חורבן
דער אוישוויץ־בירקענאַו פֿאַרניכטונגס־לאַגער
דער אוישוויץ־בירקענאַו פֿאַרניכטונגס־לאַגער

דער טאָג פֿון חורבן און גבֿורה איז בײַ אונדז, ייִדן, אויסגעפֿאַלן הײַיאָר אויף דעם 16טן אַפּריל. ווי באַוווּסט, האָט די "יו־ען" באַשלאָסן אָפּצומערקן דעם חורבן־טאָג דעם 27סטן יאַנואַר. די באַציִונג צו די איבערגעבליבענע פֿונעם חורבן, איז הײַנט — אַ חוץ פֿון די חורבן־אָפּלייקענער — אַ בכּבֿודיקע כאָטש דאָס איז נישט אַלע מאָל געווען אַזוי.

איך געדענק זייער גוט, אַז ווען די צוויי­טע וועלט־מלחמה האָט זיך געענדיקט און טויזנטער ייִדן, וואָס זענען געווען פֿאַר­שיקט אָדער אַנטלאָפֿן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָבן אָנגעהויבן זיך צוריקצוקערן קיין פּוילן און אין די באַלטישע לענדער און געהערט וועגן די שרעקלעכע מעשׂים, וואָס די נאַציס האָבן דורכגעפֿירט קעגן דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, האָבן אַ סך פֿון זיי נישט בלויז נישט געקאָנט, אָדער נישט געוואָלט, גלייבן אין דעם, נאָר אויך געשטעלט די פֿראַגע: "פֿאַר וואָס האָבן זיך די ייִדן נישט קעגנגעשטעלט?" און נישט נאָר זיי. אין דער גאַנצער פֿרײַער וועלט, אײַנגעשלאָסן ארץ־ישׂראל, האָט מען קריטיקירט דעם פֿאַקט, וואָס די ייִדן "זענען געגאַנגען צום טויט ווי שאָף".

מענטשן האָבן געוואַגט צו מישפּטן די אויפֿפֿירונג פֿון די ייִדן בעתן חורבן, אָנשטאָט זיך צו פֿרעגן מיט אַבסאָלוטן יושר, צי זיי אַליין וואָלטן זיך נישט אויפֿגעפֿירט אויפֿן זעלבן אופֿן, געפֿינענדיק זיך אין אַן ענלעכער סיטואַציע. איך האָב געטראָפֿן מענטשן, וועלכע האָבן יאָרן נאָכן חורבן, און אין אַן אַטמאָספֿער פֿון זייער באַקוועמען לעבן, אַפֿילו געגעבן עצות ווי אַזוי די ייִדן האָבן געדאַרפֿט זיך אויפֿפֿירן אונטער דער נאַציסטישער אָקופּאַציע, איגנאָרירנדיק דעם פֿאַקט, אַז עס איז געווען אוממעגלעך זיך קעגנצושטעלן.

איך דערמאָן זיך, ווי מען האָט מיך אַרעסטירט אינעם טאָג ווען די דײַטשן זענען אַרײַן אין קאָוונע. 10 ליטווינער מיט ביקסן האָבן מיך געטריבן, צוזאַמען מיט נאָך 20 ייִדן, אויפֿן וועג צום זיבעטן פֿאָרט, כּדי אונדז צו פֿאַרניכטן. אונדזערע באַוואָפֿנטע באַגלייטער האָבן אונדז גע­שאָלטן און געדראָט, אַז זיי וועלן אונדז אָפּשיקן אויף יענער וועלט. האָב איך גע­קענט זיך קעגנשטעלן?

ווי אַזוי האָבן געקאָנט מײַנע עלטערן און ברידער זיך קעגנשטעלן, ווען נאָך דעם ווי מען האָט זיי געפּײַניקט און גע­האַלטן אָן עסן און טרינקען צוויי טעג אין די באַראַקן, האָט מען זיי דערשאָסן? און ווי אַזוי האָבן געקאָנט טויזנטער ייִדן זיך קעגנשטעלן בעת מען האָט זיי אַרײַנ­גע­פּאַקט, ווי שאָף, פֿאַרשפּאַרט אין משׂא־וואַ­גאָנען, געבראַכט אין אַ וואַלד, אויסגע­שטעלט נעבן אַ צוגעגרייטן גרוב און דערשאָסן, אַרײַנצופֿאַלן אין גרובֿ?

