װעלט פֿון ייִדיש
די באַטייליקטע אין ״קונסט פֿון ייִדיש״. די לערערשאַפֿט זיצט אין דער צווייטער ריי
די באַטייליקטע אין ״קונסט פֿון ייִדיש״. די לערערשאַפֿט זיצט אין דער צווייטער ריי

אין דעצעמבער, 2006, חנוכּה-צײַט, איז פֿאָרגעקומען נאָך אַ נס אין לאָס-אַנדזשעלעס׃ די זיבעטע פּראָגראַם — "קונסט פֿון ייִדיש" — אַן אינטענסיווע וואָך פֿון ייִדישע לימודים — שפּראַך־קלאַסן, רעפֿעראַטן און מוזיק-וואַרשטאַטן. פֿאַר וואָס אַ "נס"? ווײַל זיבן איז דאָך אַ געבענטשטער נומער, און דער גאַנצער גרויסער אויפֿטו איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן פֿונעם ״קאַליפֿאָרניער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער שפּראַך און קולטור", אַ קליינטשיקע אָרגאַניזאַציע מיט גרויסע חלומות.

אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון אַן אײַנגעשפּאַרטער פֿרוי און אַ קליינער און געטרײַער פֿאַרוואַלטונג, וואָס שטימט אײַן (דאַנקען גאָט) מיט יעדן אײַנפֿאַל צו פֿאַרהיטן און פֿאַרשפּרייטן ייִדיש אין דער טיף-אַסימילירטער שטאָט, איז געשאַפֿן געוואָרן אַן אינדזל, כאָטש אַ דערווײַליקער, פֿון ייִדיש־בילדונג. דער אינדזל געפֿינט זיך אין איינעם פֿון די שענסטע קולטור־צענטערס אין גאַנץ לאָס־אַנדזשעלעס, דעם "סקירבאַל קולטור־צענטער", וועלכער איז אויך אַ מוזיי פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדנטום.

אין דער פּראָגראַם האָבן אָנטיילגענומען 55 באַטייליקטע צו לערנען זיך ייִדיש טאָג-טעגלעך אין פֿינף פֿאַרשיידענע קלאַסן. נאָך צענדליקער מענטשן האָבן זיך צוגעהערט צו די לעקציעס אויף דער הויפּט־טעמע — ייִדישער טעאַטער. דער אינסטיטוט שטאָלצירט מיט דער אויסגעצייכנטער, פֿעיִקער לערערשאַפֿט פֿון דער פּראָגראַם׃ יצחק ניבאָרסקי, פּסח פֿישמאַן, שבֿע צוקער, שיינדל ליבערמאַן און יעקבֿ באַסנער. אין זייערע קלאַסן קען מען זיך טאַקע אויסלערנען אַ סך במשך פֿון די פֿינף טעג. די אָנהייבער האָבן זיך געלערנט ווי צו רעדן און לייענען אויף ייִדיש; די מער אַוואַנסירטע סטודענטן האָבן זיך געלערט וועגן ייִדישע דראַמעס; די גאָר אַוואַנסירטע האָבן אַנאַליזירט אַהרן צייטלינס מיסטישע לידער.

עס זענען געקומען זיך לערנען סטודענטן אין עלטער פֿון 15 ביז 82 יאָר, פֿון סאַנטאַ־מאָניקאַ, קאַליפֿאָרניע, ביז פּעטערבורג, רוסלאַנד. אַ דאַנק אַ נײַעם פֿאָנד, לכּבֿוד פֿימאַ טשעזנינען ז״ל, דעם באַליבטן נישט־לאַנג פֿאַרשטאָרבענעם ווילנער לייענקרײַז־פֿירער אין לאָס־אַנדזשעלעס, האָט מען געקענט סובסידירן עטלעכע סטודענטן פֿון די אוניווערסיטעטן — פֿון "קאָלומביע־אוניווערסיטעט" אין ניו־יאָרק, "בערקלי־אוניווערסיטעט" אין קאַליפֿאָרניע, "קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין לאָס־אַנדזשעלעס", און פֿון "האַמפּשירער קאָלעדזש". די יונגע תּלמידים אין דער פּראָגראַם זענען געקומען פֿונעם ייִדישן מיטלשול־קלאַס פֿון דעם פּראָיעקט "ייִדישקייט־לאָס־אַנדזשעלעס", אָנגעפֿירט פֿון דער לערערין חנה פּאָלין.

