|
פֿון רעכטס: הערץ גראָסבאַרד, חנה ראָווינאַ, משה בראָדערזאָן |
|
רעציטאַציע איז אַ באַזונדערער, ספּעציפֿישער זשאַנער אין דער טעאַטער־קונסט. רעציטאַציע הייסט אויסטיילן, אינטערפּרעטירן אַ שאַפֿונג, אַ ליד אָדער דערציילונג פֿון אַ מחבר, וואָס זײַן כּוונה מוז נישט זײַן אַרויסצוברענגען זײַן יצירה דווקא אין דער פֿאָרעם פֿון רעציטאַציע, פֿון פֿירלייענען פֿאַר אַ פּובליקום. דער רעציטאַטאָר מוז אויך נישט זײַן קיין אַנסאַמבל־אַקטיאָר... אין געוויסע פֿאַלן קאָנען די ביידע זשאַנערס — טעאַטער־פֿאָרשטעלונג און רעציטאַציע־אָוונט — גיין געפּאָרט, אָבער דאָס איז נישט אומבאַדינגט נייטיק.
יוסף בולאָוו איז, צום בײַשפּיל, געווען אַ גלענצנדיקער דראַמאַטישער אַקטיאָר אין אַלע טעאַטער־זשאַנערס און גלײַכצײַטיק אַ פּרעכטיקער רעציטאַטאָר.
דער אונטערשייד צווישן בולאָוון און אַלע אַנדערע גרויסע רעציטאַטאָרן באַשטייט אין דעם, וואָס אַלע רעציטאַטאָרן, יעדער אויף זײַן אופֿן האָט געלייענט אַ ליד אָדער דערציילונג און בולאָוו האָט אויסגעשפּילט אַ ליד אָדער דערציילונג. בײַ אים איז אַ ליד געוואָרן... טעאַטער.
הערץ גראָסבאַרד ווערט פֿאַררעכנט פֿאַרן גרעסטן ייִדישן רעציטאַטאָר. אַ מאָל, מיט יאָרן צוריק, האָבן אַ סך אַקטיאָרן פֿון דראַמאַטישן טעאַטער זיך געווידמעט דער רעציטאַטאָרן־קונסט. געווען בײַ אונדז יוסף קאַמען, אַליאָשאַ שטיין, נח נאַכבוש, מאָריס שוואַרץ, רחל האָלצער, לייבו לעווין און אַנדערע. אָבער אויפֿן געביט פֿון רעציטאַציע קאָן זיך קיינער נישט פֿאַרגלײַכן מיט הערץ גראָסבאַרדן.
הערץ גראָסבאַרד איז געווען אַן אוניקום, אַ יוצא־מן־הכּלל, אַן איינמאָליקע דערשײַנונג...
"איבער 80 יאָר פּערמאַנענט — אויף דער ייִדישער בינע אין אַלע לענדער, אויף אַלע קאָנטינענטן. אָן שום רעקוויזיט, בײַ אַ טישל מיט אַן עלעקטריש לעמפּל איז ער געזעסן אויף דער בינע און פֿאַרכּישופֿט דעם עולם מיט זײַן קינסטלעריש וואָרט.
די ייִדישע מאָדערנע ליטעראַטור, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אַנטוויקלען סוף 19טן־אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט האָט זיך גענייטיקט אין אַזאַ קינסטלער, אַזאַ בעל־תּפֿילה ווי הערץ גראָסבאַרד.
הערץ גראָסבאַרד איז געבוירן געוואָרן אין אַ חסידישער משפּחה אין לאָדזש דעם 21סטן יוני 1892. זײַן פֿאָטער אליעזר איז געווען אַן אַלעקסאַנדער חסיד. זײַן זיידע הערשל גראָסבאַרד האָט פֿאַרלאָזט זײַנע געשעפֿטן אין וואַרשע און צוזאַמען מיט דער באָבען אַוועק קיין ארץ־ישׂראל. געקויפֿט אַ הײַזקע אין סאַמע פֿרומסטן ראַיאָן אין ירושלים, אין מאה־שערים, און דאָרטן האָבן זיי אויסגעלעבט זייערע יאָרן.
הערץ גראָסבאַרד איז יונגערהייט אָנגענומען געוואָרן אין אַ דײַטשער דראַמאַטישער שול, און באַלד נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה ווערט ער אַן אַקטיאָר אין דער באַרימטער "ווילנער טרופּע". ער איז דעמאָלט אַלט געווען 26 יאָר — איינער פֿון די "עלטסטע" ייִדישע אַקטיאָרן אין דער טרופּע...
אין "די אַרבײַטער־צײַטונג" פֿון 25טן יולי 1919 שרײַבט מען וועגן גראָסבאַרדן: "אין דער דראַמע 'דער שטומער' פֿון אַ. ווײַטער האָט ה. גראָסבאַרד אַרויסגעבראַכט אַן ערנסטן, דורכגעטראַכטן און טיף־פֿילנדיקן אַלכּסנדר. בײַ אים איז נישטאָ קיין איבעריקער זשעסט, קיין נישט באַרעכטיקט אַרויסגעבראַכטע פֿראַזע. יעדע באַוועגונג רעדט, דערציילט, זאָגט אונדז אויס דעם סוד פֿון זײַנע איבערלעבונגען".
