פֿאַרשײדנס
דער שעף־רעדאַקטאָר  דזשיי־דזשיי גאָלדבערג (לינקס) מיט די מיטאַרבעטער פֿון Forward
דער שעף־רעדאַקטאָר דזשיי־דזשיי גאָלדבערג (לינקס) מיט די מיטאַרבעטער פֿון Forward

אַפֿילו אין די 1920ער און 1930ער יאָרן, ווען דער טיראַזש פֿונעם ייִדישן „פֿאָר­ווערטס‟ האָט געבליט, האָט די רעדאַקציע פֿון אַב. קאַהאַן אויך אין זינען געהאַט די לייענערשאַפֿט וואָס האָט זיך אַנטוויקלט פֿון דער וואַקסנדיקער אַסימילירטער ייִדי­שער באַפֿעלקערונג. דעריבער האָט מען שוין דעמאָלט צוגעגעבן זײַטן אויף ענגליש אין מיטן פֿון די ייִדישע בלעטער. אַזוינע באַמיִונגען צוצוציִען ענגליש־לייענעדיקע, האָבן כּסדר זיך באַוויזן אינעם „פֿאָרווערטס‟ במשך פֿון זײַן געשיכטע. אָביעקטיוו גערעדט, זענען די פֿריִערדיקע ענגלישע זײַטן געווען אַ דורכפֿאַל; קיין נײַע לייענער האָבן זיי נישט צוגעצויגן, און די וואָס האָבן געקענט גוט לייענען ענגליש האָבן געקויפֿט און געלייענט אַנדערע ענגליש־שפּראַכיקע ייִדישע צײַטשריפֿטן.

אין 1990 האָט די „פֿאָרווערטס‟־אַסאָ­ציאַציע באַשלאָסן אויף אַ מער ערנסטן אופֿן צו שאַפֿן אַן ענגלישע צײַטונג — Forward — און אָנגעשטעלט ווי רעדאַקטאָר, סעט ליפּסקי, אַ געניטער רעדאַקטאָר פֿונעם חשובֿן Wall Street Journal. דער ערשטער נומער איז אַרויס פֿון דרוק דעם 25סטן מײַ, מיט 17 יאָר צוריק. דער הײַנטיקער רעדאַקטאָר פֿונעם Forward, דזשיי־דזשיי גאָלדבערג, איז געווען פֿון די ערשטע אָנגעשטעלטע אין דער נײַער צײַטונג, און האָט דעמאָלט רעדאַקטירט די שטאָטישע נײַעסן.

פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟־לייענער, וועלכער קען נישט די ענגלישע אויסגאַבע איז כּדאַי צו באַטאָנען, אַז די ענגלישע און ייִדישע פּובליקאַציעס, לאָזט זיי אַרויס איין „פֿאָר­ווערטס־אַסאָציאַציע‟ כאָטש זיי זענען צוויי באַזונדערע פּובליקאַציעס.

דזשיי־דזשיי גאָלדבערג איז אויפֿגע­וואַקסן אין אַ סאָציאַליסטיש־ציוניסטישער היים אין לאָנג־אײַלאַנד, ניו־יאָרק. אין דער היים איז מען געווען העברעיִסטיש גע­שטימט, אָבער אין „מאַק׳גיל־אוניווערסי­טעט האָט גאָלדבערג זיך פֿאַרשריבן אינעם ייִדיש־קלאַס. נאָכן קאָלעדזש איז ער אַרויס­גע­פֿאָרן קיין ישׂראל, וווּ ער האָט געוווינט אינעם קיבוץ גזר, אַ קיבוץ געגרינדעט פֿון זײַנע אַלטע „הבנים‟־חבֿרים. אין קיבוץ איז ער אָפּגעווען 3 יאָר און געדינט דאָרט ווי אַ סעקרעטאַר. אין דער פּאָזיציע האָט ער זיך באַקענט מיט די אָנפֿירנדיקע פּאָליטיקער פֿון דער „אַרבעטער־פּאַרטיי‟ אין ישׂראל. ער איז צוריקגעפֿאָרן קיין ניו־יאָרק, געאַר­בעט אַ ביסל אינעם „אַרבעטער־רינג‟ און באַקומען אַ מאַגיסטער אין זשורנאַליזם פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט.

ווען זײַן בוך „Jewish Power‟ [ייִדי­שער כּוח] איז אַרויס אין 1996, האָט ער באַקומען אַ שם, ווי איינער, וואָס פֿאַרשטייט די אינעווייניקסטע סטרוקטור און אָפּעראַ­ציע פֿון די גרעסטע און „שטאַרקסטע‟ ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. ער האָט דערנאָך 6 יאָר געשריבן אין דער ישׂראלדיקער צײַטונג „Jerusalem Report‟.