אָבער דער אמת איז, אַז נישט געקוקט אויף דעם, וואָס עס האָט אויסגעזען אַבסאָלוט אוממעגלעך זיך קעגנצושטעלן דער נאַציסטישער מאַשין, האָבן די ייִדן פּרובירט זיך קעגנצושטעלן אַפֿילו נאָר כּדי צו שטאַרבן מיט ווירדע. ווער עס האָט נאָר געקאָנט, האָט פּרובירט יעדן וועג אַבי צו בלײַבן לעבן, אַנטלאָפֿן, אויב ער האָט געהאַט וווּ — זיך באַהאַלטן. און אויך די, וואָס האָבן זיך נישט קעגנגעשטעלט, האָבן שטענדיק געטראָגן אין זיך דעם פֿונק פֿון האָפֿענונג: אפֿשר? אפֿשר דאָך?

איך וויל דערציילן וועגן עטלעכע קאָנ­קרע­טע פֿאַלן פֿון זיך קעגנשטעלן. אין קאָוו­נע, ליטע, זענען ס׳רובֿ פֿון די ייִדן דער­מאָרדעט געוואָרן אינעם "נײַנטן פֿאָרט". ווען די ברידער־קבֿרים זענען דאָרט געוואָרן פֿול, האָבן די נאַציס באַשלאָסן צו פֿאַרברענען די קערפּערס, כּדי קיין זכר נישט לאָזן פֿון זייערע קרימינעלע טאַטן. זיי האָבן אויסגעקליבן אַ גרופּע ייִדן פֿון קאָוונער געטאָ און געבראַכט זיי אינעם "נײַנטן פֿאָרט" אַרויסצוטראָגן די קערפּערס און זיי פֿאַרברענען. מען האָט דאָרט געהאַלטן די גרופּע אונטער אַ שווערן אויפֿזיכט.

די גרופּע האָט פֿאַרשטאַנען, אַז נאָך דעם ווי זיי וועלן ענדיקן זייער גרויזאַמע אַרבעט, וועט מען זיי אויך דערהרגענען. האָבן זיי באַשלאָסן צו אַנטלויפֿן, און אויב עס וועט זיך זיי נישט אײַנגעבן, וועלן זיי כאָטש שטאַרבן מיט כּבֿוד. 64 זענען אַנטלאָפֿן: 37 פֿון זיי האָט מען געכאַפּט און דערשאָסן; 27 זענען דערגאַנגען צום טויער פֿון דער געטאָ, אָבער 8 פֿון זיי האָט מען אַרעסטירט בײַם טויער, און נאָר 19 איז געלונגען אַנצוקומען צו די פּאַרטיזאַנער אין וואַלד.

די אונטערגרונט־באַוועגונג אין דער ביאַליסטאָקער געטאָ האָט מצליח געווען צו אָרגאַניזירן אַן אויפֿשטאַנד. ווען די דײַטשן האָבן אָנגעהויבן אַרויסשיקן די ייִדן פֿון דער געטאָ אין די פֿאַרניכטונגס־לאַגערן, האָט די אונטערגרונט־באַוועגונג געגעבן אַ באַפֿעל דער ייִדישער באַפֿעלקערונג זיך קעגנצושטעלן.

דער פּלאַן איז געווען, נישט לאָזן די ייִדן אַרײַנצוגיין אין די וואַגאָנען; עפֿע­נען אַ פֿײַער, דורכברעכן די שורות פֿון די דײַטשן און אַנטלויפֿן אין וואַלד. ליידער, האָבן די דײַטשן געהאַט זייערע אַגענטן צווישן די ייִדן און זיך דערוווּסט וועגן דעם פּלאַן. זענען זיי געקומען מיט טאַנקען, און נאָך אַ שווערן קאַמף, האָבן זיך 72 ייִדישע קעמפֿער באַהאַלטן אין אַ בונקער. די דײַטשן האָבן אַנטדעקט דעם בונקער און דערמאָרדעט 71 פֿון זיי. בלויז איין אויפֿשטענדלער איז געבליבן לעבן.

