אונדזער „פֿאָרווערטס‟ פֿײַערט זײַן 110טן געבוירן־טאָג. מזל־טובֿ! איך באַגריס הײַנט נישט נאָר יעדן מיטאַרבעטער פֿון דער רעדאַקציע, נישט נאָר יעדן שרײַבער און קאָרעספּאָנדענט; איך שיק די מזלדיקע ברכות צו יעדן לייענער, צעזייט און צעשפּרייט איבער דער גאָרער וועלט, וואָס לייענט דעם „פֿאָרווערטס‟ סײַ אויף פּאַפּיר און סײַ אין דער אינטערנעץ.
עס קלינגט אפֿשר מאָדנע, אָבער דווקא הײַנט, ווען די אינפֿאָרמאַציע־מיטלען, צוליב דער עלעקטראָנישער טעכנאָלאָגיע, האָבן דערגרייכט אַן אוניווערסאַלע מדרגה — סײַ אין גיכקייט און סײַ אין פֿאַרנעם — פֿילט זיך נאָך שאַרפֿער די נייטיקייט אין אַ ייִדיש געדרוקט וואָרט. דאָס קלינגעוודיקע, באַריידעוודיקע ייִדיש־לשון איז אַוועק פֿון דער גאַס און איז אַרײַן אין די קאָמפּיוטערס. פֿונעם קאָמפּיוטער־פֿענצטערל קוקט אויף אײַך אַרויס פֿון זײַן עבֿר דער ייִדיש־רעשנדיקער נעכטן און דער ייִדיש־שווײַגנדיקער הײַנט.
טויזנטער מענטשן רעדן זיך אַראָפּ פֿון האַרצן, קריגן זיך, אַמפּערן זיך, דערקלערן זיך אין ליבע, גיסן אויס אין זייערע בליץ־בריוו און „בלאָגן‟ זייערע געפֿילן, שאַרפֿן זייער צונג און מוח — און אַלץ אין ייִדיש; און אַלץ שטומערהייט. ייִדיש איז געוואָרן אַ לייען־שפּראַך, און אַ שפּראַך צו רעדן מיט זיך אַליין.
ס׳איז מיר אויסגעקומען זיך טרעפֿן מיט יונגע מענטשן, וואָס ייִדיש איז געווען זייער צווייטע אָדער אַפֿילו דריטע שפּראַך. זיי האָבן מיר געוויזן זייערע לידער. כ׳האָב זיי נישט געפֿרעגט, הלמאַי זיי „גיסן אויס‟ זייערע „פֿערזן‟ דווקא אין אַ צורה פֿון אַ ייִדישן אות; כ׳האָב געוווּסט פֿון מײַן אייגענער דערפֿאַרונג — כ׳בין דאָך אַליין געקומען צו ייִדיש פֿון אַ נישט־ייִדיש שפּראַכלעכן פֿעלד — אַז קיין ענטפֿער איז אויף דער פֿראַגע ניטאָ. עס איז דאָ בלויז אַ האָפֿענונג, אַז אין דער פֿירקאַנטיקייט פֿונעם ייִדישן אות, ווי אין אַ היימיש שטיבעלע, קאָן מען געפֿינען אַ מקום־מנוחה.
ס‘איז נישט קיין סוד, אַז דאָס ייִדישע פֿאָלק, במשך פֿון כּמעט צוויי טויזנט יאָר גלות, האָט געלעבט אין צוויי־דײַטיקע וועלטן: צווישן אַנדערע פֿעלקער און אָפּגעזונדערט פֿון זיי. די אינערלעכע, גײַסטיקע „געטאָ‟ האָבן מיר אַליין פֿאַר זיך אויפֿגעשטעלט מיט הונדערטער יאָרן פֿריִער, איידער די אומות־העולם האָבן אונדז פֿאַרשפּאַרט אין די פֿון ליים און שטיין־אויפֿגעבויטע מויערן. אין אונדזער אייגענער פֿאַרשפּאַרטקייט און אָפּגעזונדערטקייט האָבן זיך אויסגעפֿורעמט די ייִדישע נאַציאָנאַלע אוצרות — פֿונעם תּלמוד ביז די שאַפֿונגען אויף אַלע אונדזערע שפּראַכן.
