במשך פֿון די לעצטע צען יאָר האָב איך פֿאַרבראַכט אָן אַ שיעור שעהען אין ביבליאָטעק. אַ גרויסער טייל פֿון מײַן פֿאָרש־אַרבעט האָט זיך קאָנצענטרירט אויף די פֿרויען־שרײַבער, און איך האָב שטודירט די ביכער פֿון ציליע דראָבקין, אסתּר קרייטמאַן, אסתּר שומיאַטשער־הירשביין און אַננאַ מאַרגאָלין, ווי אויך די רעצענזיעס אויף זייערע ווערק.
נישט איין מאָל האָב איך געפֿונען רעצענזיעס אין דער ייִדישער פּרעסע, וואָס רײַסן אונטער די שרײַבערינס, און שטעלן אַרויס אויף חוזק די פֿרויען בכלל. מלך ראַוויטש, למשל, האָט אָפֿט מאָל געזינדיקט אין דעם פּרט, אָבער אין די שפּעטערע יאָרן האָט ער, צום טייל, תּשובֿה געטאָן. צו מאָל האָב איך געזוכט אַ רעצענזיע פֿון אַ וויכטיק בוך, אָנגעשריבן פֿון אַ פֿרוי, און נישט געקאָנט געפֿינען.
כ׳האָב אָנגעהויבן טראַכטן, אַז עס וואָלט געווען ניצלעך אויסצופֿאָרשן, צי ס׳האָט טאַקע דורכגעוועבט די קריטישע אַנאַליזן אַ פֿאָדעם פֿון מבֿטל זײַן און איגנאָרירן פֿרויען? און ווי אַזוי וואָלטן די קריטישע אַנאַליזן פֿון די פֿרויען־ווערק געווען אַנדערש, ווען די פֿרויען וואָלטן זיי אָנגעשריבן? איין אופֿן צו דערגיין, צי דאָס איז אמת, וואָלט געווען צו שטודירן איין צײַטונג, וואָס האָט געהאַט אַן איין־און־איינציקע רעדאַקטאָרישע וויזיע במשך פֿון אַ סך יאָרן — מיט אַנדערע ווערטער, אָנהייבן מיטן „פֿאָרווערטס‟. האָב איך זיך ווידער אומגעקערט אין ביבליאָטעק, צום מיקראָפֿילם.
די ערשטע זאַך וואָס איך האָב אַנטדעקט איז, אַז דער „פֿאָרווערטס‟ האָט געהאַט אַ קנאַפּן אינטערעס אין ליטעראַרישע ענינים, און ווען יאָ — איז עס געווען מער וועגן דער וועלט־ליטעראַרטור. די צײַטונג האָט אָבער יאָ געדרוקט ליטעראַרישע שאַפֿונגען. אַ שטיקל צײַט האָט מען אָנגעשטעלט דעם פּאָעט מאַני לייב, און דער „פֿאָרווערטס‟ האָט אויך רעגלמעסיק געדרוקט סײַ שונד, סײַ באַלעבאַטישע בעלעטריסטיק. אָבער צענדליקער יאָרן לאַנג האָט מען אָפּגעגעבן בלויז איין זײַט לטובֿת דער ליטעראַטור, וואָס האָט אַרײַנגענומען רעצענזיעס, מעלדונגען וועגן ערשט־פּובליקירטע ביכער און קאַפּיטלען פֿון דער ליטעראַרישער געשיכטע — אינעם צווייטן אָפּטייל, ז׳ 5, פֿון דער זונטיקדיקער אויפֿלאַגע. אָפֿט מאָל האָט מען אַ טייל פֿון דער זײַט, אָדער די גאַנצע זײַט, געלאָזט פֿאַר די שלוסן פֿון די פּאָליטישע אַרטיקלען, וואָס האָבן זיך אָנגעהויבן אויף דער ערשטער זײַט. געוויינטלעך, האָט מען אויף דער זײַט געקאָנט געפֿינען אַן אַרטיקל וועגן אַ געשעעניש אָדער יוביליי אין דער וועלט־ליטעראַטור — געוויינטלעך, פֿון דער ענגלישער, דײַטשישער אָדער רוסישער, אָדער אַ רעצענזיע פֿון אַ נײַ בוך אין איינער פֿון די שפּראַכן. בעת די יאָרן פֿון מאַני לייבס „רעזידענץ‟, האָט אויף דער זײַט זיך באַוויזן זײַן וועכנטלעך ליד. דערצו האָט מען געווידמעט אַ רובריק פֿאַר „ליטעראַרישע ידיעות‟, וואָס האָט אַרײַנגענומען די נײַעס וועגן פֿאַרלעגערײַ און שרײַבערײַ אין דער ייִדיש־וועלט.
