער מיר מודיע געווען, אַז ער האָט גערעדט וועגן מײַן סיטואַציע מיטן פּרעזידענט פֿון לאָקאַל, בערטראַם פּאַוערס, און געקומען צו אַ באַשלוס, אַז אויב איך וועל באַקומען אַרבעט, אַפֿילו אויף אַ קורצער צײַט, וועט ער און פּאַוערס גופֿא זען, אַז אַלע פֿאָרמאַליטעטן בײַם אָנגענומען ווערן אין דער יוניאָן זאָלן דערליידיקט ווערן אויף אַ צוגעאײַלטן אופֿן, כּדי איך זאָל אין דער קורצסטער צײַט ווערן אַ מיטגליד פֿון דער יוניאָן.
מיט דעם בין איך דעמאָלט אַוועק און גלײַך אָנגעהויבן מאַכן באַמיִונגען צו געפֿינען אַ וווינונג. מיט דער הילף פֿון אַ פֿרײַנד, האָבן מיר געפֿונען אונדזער ערשטע וווינונג אין אַ געגנט פֿון ברוקלין, וווּ ס׳האָבן דעמאָלט געוווינט אַ גרעסערע צאָל נײַ־געקומענע ייִדן פֿון אייראָפּע און פֿון ישׂראל (וועלכע זענען אין דער ווירקלעכקייט אויך געווען אייראָפּעיִשע ייִדן), וואָס האָבן עולה געווען קיין ישׂראל אין די 1950ער יאָרן. זיך אײַנגעאָרדנט, ווי נישט איז, האָב איך ווידער זיך גענומען זוכן אַרבעט. כ׳בין כּמעט יעדן טאָג געווען אינעם לאָקאַל פֿון דער יוניאָן. אַזוי זײַנען אַדורך אַ פּאָר חדשים. דערווײַל, פֿאַרשטייט זיך, האָב איך זיך אין די אָוונטן געלערנט ענגליש.
אלעזר קאַץ, 2007 |
אין אַ שיינעם טאָג באַקום איך אַ טעלעפֿאָן פֿון דער יוניאָן, אַז איך זאָל באַלד קומען צו פֿאָרן. געקומען, האָב איך זיך געטראָפֿן מיט פֿרײַנד רעזניק, און ער האָט מיר געזאָגט, אַז די „מאָרגן־פֿרײַהייט‟ דאַרף האָבן אַ ייִדישן זעצער, כּדי זיי אַרויסצוהעלפֿן מיטן צוגרייטן זייער יערלעכן פֿאַרגרעסערטן נומער פֿאַר די ימים־נוראים. זײַענדיק שוין אַ געוויסע צײַט אין אַמעריקע, האָב איך געוווּסט וועגן דער געשיכטלעכער פֿאַרגאַנגענהייט און דעמאָלטיקער אָריענטירונג פֿון דער צײַטונג. איז מײַן ערשטע פֿראַגע געווען, צי דאָס אָננעמען די אַרבעט אין דער „מאָרגן־פֿרײַהייט‟ קאָן נישט שטערן מיר אין מײַן שפּעטערדיקן גורל אין אַמעריקע. מען דאַרף נישט פֿאַרגעסן, אַז דאָס איז געווען אין די אָנהייב 1960ער יאָרן און די וואָלקנס פֿון מאַק׳קאַרטיזם זײַנען נאָך געווען גאַנץ געדיכטע פֿאַר אַ מענטש, וואָס איז נאָר וואָס געקומען פֿון פּאַריז, וווּ די פּראָבלעם איז באַהאַנדלט געוואָרן אין גענוג ברייטע קרײַזן.
דער ענטפֿער איז געווען אַ פּשוטער: דאָס איז בלויז אַ „דזשאַב‟ און נאָך דערצו אַ יוניאָן־דזשאַב; און איך דאַרף נישט מורא האָבן. ער האָט מיר אויך געזאָגט, אַז דער וועכנטלעכער אָפּצאָל שטימט מיטן יוניאָן־קאָנטראַקט און מיר דערמאָנט, אַז די קאָפּיע פֿון מײַן ערשטן טשעק זאָל איך שיקן אין דער יוניאָן, כּדי זיי זאָלן באַלד אָנהייבן די פּראָצעדור פֿאַר מײַן יוניאָן־מיטגלידערשאַפֿט. פֿרײַנד רעזניק האָט מיר געגעבן אַ בריוול מיט זײַן אונטערשריפֿט, דעם אַדרעס פֿון דער רעדאַקציע (און דרוקערײַ), און אַזוי ווי איך בין נאָך נישט געווען אַ מיטגליד פֿון דער יוניאָן, האָט ער מיר געעצהט זיך צו ווענדן צום פֿאָרמאַן, פֿרײַנד שמולעוויטש (דער טאַטע פֿון אונדזער אָגעזעענער מיטאַרבעטערין מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן).