ווײַזט אויס, אַז גראָסבאַרד האָט נישט געפֿונען זײַן פּלאַץ אין דער "ווילנער טרופּע". ער פֿאַרלאָזט דעם טעאַטער נאָך עטלעכע געלונגענע ראָלעס און פֿאָרט אַרויס קיין דײַטשלאַנד און ווערט גלײַך אָנגענומען אין טעאַטער פֿון באַרימטן פּיסקאַטאָר. אַלע זענען דעמאָלט געלאָפֿן קיין דײַטשלאַנד. אין דער זעלבער צײַט טרעט ער אויף מיט וואָרט־קאָנצערטן אויף ייִדיש. ער איז געוואָרן אַזוי באַרימט, אַז ווען מען האָט געפֿײַערט 20 יאָר נאָך דער טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ האָט מען פֿון פּוילן פֿאַרבעטן אַזעלכע פּערזענלעכקייטן, ווי נח פּרילוצקי, זלמן רייזען, ד"ר צמח שאַבאַד, ד"ר ישׂראל רובין און הערץ גראָסבאַרד. ער לייענט אויף דער פֿײַערונג די לידער פֿון אליעזר שטיינבאַרג און איציק מאַנגער.
גראָסבאַרד לאָזט זיך אַרויס מיט אַ טורנע איבער שטעט און שטעטלעך פֿון פּוילן, רומעניע, ליטע, לעטלאַנד, עסטלאַנד, פֿינלאַנד, דענעמאַרק, פֿראַנקרײַך, בעלגיע, דרום־אַפֿריקע. בלויז אין ליטע, אַ קליינעם ייִדישן ייִשובֿ אַרום 150 טויזנט נפֿשות, האָט גראָסבאַרד געהאַט הונדערט און פֿופֿציק וואָרט־קאָנצערטן.
פֿאַר גראָסבאַרדן האָבן זיך ברייט צעעפֿנט די שפּאַלטן פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין פּוילן.
גראָסבאַרד האָט געלעבט אין אַרגענטינע צוויי יאָר — פֿון 1934 ביז 1936. וועגן זײַנע אויפֿטריטן אין אַרגענטינע און אין טשילע שרײַבט יעקבֿ באָטאָשאַנסקי אין "די פּרעסע" פֿון 17טן יוני 1935: "ווען גראָסבאַרד רעציטירט רופֿט ער אַרויס דעם גײַסט פֿון דעם ווערק און דאָס געשטאַלט פֿון העלד. איך זאָג עס מיט דער פֿולער זיכערקייט: אַזוי רעציטירן ווי גראָסבאַרד רעציטירט, רעציטירט קיינער נישט".
גראָסבאַרד פֿאָרט אַרויס אַ צווייט מאָל קיין אַרגענטינע דעם דריטן אויגוסט 1939. פֿיר וואָכן שפּעטער איז אויסגעבראָכן די צווייטע וועלט־מלחמה. גראָסבאַרד האָט זיך געראַטעוועט...
שלמה ביקל שרײַבט וועגן גראָסבאַרדס וואָרט־קאָנצערטן אין אַמעריקע אין ניו־יאָרקער "טאָג" פֿון 19טן דעצעמבער 1946: "עס איז פֿאַראַן אַ מוזיקאַלישע געלײַטערטקייט אין גראָסבאַרדס רעציטאַציע. עס הערשט אַ האַרמאָניע צווישן און איבער די ווערטער. דער פּלאַקאַט האָט נישט מגזם געווען — עס איז וואָרט־קאָנצערט".
אויך ש. ניגער, דער באַרימטער קריטיקער, שרײַבט:
"גראָסבאַרד וועקט דרך־ארץ צום ייִדישן וואָרט — און טאַקע אויף דער בינע — דאָס ייִדישע וואָרט איז נישט הפֿקר. יעדעס וואָרט באַהאַלט אין זיך אַ ניגון און דער ניגון האָט אָן אַ שיעור גילגולים. יעדעס וואָרט איז פּאָטענציעל אַ דראַמאַטישער אַקט".
אין יאָר 1951 קומט גראָסבאַרד אָן קיין קאַנאַדע, וואָס איז נאָך זײַן לאַנגן וואַנדערוועג געוואָרן זײַן היים.
א. מ. קליין שרײַבט אין "קאַנאַדער דזשויִש קראָניקל" אַ לויבגעזאַנג פֿאַר גראָסבאַרדן: "ווער עס האָט נישט געהערט הערץ גראָסבאַרדן לייענען, רעציטירן, באַנוצן זיך מיט שפּראַך — ווער עס האָט קיין מאָל נישט געהערט ווי אַזוי ער פּרעזענטירט מײַסטערווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, ווי אַזוי ער מאַכט אויפֿבליצן די איידלשטיינער פֿון אָט דער ליטעראַטור, דער האָט נאָך נישט געאַנט וואָס עס מיינט די שיינקייט פֿון מענטשלעכן אויסדרוק"...
