אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿריִערדיקע סדרות פֿונעם חומש "ויקרא", וואָס פֿאַרנעמען זיך, דער עיקר, מיט קרבנות און חיות, רעדן די הײַנטיקע צוויי פּרשיות, "תּזריע" און "מצורע", דווקא וועגן דעם מענטשלעכן לעבן און זײַנע באַציִונגען. די מפֿרשים באַטאָנען, אַז די מיצוות ווערן באַשריבן אין דער תּורה אויפֿן זעלבן סדר, ווי די וועלט־באַשאַפֿונג: קודם־כּל, דערציילט די תּורה וועגן חיות, עופֿות און מאכלים, און ערשט דערנאָך גייט זי אַריבער צו דער וויכטיקסטער באַשעפֿעניש — דעם מענטש. די פּרשה "תּזריע" הייבט זיך אָן מיטן געבורט פֿון אַ קינד; בײַ איר אָנהייב שטייט די פֿראַזע: "אשה כּי תּזריע וילדה זכר" — "אויב אַ פֿרוי וועט טראָגן, און זי וועט האָבן אַ זון". ווײַל ווײַטער זאָגט די תּורה, ווי אַזוי אַ ייִדישע פֿרוי זאָל זיך אויפֿפֿירן נאָכן געבורט פֿון אַ קינד (וויפֿל טעג זי דאַרף אָפּוואַרטן, איידער זי קען גיין אין מיקווה, און וועלכע קרבנות זי האָט געדאַרפֿט ברענגען אינעם בית־המיקדש צוליב דעם געבורט).
דער ווערב "תּזריע" — "זי וועט טראָגן" — שטייט אין אַן אומגעוויינטלעכער אַקטיווער גראַמאַטישער פֿאָרעם, און קלינגט אַזוי, ווי די פֿרוי וואָלט געקענט זיך אַליין "מאַכן טראָגעדיק". די קבלה־ספֿרים באַטאָנען, אַז די דאָזיקע אומגעוויינטלעכע גראַמאַטישע פֿאָרמע איז מרמז אויפֿן גײַסטיקן באַלאַנס און דינאַמישע באַציִונגען צווישן די "מענערלעכע" און "ווײַבערלעכע" אַספּעקטן פֿון דער מענטשלעכער נשמה, ווי אויך פֿונעם גאַנצן אוניווערס. יעדע נשמה און אַפֿילו יעדע זאַך אין דער וועלט, האָט סײַ אַ "מענערלעכן", סײַ אַ "ווײַבערלעכן" עלעמענט, וועלכע פֿירן תּמיד אַן אינערלעכן "דיאַלאָג"; ביידע מינים עלעמענטן שפּילן אַן אַקטיווע ראָלע אינעם אוניווערס, זײַנענדיק כּסדר מוליד נײַע כּוחות און אידעען. מע מוז באַטראַכטן אַזעלכע מיסטישע ענינים זייער פֿאָרזיכטיק, אויף אַ ריין־גײַסטיקן אופֿן, אַבסטראַהירט פֿון די ענינים פֿונעם פֿיזישן געשלעכט; מע קען, אָבער, אָפּלערנען פֿון דער דאָזיקער קאָנצעפּציע פֿונעם גײַסטיקן באַלאַנס, אַז, הגם די פֿרויען ווערן צומאָל באַטראַכט ווי "פּאַסיווע", שפּילן זיי זייער אַ גרויסע שעפֿערישע ראָלע אין דער וועלט, זײַענדיק כּסדר מוליד נײַע גײַסטיקע כּוחות און אידעען.
לויט די חסידישע קאָמענטאַרן, האָט דער פּסוק "אשה כּי תּזריע..." נאָך אַן אַנדער גײַסטיקן באַטײַט. דאָס האָבן אַ קינד — אַ ייִנגל צי אַ מיידל — איז באַשערט פֿון הימל; פֿונדעטסוועגן, איז דאָס געבורט אויך פֿאַרבונדן מיט דער אייגענער אַקציע און ווילן פֿון דער מאַמע, ווי עס ווײַזט אָן דער אַקטיווער ווערב "תּזריע". דאָס געבורט פֿון אַ קינד האָט סײַ אַ בכּיוונדיקן, סײַ אַ באַשערטן עלעמענט, אויפֿווײַזנדיק, ווי די מענטשלעכע בחירה־חפֿשית (דער פֿרײַער ווילן), איז פֿאַרבונדן אויף אַ וווּנדערלעכן אופֿן מיט די אַלוויסנדיקייט פֿון אייבערשטנס ידיעה. אין דער אמתן, איז צווישן דער באַשערטקייט און דעם פֿרײַען ווילן נישטאָ קיין סתּירה, הגם דאָס איז שווער צו פֿאַרשטיין.