ווען די „פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע‟ האָט באַשלאָסן אָפּצוזאָגן דעם רעדאַקטאָר ליפּסקי, איז גאָלדבערג צוריקגעקומען אין דער צײַטונג אין 2000. צוזאַמען מיט ליפּסקין איז אויך אַוועק כּמעט דער גאַנצער פּערסאָנאַל, האָט גאָלדבערג געדאַרפֿט פֿון ס׳נײַ צונויפֿשטעלן אַ רעדאַקציע. וועגן זײַן פֿאָרגייער זאָגט גאָלדבערג אַזוי: „עס איז ליפּסקין געראָטן געווען צו שאַפֿן אַ צײַטונג, באַקאַנט איבערן גאַנצן לאַנד... ער האָט איבערגענומען קאַהאַנס שיטה, ווי אַזוי צו קאָמבינירן אין דער צײַטונג אויטאָרי­טעטישקייט מיט פֿאָלקישקייט. ליפּסקי האָט פֿאַרשטאַנען זײַן אייגן שליחות, צו זײַן אַ קול פֿון די ייִדן פֿאַר דער גאַנצער וועלט‟.

דער איצטיקער Forward טראָגט ווײַ­טער אַן אינטערנאַציאָנאַלן גוטן שם און דינט ווי אַ טריבונע פֿאַר באַקאַנטע און וויכטיקע פּערזענלעכקייטן. סענאַטאָרן און ריכטער פֿונעם העכסטן געריכט שרײַבן איצט פֿאַר Forward. אַמבאַסאַדאָרן אין מיטעלן מיזרח ציטירן אַרטיקלען פֿון אים. אין די אַמעריקאַנער צײַטונגען ווי דער Washington Post ציטירט מען אים אָפֿט.

ווי איז גאָלדבערג אַנדערש פֿון ליפּסקי? „קודם־כּל, איז די פּאָליטישע שטעלונג אין גאַנצן אַן אַנדערע,‟ זאָגט ער. „ליפּסקיס וויזיע איז געווען אויפֿצודעקן, ווער אין וואַשינגטאָן וויל צעטיילן ירושלים; מײַן וויזיע איז אויפֿצודעקן, ווער אין וואַשינגטאָן שטערט צו מאַכן שלום אין ישׂראל (ווען זי וויל דאָס טאָן)‟.

ווען מע האָט אים געפֿרעגט וועגן דעם רושם וואָס דער Forward מאַכט ווי אַ צײַטונג נאָר פֿון שלעכטע בשׂורות, האָט גאָלדבערג געענטפֿערט, אַז „מענטשן ווילן לייענען שלעכטע נײַעס‟. דער Forward האָט דעם שם פֿון אַן אויפֿריכטיקער צײַטונג, זאָגט ער, ווײַל „מיר גלייבן נישט בלינדערהייט אַלץ, וואָס מע זאָגט אונדז, אַרײַנגערעכנט די ייִדישע אינסטיטוציעס‟. די מער לײַכטזיניקע נײַעס אין אַ צײַטונג, ווײַזט ער אָן, לייענט מען אַלע מאָל אויף די לעצטע זײַטן.

גאָלדבערג האַלט, אַז זײַן אַרבעט הײַנט ווי אַ רעדאַקטאָר, איז אַ המשך פֿון זײַן אַרבעט וועגן דעם „ייִדישן כּוח‟. אין די פֿריִערדיקע יאָרן איז נישט געווען קיין השגחה איבער די גרויסע ייִדישע אינסטי­טוציעס, האָבן זייערע פֿירער געקענט זיך לאָזן וווילגיין. קיינער האָט נישט געוווּסט, ווי אַזוי ווערן געניצט די געלטער, וואָס מע האָט געזאַמלט בײַ דער ייִדישער באַפֿעל­קערונג. „איצט איז דאָ דער Forward צו האַלטן אַן אויג אויף זיי‟ — באַטאָנט דער רעדאַקטאָר. וועגן ישׂראל, האַלט ער, קען מען נישט נאָר שרײַבן לויבגעזאַנגען — „עס זענען זיכער דאָ קאָנפֿליקטן אין ישׂראל, וואָס מע דאַרף פֿאַרעפֿנטלעכן.‟

די נײַעס און מיינונגען פֿונעם Forward זענען געוואָרן וויכטיקער נאָכן 11טן סעפּטעמבער 2001, באַמערקט גאָלדבערג. „מיט אַ מאָל זענען די אַקטיוויטעטן און אויפֿפֿירונג פֿון דער ייִדישער קהילה גע­וואָרן אַ נײַעס אויף דער ערשטער זײַט אין די צײַטונגען איבער דער וועלט. יעדער וויל וויסן, וואָס מיר האָבן צו זאָגן.‟ דעריבער טרעט דער Forward אַרײַן אין אַ נײַער תּקופֿה, וווּ זײַן פּאָזיציע וועט נאָך וואַקסן.