געשיכטע
פֿון דניאל סויער (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

װי באַװוּסט, איז דער „פֿאָרװערטס‟ גע­װען אַ סאָציאַליסטישע צײַטונג, געגרינדעט מיטן ציל צו פֿאַרשפּרײטן דעם סאָציאַליס­טישן געדאַנק צװישן די ברײטע ייִדישע מאַסן. די צײַטונג איז גיך געװאָרן אײנע פֿון די הױפּט־זײַלן פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַר­טײ, און געשטיצט זי אין אַלע װאַלן — נישט נאָר מיט װערטער, נאָר אױך מיט געלט. דער „פֿאָרװערטס‟ איז דעמאָלט גע­װען זײער אַ דערפֿאָלגרײַך געשעפֿט, װאָס האָט טאַקע געבראַכט אַ סך געלט, בעת אין ס׳רובֿ סאָציאַליסטישע און אַרבעטער־אָרגאַניזאַ­ציעס האָט געהערשט אַ גרױסער מאַנגל אין מאַטעריעלע רעסורסן.