דער קולטורעלער טייל פֿון דער פּראָגראַם האָט זיך אָנגעהויבן מוצאי־שבת, דעם 16טן דעצעמבער, מיט די שאַרפֿע ״אַפֿאָריזמען וועגן ייִדישן אלף-בית לויט שלום־עליכם״, בקיאותדיק רעציטירט אויף ייִדיש פֿון יונגוואַרג פֿונעם פֿריִער־דערמאָנטן מיטלשול־קלאַס. דאָס איז געווען אַ "פֿאָרשפּײַז" צו דער פֿאָרשטעלונג פֿון מײַק בורשטיין׃ מעשׂיות און לידער פֿונעם ספּעקטאַקל "די מגילה פֿון איציק מאַנגער". ווי באַקאַנט, האָט די משפּחה־בורשטיין געשפּילט אין דער פּיעסע אין ישׂראל און אין ניו־יאָרק אין די 1970ער יאָרן. מײַק בורשטיין האָט מײַסטעריש איבערגעגעבן אַ גאַנצע מוזיקאַלישע פּיעסע איינער אַליין — מיט דער סאַטירישער קאָמעדיע און פּאַטאָס וואָס געפֿינען זיך אין מאַנגערס מײַסטערווערק. די דרײַ שטייענדיקע אָוואַציעס צום סוף האָבן עדות געזאָגט, אַז ס׳איז געווען אַ דערהויבענער אַרײַנפֿיר צו דער וואָך פֿון לערנען.

נאָך אַ געלעגנהייט צו זען ייִדישן טעאַטער איז פֿאָרגעקומען אַ דאַנק דער טעאַטער-ספּעציאַליסטין פֿון ניו־יאָרק, פּראָפֿ׳ נחמה (נאַמאַ) סאַנדראָ. זי האָט פֿאַרענדיקט איר פֿערטן רעפֿעראַט וועגן ייִדישן טעאַטער מיט סצענעס פֿון פּרץ הירשביינס פּיעסעס, אויסגעשפּילט פֿון די אַוואַנסירטע סטודענטן אין דער פּראָגראַם. פּראָפֿ׳ סאַנדראָ האָט מיט דעם באַוויזן, אַז אַפֿילו "אויף איין פֿוס" איז מעגלעך צו דערפֿילן דעם טעם פֿון ייִדישן קונסט־טעאַטער.

אַחוץ זײַנע קלאַסן אין דער פֿרי האָט פּראָפֿ׳ יצחק ניבאָרסקי, דער גאַסט פֿון פּאַריז, אויך אָפּגעהאַלטן אַ צאָל רעפֿעראַטן וועגן אַהרן צייטלינס דראַמעס. דורך פּראָפֿ׳ ניבאָרסקיס לעקציעס האָט דער עולם פֿאַרשטאַנען, אַז די טעמאַטיק פֿון פֿאַלשע אידעאָלאָגיעס און אמתער אמונה, וואָס געפֿינט זיך אין צייטלינס ווערק, ווי "ווײַצמאַן דער צווייטער", "יעקבֿ פֿראַנק", און "יעקבֿ יעקבֿסאָן" האָבן נאָך הײַנט אַן אָרט.

אַ ברייט בילד פֿונעם ייִדישן טעאַטער איז ווײַטער אויסגעמאָלן געוואָרן דורך די לעקציעס פֿון דער געוועזענער ייִדישער אַקטריסע און טעאַטער-רעזשיסאָרין סאַבעל בענדער. משה־זכריה בעקער פֿון "סטאַנפֿאָרד־אוניווערסיטעט" האָט פֿאַרכּישופֿט דעם עולם מיט די טשיקאַווע לידער פֿונעם אַרגענטינער שרײַבער און זינגער הבֿל קאַץ.

דבֿורה שטראַוס און דזשעף וואַרשאָער האָבן אָנגעפֿירט מיט די לידער-וואַרשטאַטן און פֿאָרגעשטעלט אַ פּרעכטיקן קאָנצערט אינעם "ייִדישן קולטור־קלוב", איינער פֿון די שטיצערס פֿון דער פּראָגראַם. בײַם סיום האָט דער באַוווּסטער דיכטער און רעדאַקטער פֿון "חשבון" משה שקליאַר, פֿאָרגעלייענט די פּאַסיקע ווערטער פֿון זײַן שאַפֿונג "דאָס שענסטע ליד":


"שטיי איך אָט אַזוי און קוק פֿאַרלאָרן
אויף די בענק.
ענדלעך האָב איך זיך באַשלאָסן׃
דאָס שענסטע ליד,
מײַן קינד,
עס איז דאָס ייִדיש לשון
אין דײַן מויל.
געדענק!"