אייגנטלעך, האָבן מיר דאָך הונדערטער יאָרן געפֿירט אַ ווירטועלע גײַסטיקע עקזיסטענץ, באַגלײַך מיט דער פֿרעמדער פֿיזישער טאָג־טעגלעכקייט. דאָרט, אין אונדזער ייִדישער ווירטועלער וועלט, האָבן מיר גערעדט אויף אונדזערע שפּראַכן, געזונגען אונדזערע ניגונים, געטאַנצט אונדזערע טענץ, געפּראַוועט יום־טובֿים, בריתן, בר־מיצוות, לוויות. מיר האָבן נישט געהאַלטן די טויערן פֿאַרמאַכט, און זיי אויך ברייט נישט געעפֿנט. אָבער ווי די הײַנטיקע קאָמפּיוטער־„האַקערס‟, האָבן זיך יעדעס מאָל אַרײַנגעבראָכן אינעם ייִדישן ווירטועלן שטח די צעיושעוועטע, אויפֿגערייצטע פּאָגראָמשטשיקעס.
דער לעצטער ברוינער מחנה פֿון אַזעלכע „האַקערס‟־מערדערס האָט זיך אײַנגעגעבן אומצוברענגען כּמעט ביידע אונדזערע וועלטן. קוקט אומיסטן אַרײַן הײַנט אין אַ לערנבוך פֿון געשיכטע ערגעץ אין אַ שול פֿון אייראָפּע; איר וועט דאָרט קוים געפֿינען אַ פּאַראַגראַף וועגן דעם, אַז אין זייער לאַנד האָט במשך פֿון הונדערטער יאָרן געלעבט אַ פֿאָלק מיט זײַן אייגענער אמונה, שפּראַך, קולטור... איז עס דען נישט געווען קיין ווירטועלע וועלט, וואָס איז פֿאַרברענט געוואָרן אויף אַ ממשותדיקן אופֿן?!
צוריק גערעדט, איז אין ביידע אַמעריקעס און אַוודאי אין אויסטראַליע און דרום־אַפֿריקע נישט געשען קיין „האָלאָקאָסט‟, און ס‘רובֿ ייִדיש־רעדערס זײַנען אין אָט די לענדער נישט אומגעבראַכט געוואָרן. געשען איז אָבער אַזוי, אַז אַ סך ייִדן פֿון די מקומות האָבן זייער וועלטלעכע ייִדישקייט זייער גרינג אויסגעביטן אויף אַן „אָל־רײַטלעכער‟ גוייִשקייט.
נישט איין מאָל האָט די אַל־מענטשלעכע אין־סופֿיקייט פֿון דער ייִדישער נאַטור זיך אַרויסגעריסן פֿון דער פֿאַרפּראָפּקעוועטער תּלמודיסטישער כּלי; אָבער דורכמאַכנדיק די אַלע שיבעה־מדורי־„איזמען‟ פֿון כּלערעליי אידעאָלאָגישע באַוועגונגען, האָט דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿאַרהיט אין גרונט זײַן קערנדיקע אייגנאַרטיקייט.
יאָ, מיר האָבן טאַקע אָפּגעהיט אונדזער אַליינקייט, אָבער זיך אַליין מיט איר געשעמט. ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, האָבן מיר געהאַט און האָבן ביז הײַנט נישט ווייניק אייגענע „האַקערס‟, מער באַקאַנט — ווי אַסימילאַטאָרן. זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר נישט קיין קלענערע סכּנה, ווי יענע דרויסנדיקע „האַקערס‟, כאָטשבי דערפֿאַר, ווײַל זיי טוען עס, פּוצנדיק זיך אין די „מלבושים פֿון אייגענע‟. אַגבֿ, אויפֿן פֿעלד פֿון ייִדיש קאָן מען זיך נישט זעלטן אָנשטויסן אין אַזאַ ווילדגראָז, אָבער נישט באַלד דערקענט מען עס. זיי שווערן זיך אין ליבע צו מאַמע־לשון, און ווי יענע „גוטע קינדערלעך‟, דאַרפֿן זיי האָבן די מאַמע, כּל־זמן מע קאָן זי אויסניצן.
