ביאָגראַפֿיעס
פֿון מאַיאַ קאַראָל (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די זין פֿון מ. ס. בערקענהיים (פֿון געבוירן כּהן): לעאָן, אַבֿרהם, גריגאָרי, אַלעקסאַנדער, באָריס.
די געשיכטע פֿון דער דאָזיקער צע­צווײַג­טער משפּחה הייבט זיך אָן מיט דעם, וואָס דער מאָסקווער סוחר פֿון ערש­טער גילדיע מאָיסיי סאָלאָמאָנאָוויטש בער­קענהיים האָט חתונה געהאַט מיט אַ מיידל פֿון אויסלאַנד, פֿון דער משפּחה כּהן (דער פֿאַקט ווערט באַשטעטיקט אין דער גע­נעאָ­לאָגישער טאַבעלע אין דעם קאַרל מאַרקס־מוזיי, אין זײַן געבוירן־שטאָט טריר, דײַטשלאַנד). פֿון דעם זיווג זײַנען אַרויס­געקומען זיבן קינדער — פֿינף זין און צוויי טעכטער. דאָ דערציילן מיר וועגן די ברידער בערקענהיים.

װעלט פֿון ייִדיש
די באַטייליקטע אין ״קונסט פֿון ייִדיש״. די לערערשאַפֿט זיצט אין דער צווייטער ריי

אין דעצעמבער, 2006, חנוכּה-צײַט, איז פֿאָרגעקומען נאָך אַ נס אין לאָס-אַנדזשעלעס׃ די זיבעטע פּראָגראַם — "קונסט פֿון ייִדיש" — אַן אינטענסיווע וואָך פֿון ייִדישע לימודים — שפּראַך־קלאַסן, רעפֿעראַטן און מוזיק-וואַרשטאַטן. פֿאַר וואָס אַ "נס"? ווײַל זיבן איז דאָך אַ געבענטשטער נומער, און דער גאַנצער גרויסער אויפֿטו איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן פֿונעם ״קאַליפֿאָרניער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער שפּראַך און קולטור", אַ קליינטשיקע אָרגאַניזאַציע מיט גרויסע חלומות.