פֿאָרווערטס - 110
הערי לאַנג
הערי לאַנג

איך ווייס ניט, צי אײַך זאָגט עפּעס דאָס וואָרט „האָלאָ­דאָמאָר”, (מאָרען מיט הונגער) וויל איך עס, פֿון דעסטוועגן, דערקלערן: מיט דעם טערמין באַשרײַבט מען דעם קינסט­לעכן, געשאַפֿן אין אַ גרויסער מאָס דורך דער רעגירונג, הונגער אין 1932–1933, וואָס האָט אָפּגעקאָסט זייער טײַער די פּויערים אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, בפֿרט אין אוקראַיִנע. די דערפֿער האָט מען איבערגעלאָזט כּמעט אָן ברויט און, בכלל, אָן גאָרנישט. מיליאָנען — קיינער ווייסט ניט פּינקלעך וויפֿל — מענטשן זײַנען אויסגעשטאָרבן. דעם 11טן נאָוועמ­בער 2006, האָט די „ראַדע‟ (פּאַרלאַמענט) פֿון אוקראַיִנע אָנגענומען אַ געזעץ, וואָס באַשרײַבט דעם „האָלאָדאָמאָר”, ווי אַ גענאָציד פֿונעם אוקראַיִנישן פֿאָלק.

מיר איז ניט אין גאַנצן קלאָר, וואָס מיינט מען, ווען מע זאָגט — „דאָס אוקראַיִנישע פֿאָלק”. אין מײַן ייִדישער משפּחה האָט מען יענע יאָרן זייער גוט פֿאַרגע­דענקט. אין דעם ייִדישן דאָרף אין אוקראַיִנע, וווּ מײַנע עלטערן האָבן געלעבט, איז דער מצבֿ געווען אויך זייער אַ שווערער. דעם 1טן יאַנואַר 1933 איז געבוירן געוואָרן מײַן עלטערער ברודער, אָבער די מאַמע האָט ניט געהאַט קיין כּוח אים צו האָדע­ווען. געראַטעוועט האָט זיי מײַן מומע, וועלכע האָט געוווינט אין אַ שטאָט, און אין די שטעט איז געווען גרינגער צו קריגן ברויט. האָט זי געמאַכט סוכאַ­רעס און זיי איבערגעשיקט אין דאָרף.

בינו-לבינו, האָט די סאָוועטישע פּראָ­פּאַגאַנדע גע­לייקנט אַלע „פּליאָט­קעס” וועגן דעם שרעקלעכן הונגער. אין אַ סך ערטער האָט מען דאָך דערפֿירט מענטשן ביז קאַניבאַליזם און אַנדערע שרעקלעכע מעשׂים. דער מצבֿ אין די אוקראַיִנישע און אַנדערע דערפֿער האָט געשפּילט אויך אַ פּאָליטישע ראָלע. אין אַמעריקע האָבן די קעגנער פֿון אײַנשטעלן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיטן סאָוועטן-פֿאַרבאַנד גענוצט די „פּליאָטקעס” ווי אַ באַווײַז פֿון דער אוממענטשלעכקייט פֿונעם סאָוועטישן רעזשים.

פּונקט אין דער צײַט האָט אַ רײַזע איבער סאָוועטישע שטעט געמאַכט אַ זשורנאַליסט פֿון „פֿאָרווערטס” הערץ (הערי) לאַנג (1888–1970). קיין אַמעריקע איז ער, אַ ליטוואַק, געקומען אין 1904. געהאָרעוועט און ביסלעכווײַז אָנגע­הויבן שרײַבן אין די סאָציאַליסטישע צײַטשריפֿטן. זינט 1917 איז ער געוואָרן אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער פֿון „פֿאָרווערטס”, געשריבן, דער עיקר, וועגן ענינים פֿון דער אַרבעטער-באַוועגונג. שפּעטער האָט ער געדרוקט ניט וויי­ניק אַרטיקלען אויף אַנדערע, בתוכם היסטאָרישע, טעמעס.

לאַנג האָט אויך פֿאַרעפֿנטלעכט צוויי ראָמאַנען — „די אומגליקלעכע כּלה פֿון סאָפֿאָלק סטריט” און „דער קאַמף פֿאַר אַ מאַמע”. איך האָב זיי ניט געלייענט, אָבער די טיטלען קלינגען גאַצן „שונדיש”. אַזוי צי אַזוי, אָבער אויף זייער סמך האָט דער מחבר געמאַכט פּיעסעס און מע האָט זיי געשטעלט אין טעאַטער. למשל, „די אומגליקלעכע כּלה פֿון סאָפֿאָלק סטריט” האָט מען — אונטערן טיטל „אָרעם און רײַך” — געקענט זען אין יאָר 1931 אין דעם בראָנקסער „פּראָספּעקט-טעאַטער”.