אַזוי ווי די רעדאַקציע האָט זיך געפֿונען נישט ווײַט פֿונעם לאָקאַל פֿון דער יוניאָן — אויף דער 12טער גאַס, צווישן בראָדוויי און יוניווערסיטי פּלייס — בין איך גלײַך צוגעגאַנגען. אַרויפֿגעקומען, זיך באַקענט מיט פֿרײַנד שמולעוויטש, געוויזן אים דעם בריוו, האָט ער מיך באַלד אַרײַנגעפֿירט אין ביוראָ פֿון ה׳ סולער, דעם פֿאַרוואַלטער פֿון דער צײַטונג, און אים דערקלערט, אַז איך בין געשיקט געוואָרן פֿון דער יוניאָן צו זײַן דער זעצער, וואָס וועט אַרויסהעלפֿן מיטן יום־טובֿדיקן נומער. אויף דער פֿראַגע פֿון סולערן, ווען דאַרף ער מיך האָבן? — איז פֿרײַנד שמולעוויטשס ענטפֿער געווען: אַזוי שנעל ווי מעגלעך, און ער איז אַרויסגעגאַנגען פֿון ביוראָ. ה׳ סולער האָט מיך אויפֿגענומען גאַנץ פֿרײַנדלעך; מיך אויסגעפֿרעגט, פֿון וואַנען איך שטאַם, ווי לאַנג איך בין אין אַמעריקע, פֿון וואַנען איך קום קיין אַמעריקע, וווּ איך וווין דאָ. ער האָט אויך אויפֿגענומען מײַן „סאָשל סעקיוריטי‟ נומער און מיך געבעטן אָנהייבן די אַרבעט דעם קומענדיקן מאָנטיק. כ׳בין אַרויס פֿון דאָרטן איבערוועלטיקט, ווי מ׳וואָלט מיר אַרײַנגעזעצט אַ נײַע נשמה, אָבער אויך מיט אַ געוויסער טרעמע, אַ מורא — אפֿשר וועל איך נישט זײַן גענוג גוט?
פֿאַרשטייט זיך, אַז דעם גאַנצן סוף־וואָך האָב איך געהאַט פּראָבלעמען מיט מײַן שלאָף. איין קלייניקייט, מײַן ערשטער פּאָסטן אין אַמעריקע! און דאָס נאָך, אין מײַן פֿאַך און (ווי עס זאָל נישט זײַן) אין אַ ייִדישער טעגלעכער צײַטונג.
און אַזוי האָב איך אָנגעהויבן צו אַרבעטן אין דער „מאָרגן־פֿרײַהייט‟. איך האָב דאָרט אָפּגעאַרבעט ביז אַרום אַ וואָך פֿאַר ערבֿ ראָש־השנה, ווען דער נומער איז שוין געווען געענדיקט און גרייט צום דרוק. אין די פּאָר חדשים, וואָס איך האָב דאָרט געאַרבעט האָט מען מיך באַהאַנדלט זייער גוט; סײַ דער פֿאָרמאַן, פֿרײַנד שמולעוויטש, סײַ די אַנדערע זעצער, און סײַ די מיטגלידער פֿון דער רעדאַקציע (מיט פּסח נאָוויקן בראָש) האָבן זיך צו מיר באַצויגן זייער פֿרײַנדלעך די גאַנצע צײַט פֿון מײַן באַשעפֿטיקונג. אַפּנים, זיי זענען אַלע געווען צופֿרידן פֿון מײַן אויספֿירן די אַרבעטס־פֿליכטן.
אין דער זעלבער צײַט פֿון מײַן באַשעפֿטיקונג אין דער „מאָרגן־פֿרײַהייט‟ בין איך אָנגענומען געוואָרן אין דער יוניאָן און באַקומען אַ יוניאָן־קאַרטע, נאָכן אָפּגעבן אַן עקזאַמען. דעם עקזאַמען האָב איך דורכגעמאַכט אין דער זעצערײַ פֿונעם „פֿאָרווערטס‟־בנין אויף 175 איסט בראָדוויי. דער אָנפֿירער פֿונעם עקזאַמיניר־קאָמיטעט איז געווען פֿרײַנד אייב ליטמאַן. ווען כ׳בין אַרויפֿגעקומען אויפֿן 10טן שטאָק און אַרײַן אין דער זעצערײַ אין דער פֿרי פֿונעם עקזאַמען־טאָג, האָבן זיך מער ווי דרײַסיק פּאָר בליקן געוואָרפֿן אויף מיר. כ׳האָב מיך געמאָלדן צו פֿרײַנד ליטמאַנען. אַזוי ווי דער עקזאַמען איז געווען צו זעצן אויפֿן לינאָטיפּ האָט מיר פֿרײַנד ליטמאַן צוגעטיילט אַ מאַשין (נומער 9), כ׳האָב באַשטעטיקט, אַז כ׳וועל נוצן דעם „איקוף‟ ייִדישן אויסלייג, און ער האָט מיר דערלאַנגט אַן אַרטיקל (כ׳געדענק נישט גענוי דעם טיטל, אָבער כ׳געדענק יאָ, אַז עס האָט געהאַט צו טאָן מיט לאָמאָנאָסאָוון). דער רעיון פֿונעם עקזאַמען איז געווען אויסצופּרוּוון די שנעלקייט און רײנקייט פֿונעם זעצערס אַרבעט. דער לינאָטיפּ נומער נײַן איז, וואַרשיינדלעך, געווען אַ מזלדיקע מאַשין, ווײַל איך בין אַדורך דעם עקזאַמען מיט אַ גוטער רעקאָמענדאַציע.