איך האָב אַריינגעקוקט אין עטלעכע יאָרגענג פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, זוכנדיק דאָרט די קריטישע אַנאַליזן פֿון די ווערק, געשאַפֿן פֿון די פֿרויען־שרײַבער, בפֿרט אין 1928 און 1929. אין יענע יאָרן זענען אַרויסגעלאָזט געוואָרן צוויי וויכטיקע ביכער פֿון פּאָעזיע, אָנגעשריבן פֿון פֿרויען: עזרא קאָרמאַנס אַנטאָלאָגיע, „ייִדישע דיכטערינס‟, און אַננאַ מאַרגאָלינס בוך, „לידער‟. וועגן ביידע האָט דער „פֿאָרווערטס‟ נישט געדרוקט קיין וואָרט. כ׳האָב אויך געקוקט אין די יאָרן 1936 און 1937. איך האָב שוין געוווּסט, אַז ציליע דראָבקינס בוך „אין הייסן ווינט‟ איז רעצענזירט געוואָרן אין 1936, און איך האָב געהאָפֿט עפּעס צו געפֿינען וועגן אסתּר קרײַטמאַנס בוך, „דער שדים־טאַנץ‟, אָדער וועגן איינעם פֿון די דרײַ ביכער, וואָס קאַדיע מאָלאָדאָווסקי האָט אַרויסגעגעבן אין 1936 און 1937. כ׳האָב ווידער נישט געפֿונען קיין וואָרט דערפֿון. אין דער זעלבער צײַט האָט מען אין דער רובריק פֿון ליטעראַרישע ידיעות אָפֿט מאָל באַשריבן די ביכער פֿון קרײַטמאַנס ברודער, י. י. זינגער, מעלדנדיק די פֿאַרקויף־ציפֿערן אָדער איבערזעצונגען אויף ענגליש און אַנדערע שפּראַכן. מע האָט אויך אַנאָנסירט געוויסע נישט־ליטעראַרישע ביכער פֿון פֿרויען, ווי קאָכביכער אָדער שיינקייט־וועגווײַזערס.
במשך פֿון אַלע יאָרן איז קיין איין בוך קרײַטמאַנס נישט רעצענזירט געוואָרן אין „פֿאָרווערטס‟. הגם זי האָט אַרײַנגעשיקט פּרעסע־קאָמוניקאַטן (ווי מע קאָן זען פֿון איר קאָרעספּאָנדענץ אין איר אַרכיוו אין ייִוו״אָ), האָט מען נישט אָפּגעדרוקט קיין וואָרט דערפֿון אין דער רובריק פֿון „ליטעראַרישע ידיעות‟. ווען זי איז געשטאָרבן אין 1954, האָט דער „פֿאָרווערטס‟ נישט אָנגעשריבן קיין נעקראָלאָג אָדער אַ שלושים־אַרטיקל וועגן איר, אַזוי ווי מע האָט געטאָן פֿאַר די אַנדערע ייִדישע שרײַבער. אין באַשעוויסעס זכרונות פֿון 1955, „אין מײַן פֿאָטערס בית־דין שטוב‟, באַשרײַבט ער אַן עפּיזאָד פֿון זײַן שוועסטערס פֿריִע קינדער־יאָרן און די אומשטאַנדן פֿון איר זיווג־לעבן — דאָס איינציקע מאָל, וואָס קרײַטמאַן ווערט דערמאָנט אינעם „פֿאָרווערטס‟, במשך פֿון די אַלע יאָרן, זינט אירע צוויי ברידער האָבן זיך דאָרט געדרוקט. קיין איין מאָל אין זײַנע זכרונות דערמאָנט ער נישט אירע פּובליקירטע ווערק, און תּמיד רופֿט ער זי בײַ איר צונאָמען, הינדע.
דעם אמת געזאָגט, איז די רעצענזיע אויף ציליע דראָבקינס בוך אַ יוצא־מן־הכּלל אין די יאָרן פֿאַר 1940, אפֿשר, ווײַל זי איז אַליין געווען אַ מיטאַרבעטערין אין „פֿאָרווערטס‟ (איר סעריאַליזירטער ראָמאַן — מער ענלעך צו שונד, ווי הויכע ליטעראַטור — האָט זיך באַוויזן אין 1934). איך האָב באַמערקט, אַז אָנהייבנדיק פֿון די 1940ער, האָט דער „פֿאָרווערטס‟ אָפֿטער רעצענזירט ייִדישע ביכער און צווישן זיי — ביכער פֿון מחברטעס ווי פֿריידל שטאָק, ראַשעל וועפּרינסקי, רחל קאָרן, רייזל זשיכלינסקי און מלכּה חפֿץ־טוזמאַן. אַ פֿאַרשפּרייטע קונץ, וואָס מע געפֿינט דעמאָלט אויך אין אַנדערע צײַטונגען, איז געווען צו שרײַבן וועגן צוויי אָדער דרײַ ביכער לעצטנס אָנגעשריבן פֿון פֿרויען — אין איין רעצענזיע. בדרך־כּלל האָט דער רעצענזענט געלויבט איין בוך פֿון די צוויי, און דערנאָך פֿאַרגליכן די אַנדערע ווערק מיט די געלויבטע — אָפֿט מאָל מיט ביטול.