אינעם מאַסן־באַוווּסטזײַן פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט אין אַמעריקע, איז ייִדיש — אַ שפּראַך פֿון נעכטן, וואָס הײַנט איז פֿון איר פֿאַרבליבן „באַשעוויס און באַרבאַראַ סטרײַזאַנטס פֿילם ׳יענטל׳‟, ווי אויך עפּעס אַ צענדליק ווערטער, ווי למשל, „קוועטש‟, „שלעפּ‟, „שלעפּער‟, „גליטש‟, „שמעגעגע‟ וכּדומה; זיי קלינגען קאָמיש און געשמאַק, ווי „געפֿילטע פֿיש‟ און „מאַצע־באָל‟. די „מער באַהאַוונטע‟ אין די פֿראַגן פֿון ייִדיש, מײַדן נישט אויס די געלעגנהייט צו פֿרעגן בײַ אַ „ייִדישיסט‟: „ווי מיינט איר, וויפֿל יאָר וועט נאָך עקזיסטירן ייִדיש?‟...
איך פֿאַרשטיי זייער פֿראַגע, ווײַל איך ווייס, אַז זיי האָבן קיין מאָל בײַ זיך נישט געפֿרעגט: וואָס זשע איז אַזוינס געשאַפֿן געוואָרן אין ייִדיש, וואָס די דאָזיקע שפּראַך און קולטור עקזיסטירט ביז הײַנט, נישט האָבנדיק קיין לאַנד און פֿאַרלירנדיק איר וועלט?
שטעלט זיך טאַקע אַ קלאָץ־קשיא אין דער פֿײַערלעכער שעה פֿון דעם 110טן „פֿאָרווערטס‟־יוביליי, צי איז עס אַ זכות צו דערלעבן צו אַזאַ בכּבֿודיקן עלטער און שׂימחהווען אין אַ שטאָלצער עלנטקייט? אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר וועט אויף דעם ענטפֿערן אויף זײַן אייגענעם אופֿן: אַזוי איז, אַפּנים, באַשערט.
לאָמיר אָבער שטעלן די פֿראַגע אַנדערש: צי זײַנען מיר באמת עלנט? די בכּבֿודיקע עלטער פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ שליסט דאָך אין זיך אײַן כּמעט פֿיר דורות ייִדיש־שרײַבערס, ייִדיש־טעטיקייטן, ייִדיש־לייענערשאַפֿט, ייִדיש־קיום — דעם גאַנצן 20סטן יאָרהונדערט. און אַלץ אויף ייִדיש. אַוודאי, שטייענדיק אויף דער סאַמע הייך פֿון דעם ירושה־באַרג, קען מען זיך דערפֿילן עלנט. נאָך מער, עס קען זיך נאָך, חלילה, פֿאַרדרייען דער קאָפּ. אָבער מיר שטייען נישט אויף אַן אָרט; אַ צײַטונג האָט פּשוט נישט קיין צײַט צו וואַרטן; מיר גייען אָן ווײַטער איבערן נײַעם יאָרהונדערט, צוזאַמען מיט אײַך, אונדזערע לייענער.
ברענגען מיר יעדע וואָך אַרויס אויף אונדזערע געדרוקטע שפּאַלטן און אויף דעם קאָמפּיוטער־פֿענצטערל די גאַנצע לעבעדיקייט פֿונעם ווירטועלן פֿאַרשוווּנדענעם ייִדישן עבֿר, און דעם בטחון, אַז אונדזער הײַנטיקע ייִדישע וועלט וועט מער קיין מאָל נישט פֿאַרשוווּנדן ווערן.
באָריס סאַנדלער