פֿאַרענדיקט מײַן אַרבעט אין דער „מאָרגן־פֿרײַהייט‟, בין איך גלײַך אַרויף אין דעם יוניאָן לאָקאַל און זיך געטראָפֿן מיט פֿרײַנד רעזניק. ער האָט מיר געזאָגט, אַז איצט קען איך גיין און אַרײַנלייגן מײַן קאַרטל וווּ איך וויל נאָר, אַפֿילו אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟. אַזוי ווי מײַנע ענגליש־קענטענישן זײַנען נאָך געווען באַגרענעצטע און מײַן חלום און באַשלוס איז געווען צו אַרבעטן אין דער ייִדישער טעגלעכער פּרעסע — ספּעציעל אינעם „פֿאָרווערטס‟ — בין איך דעם זעלבן טאָג, גלײַך פֿון דער יוניאָן, צוגעפֿאָרן צום „פֿאָרווערטס‟־בנין און אַרויפֿגעפֿאָרן אין דער זעצערײַ אויפֿן 10טן שטאָק. כ׳האָב געפֿאָדערט זיך צו זען מיטן טשערמאַן, וועלכער האָט פֿאַרטראָטן די יוניאָן־ענינים. דער טשערמאַן איז דעמאָלט געווען פֿרײַנד קלמן קאַרלינסקי. אַזוי ווי ער איז דעם טאָג נישט געווען בײַ דער אַרבעט, ווײַל דאָס איז געווען זײַן פֿרײַער טאָג, האָב איך געמוזט איבערחזרן דעם פּראָצעס אַ טאָג שפּעטער. צו מאַכן די געשיכטע קורץ און שאַרף — ס׳איז נישט געווען קיין לײַכטע עבֿודה זיך אַרײַנצובאַקומען אויף אַרבעט אינעם „פֿאָרווערטס‟. אָבער אַ דאַנק מײַן עקשנות און צילוויסיקייט, בין איך איבערגעקומען אַלע שטערונגען און דערגרייכט מײַן ציל אין אַ רעלאַטיוו־קורצער צײַט, אָנהייבנדיק מײַן אַרבעט אין „פֿאָרווערטס‟ דעם 15טן אָקטאָבער 1962 (אַ וואָך נאָך יום־כּיפּור) — מיט צוויי טעג אַרבעט אַ וואָך. אָבער נאָך אַ קורצער צײַט האָב איך אָנגעהויבן צו אַוואַנסירן און באַקומען אַ גאַנצע וואָך אַרבעט. מיט אַרום 10 יאָר שפּעטער — אין דער צײַט ווען דער „טאָג־מאָרגן זשורנאַל‟ האָט זיך פֿאַרמאַכט — בין איך אַפֿילו געוואָרן פֿאָרמאַן פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־זעצערײַ. און אַזוי אַרבעט איך אין „פֿאָרווערטס‟ (מיט אַ געוויסן איבעררײַס) ביזן הײַנטיקן טאָג. מײַן ערשטן יוביליי האָב איך בײַגעוווינט, ווי אַ מיטגליד פֿונעם „פֿאָרווערטס‟־פּערסאָנאַל, אין 1963 — ווען מען האָט געפֿײַערט 65 יאָר עקזיסטענץ פֿון דער צײַטונג — בין איך צופֿרידן, וואָס איך האָב זוכה געווען צו זײַן אַן אַקטיווער מיטגליד צווישן די „פֿאָרווערטס‟־מיטאַרבעטער בײַם פֿײַערן דעם יוביליי פֿון 110 יאָר עקזיסטענץ פֿון דער צײַטונג. איך האָף און ווינטש, אַז דער „פֿאָרווערטס‟ זאָל פֿײַערן נאָך אַ סך יובילייען אין פֿאַרלויף פֿון צענדליקער יאָרן.