אַ בײַשפּיל פֿון אַזאַ צוגאַנג קאָן זײַן באַשעוויסעס אַ רעצענזיע פֿון אַ קינדערביכל וועגן ישׂראל, אָנגעשריבן פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, און אַ בוך פּאָעזיע פֿון אסתּר שומיאַטשער־הירשביין, ביידע געדרוקט אין 1957. ס׳איז נישטאָ קיין שום סיבה, פֿאַר וואָס מע זאָל רעצענזירן די צוויי ביכער אין איינעם: זיי האָבן נישט געהאַט קיין בשותּפֿותדיקע טעמע, סטיל אָדער לייענערשאַפֿט. נאָכגייענדיק דעם אײַנגעפֿונדעוועטן וועג, האָט באַשעוויס באַהאַנדלט איינס פֿון די צוויי ביכער מיט דרך־ארץ (מאָלאָדאָווסקיס), און דאָס צווייטע — אויף אַ באַנאַלן אופֿן. באַשעוויס באַמערקט, למשל, אַז שומיאַטשער, וועלכע איז דעמאָלט געווען אַלט 58 יאָר, „שרײַבט ווי אַ יונג מיידעלע, וואָס האָט זיך אַליין נישט דערקענט‟. דער איינציקער טייל פֿונעם בוך, פֿון וועלכן ער האַלט יאָ, איז פֿאַרבונדן מיט די „ליבע־לידער‟, ווי ער רופֿט זיי, הגם אַ מער פּינקטלעכע דעפֿיניציע וואָלט געווען: לידער וועגן עראָטיק און זיווג־לעבן. די לידער וואָלטן שטאַרק גערירט שומיאַטשערס לייענער פֿון יענער צײַט, וואָס ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן געוווּסט, אַז שומיאַטשערס לעבן־באַגלייטער, דער דראַמאַטורג פּרץ הירשביין, איז טראַגיש אומגעקומען אין 1948 פֿון „לו געריגס קראַנקייט‟. באַשעוויס שרײַבט אָבער, אַז די „ליבע־לידער‟ זענען די בעסטע פֿון אירע ווערק, נישט בלויז ווי קונסט, אָבער ווײַל „עס איז גוט צו וויסן, אַז עמעץ פֿון די ייִדישע שרײַבערינס קאָן נאָך זײַן פֿאַרקאָכט אין אַ מאַנסביל‟. די־אָ באַמערקונג אַנטפּלעקט אַ ריי השערות וועגן פֿרויען: אַז זיי זענען איבערצניעותדיק; אַז זיי פֿאַרלירן דעם אינטערעס צו סעקס, ווען זיי עלטערן זיך, און אפֿשר, גיט ער אַפֿילו אָנצוהערן, אַז די שרײַבערין איז אַ לעזבערקע אָדער וויל ליבער פֿאַרברענגען מיט פֿרויען, ווי מיט מאַנסבילן. ווי עס זאָל נישט זײַן, צי דאָס איז אַ השערה וועגן פֿרויען בכלל, אָדער צי באַשעוויס מיינט צו געבן אַ „שטאָך‟ אַ צווייטע שרײַבערין, איז אומיושרדיק, אַז דער איינציקער אופֿן, ווי באַשעוויס קאָן לויבן אירע ווערק איז צו באַמערקן, אַז „זי קאָן נאָך זײַן פֿאַרקאָכט אין אַ מאַנסביל‟.
און ווי אַזוי האָבן געשריבן די פֿרויען רעצענזענטן? ווי ווײַט איך האָב געזען — האָט קיין איין פֿרוי נישט געשריבן ביכער־רעצענזיעס פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟, אַפֿילו נאָך די 1940ער, ווען דאָראַ שולנער האָט געשריבן ליטעראַרישע קריטיק פֿאַר די ייִדישע צײַטונגען אין שיקאַגע און לאָס־אַנדזשעלעס. אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און אין אַנדערע לענדער פֿון אייראָפּע, האָט מען אָפֿט געדרוקט די רעצענזיעס פֿון רבֿקה רובין, נאָך אין 1931. עס זעט אויס, אַז פֿאַר די אַמעריקאַנער פֿרויען, איז דאָס גרינגסטע געווען צו שרײַבן בעלעטריסטיק. צו קריגן דערבײַ אַ יושרדיקע רעצענזיע — דאָס הייסט, ווערן ערנסט באַטראַכט אין דער קולטורעלער דיסקוסיע — איז געווען שווערלעך. און אַז זיי אַליין זאָלן רעצענזירן ביכער — וואָס מיינט אייגנטלעך, צו באַשטימען די סטאַנדאַרטן, ווי אַזוי מע זאָל דורכפֿירן אָט די דיסקוסיע — איז געווען כּמעט אוממעגלעך.