אָבער לאַנגס שפּור אין דער געשיכטע איז ניט פֿאַרבונדן מיט זײַן ליטעראַרישער צי טעאַטראַלער ירושה. דאָס איז דווקא פֿאַרשאָטן געוואָרן מיט אַ דיקן שיכט שטויב. אָבער זײַנע רוסישע רײַזע-נאָטיצן האָט מען ניט איין מאָל ציטירט אין ערנסטע אַקאַדעמישע קוואַלן.

קיין רוסלאַנד האָט זיך לאַנגן און זײַן פֿרוי לוסי ראָבינס אײַנגעגעבן צו פֿאָרן, אַ דאַנק אַ בריוו פֿון דעם אַמעריקאַנער סענאַטאָר וויליאַם עדגאַר באָראַה. ווי אַזוי קומט לאַנג צום סענאַטאָר ווייס איך ניט, אָבער דער דאָזיקער סענאַטאָר איז געווען אַ ליבלינג פֿון סאָוועטישע פֿונקציאָנערן, ווײַל ער איז געווען אַ צענטראַלע פֿיגור בעתן דורכשטופּן דעם באַשלוס, מכּוח אײַנצושטעלן די אַמערי­קאַ­נער-סאָוועטישע דיפּלאָמאַ­טי­שע באַ­ציִונגען. אָפּצוזאָגן לאַנגן איז געווען ניט שיין, און די לאַנגס האָבן באַקומען סאָוועטישע וויזעס. זיי האָבן באַזוכט מאָסקווע, לעניגראַד, קיִעוו, כאַרקאָוו, מינסק, זשיטאָמיר און נאָך אַ צאָל שטעט, ווי אויך דערפֿער. נאָך איידער ה. לאַנג האָט זיך אומגעקערט קיין ניו-יאָרק, האָט ער אַרויסגעשיקט פֿון פּאַריז זײַנע רײַזע-נאָטיצן.

אַב. קאַהאַן האָט עס גלײַך געוואָלט דרוקן, אָבער מע האָט אים געעצהט צוּוואַרטן מיט אַזאַ פּובליקאַציע, ווײַל זי האָט געקענט פֿאַרטײַטשט ווערן ווי אַ פּרוּוו צו שטערן דעם פּראָצעס פֿון נאָרמאַליזירן די באַציִונגען צווישן אַמע­רי­קע און רוסלאַנד. די דיפּלאָמאַטישע פֿאַרבינדונג האָט מען אײַנגעשטעלט דעם 16טן נאָוועמבער 1933, און שוין דעם 25סטן נאָוועמבער האָט דער „פֿאָרווערטס” אָנגעהויבן דרוקן לאַנגס רײַזע-נאָטיצן. דער ערשטער טייל איז אַרויס מיט קאַהאַנס פֿאָרוואָרט, וואָס האָט געטראָגן אַ כא­ַ­ראַק­טערישן טיטל, דהײַנו: „רוסלאַנד איז אָנערקענט; וואָס דאָרט קומט פֿאָר מעג מען אָבער וויסן”. צווישן אַנדערע זאַכן, האָט לאַנג געשריבן וועגן דעם הונגער אין אוקראַיִנע, צוליב וועלכע עס זײַנען שוין געשטאָרבן זעקס מיליאָן נפֿשות — אַזאַ ציפֿער האָט אים אָנגערופֿן איינער אַ סאָוועטישער אָנגעשטעלטער.

אַן אמתער סקאַנדאַל האָט זיך צעברענט, ווען לאַנגס אַרטיקלען האָבן זיך באַוויזן אין דער רעכטער ענגליש-שפּראַכיקער פּרעסע. לאַנג איז געווען ניט שולדיק, ווײַל אַ דערלויבעניש אויף איבערצוזעצן און איבערצודרוקן די אַרטיקלען האָט געגעבן קאַהאַן בכבֿודו-ובֿעצמו. ניט ווייניק סאָציאַליסטן, בפֿרט אין דער „פֿאָרווערטס”-אַסאָציאַציע, זײַנען געווען ניט צופֿרידן מיט אַ שותּפֿות צווישן דער ייִדישער סאָציאַליסטישער צײַטונג און דער קאָנסערוואַטי­ווער פּרעסע. אָבער דער דאָזיקער סקאַנדאַל האָט זיך לסוף אײַנגעשטילט, און די היסטאָריקער האָבן גענומען ציטירן לאַנגס אַרטיקלען אין דער פֿאָרעם, אין וועלכער זיי זײַנען דערשינען אין דער ענגלישער איבערזעצונג.