אויך אין פֿאַרניכטונגס־לאַגער טרעבלינ­קע איז פֿאָרגעקומען אַן אויפֿשטאַנד. אין יאָר 1942 האָט דער ייִדישער אונטערגרונט אין לאַגער באַוויזן צו מאַכן אַ קאָפּיע פֿונעם שליסל פֿון געווער־סקלאַד און אַרויס­געגנבֿעט אַ קוואַנטיטעט פֿון געווער און עס באַהאַלטן אין אַ וואַרשטאַט. עס איז באַשטימט געוואָרן אַ דאַטע און אַ סיגנאַל פֿאַרן אָנהייבן דעם אויפֿשטאַנד: אַ שאָס און אַן אויפֿרײַס פֿון אַ האַנט־גראַנאַט. דער אויפֿשטאַנד האָט געדאַרפֿט זיך אָנהייבן דעם 2טן אויגוסט, פֿיר דרײַסיק נאָכמיטאָג. יעדער מיטגליד פֿון אונטערגרונט האָט געהאַט אַ באַשטימטע אויפֿגאַבע און האָט געוואַרט אויפֿן באַשטימטן סיגנאַל.

דעם באַשטימטן טאָג, דרײַ פֿערציק נאָך מיטאָג (אָנשטאָט פֿיר דרײַסיק) האָט מען געהערט אַ שאָס און אַן אויפֿרײַס פֿון אַ האַנט־גראַנאַט. און דאָס האַט גורם געווען, אַז דער אויפֿשטאַנד איז איסגעבראָכן פֿאַר דער באַשטימטער צײַט און דער רעזולטאַט איז געווען אַ טראַגישער. די אונטערגרונט־באַוועגונג האָט נישט באַוויזן צו באַזײַטיקן די גרופּע פֿון די אוקראַיִנער וואַכט־לײַט, באַוואָפֿנט מיט מאַשין־געווער אויפֿן טו­רעם פֿונעם לאַגער. דער אונטערגרונט־באַוועגונג האָט זיך אויך נישט אײַנגעגעבן איבערצורײַסן די טעלעפֿאָן־פֿאַרבינדונג מיט דער אויסערלעכער וועלט. עס זע­נען טאַקע דערהרגעט געוואָרן אַ פּאָר היטער און אייניקע פֿון די היטער זײַנען פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן, אָבער אַלע באַראַקן פֿונעם לאַגער האָט מען אונטערגעצונדן, און כּמעט אַלע אויפֿשטענדלער זענען דער­הרגעט געוואָרן.

אין טרעבלינקע איז אויך פֿאָרגעקומען איינער פֿון די דרייסטע אויסדריקן פֿון קעגנ­שטעלן זיך די נאַצישע מערדער; אַ גרופּע פֿון גראָדנער ייִדן האָבן נישט געוואָלט זיך אויסטאָן, האָבן זיך אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף די וועכטער. זיי זענען סײַ־ווי אַלע דערמאָרדעט געוואָרן, אָבער שוין נישט אין די גאַז־קאַמערן, נאָר דורך דער ביקסן־שיסערײַ.

אַפֿילו אין דעם גרעסטן פֿאַרניכטונגס־לאַגער אוישוויץ, וואָס קאַצעטניק האָט באַצייכנט ווי אַן אַנדער פּלאַנעט, איז גע­ווען אַ פּרוּוו פֿון אַן אויפֿשטאַנד דורך אַ גרופּע פֿון די זאָנדער־קאָמאַנדאָס, אַזעלכע ספּעציעלע הילפֿס־גרופּעס פֿון ייִדן, וואָס די דײַטשן האָבן געשאַפֿן. זייער אויפֿגאַבע איז געווען צו היטן די אָרדענונג צווישן די ייִדן, וואָס מען האָט געשיקט אין די גאַז־קאַמערן, איבערפֿירן די קערפּערס אין די קרעמאַטאָריעס, אויפֿזעען אויף די טעטיקייטן פֿון די קרעמאַטאָריעס, אַרויס­נעמען די קערפּערס פֿון די קרעמאַטאָריעס, אויסשאָבן דאָס אַש און עס באַזײַטיקן, אַרויסרײַסן די גאָלדענע ציין פֿון די מײַלער פֿון די קרבנות, אָפּשערן די האָר בײַ די פֿרויען, סאָרטירן די בגדים און שיך.