צומאָל, לײַדט אַ מענטש פֿון מרה־שחורה, ווען עס דאַכט זיך אים, אַז ער איז זייער ווײַט און אָפּגעפֿרעמדט פֿונעם אייבערשטן; אויב מע פֿאַלט נישט אַרײַן אין ייִאוש און מע פּרוּווט אַרויסצוקריכן פֿון אַזאַ מצבֿ, שטרעבנדיק זיך צו דערנענטערן צום באַשעפֿער, קומט צומאָל שפּעטער דווקא צו אַ שטאַרקערער שׂימחה און באַגײַסטערונג; אין אַזאַ פֿאַל, ווערט די מרה־שחורה גופֿאָ פֿאַררעכנט פֿאַר אַ מין פּסיכאָלאָגישע "שוואַנגערשאַפֿט־לייד", וועלכע ברענגט אַ גײַסטיק "געבורט" — די פֿרישע שׁימחה און באַגײַסטערונג. דער מענטש מוז זיך אָבער אַליין מאַכן "טראָגעדיק" — צו געפֿינען אין די שווערע מרה־שחורה־געפֿילן דעם פּאָטענציאַל צום גײַסטיקן "געבורט".
אַמאָל טרעפֿט זיך אַן ענלעכע זאַך אויך מיט די דיבורים. ווען עמעצער רעדט כּסדר פּוסטע זאַכן און זאָגט עפּעס אַ נאַרישקייט, ווערן זײַנע ווערטער פֿאַרפֿאַלן, און צומאָל — למשל, ווען מע טרײַבט רכילות — קענען זיי אויך ברענגען אַ גרויסן היזק. אָבער, ווען די זעלבע "נאַרישע" דיבורים קומען על־פּי־טעות פֿונעם מויל בײַ אַ רוחניותדיקן מענטש, וואָס פֿאַרנעמט זיך נישט, געוויינטלעך, מיט פּוסטער פּלאַפּלערײַ, געפֿינט ער צומאָל שפּעטער אין זיי אַן אומדערוואַרטע חכמה און באַטײַט. בײַ אַן ערנסטן און קלוגן מענטש קענען אַפֿילו אַזעלכע דיבורים, וואָס זעען אויס, צוערשט, פּוסט און צופֿעליק, מוליד זײַן אַ חכמה און דבֿרי־תּורה.
טאַקע וועגן דעם, וועגן די גוטע און שלעכטע דיבורים, רעדט, בדרך־רמז, די צווייטע הײַנטיקע פּרשה — "מצורע", וווּ עס ווערט דערציילט וועגן דער מיסטעריעזער קראַנקייט "צרעת", פֿון וועלכער עס האָבן צומאָל געליטן ייִדן אין די תּנ״כישע צײַטן. די גמרא זאָגט, אַז דאָס "צרעת" איז געווען אַ שטראָף פֿאַר רעדן לשון־הרע, דערפֿאַר הייסט אַ קראַנקער אויף "צרעת" אַ "מצורע" — "דער, וואָס רעדט שלעכטס".
עס שטייט אינעם מדרש, אַז די גאַנצע וועלט איז געשאַפֿן געוואָרן און עקזיסטירט דורך דעם לשון־קודש. די שפּראַך פֿונעם תּנ״ך אַנטהאַלט אין זיך אַ גרויסן מיסטישן כּוח, און סיבמאָליזירט דעם אינערלעכן גײַסטיקן "טעקסט", די סעמיאָטישע סטרוקטור פֿונעם אוניווערס. אַחוץ דעם דאָזיקן עזאָטערישן באַדײַט, קען מען אָפּטײַטשן דעם דאָזיקן מדרש אויך אויף אַן אַלעגאָרישן אופֿן: די וועלט, די מענטשלעכע געזעלשאַפֿט, עקזיסטירט צוליב דער "הייליקער שפּראַך" — דאָס הייסט, צוליב ריינע, ערנסטע דיבורים. ווען די מענטשן וואָלטן גערעדט בלויז שטותים און ליגן, וואָלט די גאַנצע מענטשלעכע ציוויליזאַציע זיך ממש צעפֿאַלן, ווי עס איז געשען מיטן "דור הפֿלגה" — די בויער פֿונעם "מיגדל־בבֿל", וועלכע האָבן פֿאַרגעסן, ווי אַזוי זיך צונויפֿצורעדן איינער מיטן צווייטן.
דער "דור הפֿלגה" איז באַשטראָפֿט געוואָרן צוליב דעם, וואָס זיי האָבן אויסגענוצט זייער סאָלידאַריטעט פֿאַר אַ שלעכטן צוועק. ווען דער זעלבער סאָלידאַריטעט־כּוח פֿון דער שפּראַך ווערט אויסגענוצט צום גוטן, ברענגט ער דווקא צו גרויסע מעלות.
נישט רעדן לשון־הרע, רכילות און אַנדערע דעסטרוקטיווע דיבורים, כּדי אויסצומײַדן די מכּה פֿון "צרעת", אינעם בוכשטעבלעכן צי אַלעגאָרישן זין, איז בלויז די ערשטע מדרגה אויפֿן וועג צו דעם עכטן "לשון־הקודש" — צו דער הייליקייט פֿונעם לשון. וואָס מער דבֿרי־תּורה און עבֿודת־השם, ווי אויך ווערטער פֿון וואַרעמקייט, ליבשאַפֿט, סאָלידאַריטעט, אָרנטלעכקייט און אַנדערע גוטע מידות, ווערן געזאָגט אין דער וועלט, אַלץ ווייניקער "קראַנקייטן" וועלן בלײַבן אין אונדזער געזעלשאַפֿט.