צום ערשטן מאָל איז הערץ גראָסבאַרד געקומען קיין ישׂראל אין יאָר 1955. די "הבימה" האָט אים געגעבן דעם זאַל פֿאַר זײַנע אויפֿטריטן. שרײַבט מרדכי צאַנין אין אַ קאָרעספּאָנדענץ פֿאַרן "פֿאָרווערטס" אין יענער צײַט:
"אַ פּאָר טעג נאָך זײַן אָנקומען אין לאַנד אַרײַן בין איך געווען מיט הערץ גראָסבאַרדן אין 'הבימה' אויף דער פֿאָרשטעלונג 'דאָס טייהויז פֿון דער אויגוסט־לבֿנה'. די שוישפּילער פֿון 'הבימה', וועלכע געדענקען גראָסבאַרדן פֿון די בערלינער צײַטן — חנה ראָווינאַ, אַהרון מעסקין, שמעון פֿינקעל, רפֿאל קליאַטשקין — האָבן זיך מיט גראָסבאַרדן אַרומגעכאַפּט ווי מיט אַ ליבן ברודער. אויף דער פֿאָרשטעלונג איז אויך געווען דוד בן־גוריון. די אַרטיסטן האָבן פּשוט נישט געוווּסט וואָס צו טאָן מיט גראָסבאַרדן. אַזאַ רירנדיקע באַציִונג צווישן קינסטלער האָב איך שוין לאַנג נישט געזען..."
בעת זײַן לענגערן וויזיט אין ישׂראל האָט גראָסבאַרד געהאַט עטלעכע הונדערט קאָנצערטן — בלויז אין די קיבוצים — 100 קאָנצערטן.
אין 1971 איז הערץ צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי מאַלי געקומען קיין ישׂראל און געוואָרן אַ ישׂראל־בירגער.
אַבֿרהם סוצקעווער שרײַבט אין זײַנס אַן עסיי אין "די גאָלדענע קייט" נ' 22:
די אײַנגעדרימלטע ליבשאַפֿט צו דער ייִדישער ליטעראַטור — האָט דאָ גראָסבאַרד אויפֿגעדעקט. מיטן צויבער־שליסל פֿון זײַן ניגון האָט ער אויפֿגעשלאָסן אַ פֿאַרשוווּנדענע וועלט. און זע, די וועלט איז נישט פֿאַרשוווּנדן, ייִדיש לעבן האָט זיך אַרײַנגעאייביקט אין קלאַנגען. און די קלאַנגען טרויערן און זיי טריפֿן מיט בלוט, מיט בלוט פֿון אונדזער אייביקייט. ער האָט ליב זײַנע דיכטער".
25 יאָר האָט גראָסבאַרד געלעבט אין ישׂראל ביז זײַן פּטירה אין יאָר 1994, אין עלטער פֿון 102 יאָר.
דערציילט מרדכי צאַנין אין זײַנס אַן אָפּהאַנדלונג וועגן גראָסבאַרדן אין "די גאָלדענע קייט" נ' 138 פֿון יאָר 1994:
"צוויי וואָכן פֿאַר זײַן פּטירה בײַ אים אין דער היים, אין חולון, האָב איך פֿאָרגעלייגט, אַז מחמת ער איז איינער אַליין אין דער דירה און איז אַפֿילו נישט מסוגל צו מאַכן אַ שפּאַציר, וואָלט געווען שׂכלדיק ער זאָל אַריבערגיין וווינען אין אַ גוטן אַנשטאַלט פֿאַר פּענסיאָנערן מיט אַ סטאַבילער מעדיצינישער השגחה און אין אַ קולטורעלער סבֿיבֿה. אויף דעם האָט מיר גראָסבאַרד געענטפֿערט, אַז ס'איז נאָך נישט די צײַט... ער וואָלט וועלן, אַז דער ייִדישער שרײַבער־פֿאַראיין זאָל פֿאַר אים אײַנאָרדענען נאָך איין קאָנצערט. ער האָט צו דעם נישט זוכה געווען. זונטיק, דעם 2טן יאַנואַר איז גראָסבאַרד געשטאָרבן בײַ זיך אין דער היים".
גראָסבאַרד דער מעטעאָר, האָט 80 יאָר געשוועבט אין דער ייִדישער פּאָעזיע און פּראָזע און באַלויכטן איר וועג. אין אַ ליד פֿון אליעזר שטיינבאַרג א"נ "הערץ גראָסבאַרד" געפֿינען מיר אַזעלכע שורות:
...די קראַפֿט, וואָס אין ייִדישן וואָרט איז פֿאַרזיגלט,
דעם חן וואָס אין ייִדישן פֿערז איז פֿאַרריגלט
די טרער, וואָס אין ייִדישן שמייכל זיך שפּיגלט —
באַקומסטו אַרויס מיטן שם, וואָס באַפֿליגלט...