אַ גרופּע פֿון 400 ייִדן פֿון קאַרפֿו, אײַנ­געשלאָסן אין די זאָנדער־קאָמאַנדאָס אין יולי 1944, האָבן אַלע ווי איין מענטש זיך אָפּגעזאָגט אויסצופֿירן זייערע פֿליכטן. האָט מען זיי גלײַך אַרײַנגעבראַכט אין די גאַז־קאַמערן, און שוין אַן אַנדער גרופּע, געשטעלט אויף זייער אָרט האָט פֿאַרברענט זייערע קערפּערס. דעם 7טן אָקטאָבער 1944, האָט אַן אַנדער גרופּע פֿון די זאָנדער־קאָמאַנדאָס זיך קעגנגעשטעלט. זיי האָבן אָנגעצונדן אַ קרעמאַטאָריע, דערהרגעט אייניקע "עס־עס"־לײַט, איבערגעשניטן די שטעכלדראָטן און אַנטלאָפֿן. זייער ווייניק פֿון זיי זענען לעבן־געבליבן.

און פֿאַרשטייט זיך, דער העלדישסטער אויסדרוק פֿון אויפֿשטאַנד איז פֿאָרגעקומען אין וואַרשעווער געטאָ. אויך אין דעם פֿאַל איז געווען די ברירה צווישן שטאַרבן אָן כּבֿוד אָדער מיט כּבֿוד. דער באַשלוס פֿון די אויפֿשטענדלער אין וואַרשעווער געטאָ איז געווען, אַז אויב ס׳איז זיי שוין באַשערט צו שטאַרבן, זאָל עס כאָטש גע­שען אין אַ קאַמף מיטן שׂונא. דער וואַר­שעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד איז געווען דער ערשטער באַוואָפֿנטער אויפֿשטאַנד אין דער אָקופּירטער אייראָפּע.

דער קאָמענדאַנט פֿון אויפֿשטאַנד, מרדכי אַנילעוויטש, האָט אין זײַן לעצטן בריוו פֿון געטאָ, דעם 23סטן אַפּריל 1943, געשריבן: "מײַן לעצטער לעבנס־וווּנטש איז פֿאַרווירקלעכט געוואָרן — ייִדישע זעלבסטשוץ איז אַ פֿאַקט.

מרדכי אַנילעוויטש, קאַמענדאַנט פֿון וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד".

אין די פּאַרטיזאַנער באַטאַליאָנען האָבן די ייִדישע אָטריאַדן געפֿירט זייערע מענטשן אין קאַמף נישט נאָר מיט די אַלגע­מיינע מיליטערישע באַפֿעלן. דער באַפֿעל "פֿאָרויס", וואָס איז געגעבן געוואָרן אין ייִדיש, איז געווען באַגלייט פֿון אַן אויס­געשרײַ: "פֿאַר אונדזערע טאַטעס און מאַמעס! פֿאַר אונדזערע קינדער, ברידער און שוועסטער! פֿאַר אונדזער פֿאָלק — נקמה!"

ביז אַהער האָב איך דערציילט וועגן דעם פֿיזישן אויפֿשטאַנד. העראָיִש איז אָבער אויך געווען דער גײַסטיקער אויפֿשטאַנד. נישט געקוקט אויף דער סכּנה פֿון טויט, האָבן די ייִדן אין די געטאָס און לאַגערן אָפּגעהיט דעם שבת, געצונדן חנוכּה־ליכט, אָרגאַניזירט קלאַסן פֿאַר קינדער, טעאַטער־ און קאָנצערט־אונטערנעמונגען. ייִדן זע­נען געגאַנגען צו די גריבער אין זייערע טליתים, זאָגנדיק קאַפּיטלעך תּהילים, און די אַנדערע האָבן געזונגען די "התּקווה".

אַ ספּעציעלע פֿאָרעם פֿון קעגנשטעלן זיך איז געווען דער באַשלוס איבערצולאָזן פֿאַר די קומענדיקע דורות אַ גבֿית־עדות, וואָס עס האָט פּאַסירט מיט די ייִדן אונטער די נאַציס. אַלטע און יונגע; אינטעלעקטואַלן, וואָס זענען געווען געוווינט צו שרײַבן, און פּשוטע מענטשן, וואָס האָבן זיך קוים געקאָנט אויסדריקן, האָבן פֿאַרשריבן גע­שעענישן. דער באַקאַנטסטער פֿאַל פֿון אַזאַ שריפֿטלעכן עדות־זאָגן איז דער טאָגבוך פֿון אַנאַ פֿראַנק. איך אַליין האָב אויך געשריבן אַ טאָגבוך דרײַ יאָר אין העברעיִש, און מײַן טאָגבוך איז פּובליקירט געוואָרן ווי אַ בוך אין זעקס שפּראַכן: העברעיִש, ענגליש, פֿראַנצויזיש, דײַטש, שפּאַניש און פּאָרטוגעזיש.