די זין פֿון מ. ס. בערקענהיים (פֿון געבוירן כּהן): לעאָן, אַבֿרהם, גריגאָרי, אַלעקסאַנדער, באָריס. |
דער ערשטער זון פֿון די בערקענהיימס — לעאָן מאָיסייעוויטש — איז געווען אַ דאָקטער, פּסיכיש קראַנק געוואָרן און פֿרי געשטאָרבן.
דער צווייטער זון — אַבֿרהם מאָיסייעוויטש (געב. 1867) — האָט פֿאַרענדיקט דעם מאָסקווער אוניווערסיטעט און איז געבליבן דאָרט אַרבעטן. סוף 80ער יאָרן האָט מען אים, ווי אַ ייִד, פֿון דער אַרבעט אָפּגעזאָגט. די פּראָטעסטן פֿון זײַנע קאָלעגעס, צווישן זיי אויך דער וועלט־באַקאַנטער כעמיקער ד. מענדעלייעוו, האָבן נישט געהאָלפֿן. אין 1890 פֿאַרלאָזט ער רוסלאַנד און באַזעצט זיך אויף אַ קורצער צײַט אין אייראָפּע, לעבט שפּעטער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דרום־אַמעריקע. אין 1908 קערט ער זיך אום קיין מאָסקווע, לייענט לעקציעס אין דעם זעלבן אוניווערסיטעט און לאָזט אַרויס "די יסודות פֿון עלעקטראָניק־כעמי". נאָך דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע 1917 שטעלט מען אים אין שפּיץ פֿון דער גאַנצער פֿאַרמאַקאַלאָגישער אינדוסטריע. ער אַרבעט אויס אַ ריי נײַע פּרעפּאַראַטן, ווי אויך די פּרינציפּן פֿון זייער אָנווענדונג. אין 1935 דערשײַנט זײַן וויכטיקע אויסגאַבע "כעמי און די טעכנאָלאָגיע פֿון סינטעטישע היילמיטלען". אין גיכן ווערט ער אַ דעפּוטאַט פֿון דעם מאָסקווער שטאָטראַט. אַבֿרהם בערקענהיים איז געשטאָרבן אין 1938.
גריגאָרי מאָיסייעוויטש — דער דריטער זון (געב. 1872) — האָט אין דעם מאָסקווער אוניווערסיטעט פֿאַרענדיקט צוויי פֿאַקולטעטן: דעם נאַטור־וויסנשאַפֿטלעכן און דעם מעדיצינישן. בעת דער רוסיש־יאַפּאַנישער מלחמה 1904־1905 איז ער אַ מיליטער־דאָקטער אין אַן אָפֿיצירישן האָספּיטאַל און דער מעדיצין־פֿאַרוואַלטער אין כאַרבין. פֿאַר זײַן אַרבעט און טעטיקייט ווערט ער באַלוינט מיט צוויי זייער בכּבֿודיקע אויסצייכענונגען — מיט דעם סטאַניסלאַוו־אָרדן און דעם אַנאַ־אָרדן.
אין 1903 האָט גריגאָרי מאָיסייעוויטש צום ערשטן מאָל באַזוכט, ווי דאָקטער, דעם גרויסן רוסישן שריפֿטשטעלער לעוו טאָלסטוי; און אין משך פֿון זיבן יאָר, וויפֿל דער שרײַבער האָט נאָך געלעבט, פֿלעגט דער דאָקטער יעדעס מאָל ווען ס'איז נייטיק געווען קומען פֿון מאָסקווע קיין יאַסנאַיאַ פּאָליאַנאַ, היילן און אונטערזוכן דאָרט זײַנע פּאַציענטן — די גאַנצע משפּחה טאָלסטוי. וועגן גריגאָרי בערקענהיים טרעפֿן מיר שיינע דערמאָנונגען אין די זכרונות פֿון מענטשן וואָס האָבן געהערט צו לעוו טאָלסטויס סבֿיבֿה: אַ. גאָלדענווײַזער, וו. גוסעוו, וו. טשערטקאָוו, וו. בולגאַקאָוו א"אַ. גריגאָרי בערקענהיים איז געשטאָרבן אין 1919.
אַלעקסאַנדער מאָיסייעוויטש — בערקענהיימס פֿערטער זון — האָט זיך נאָך אין די גאָר יונגע יאָרן אײַנגעשלאָסן אין פּאָליטישן קאַמף, געוואָרן אַ פּאַרטיי־מיטגליד בײַ דער "עס־ער" ("סאָציאַליסטן־רעוואָלוציאָנערן") און זיך באַטייליקט אין דער רוסישער רעוואָלוציע פֿון 1905. צו זײַנע חבֿרים האָבן געהערט די באַקאַנטסטע פּאָליטישע טוער, צווישן זיי אויך אַלעקסאַנדער ריקאָוו, וועמענס בריוו צו בערקענהיים אין 1921 האָבן אַלעקסאַנדרען געראַטעוועט, אָבער איבערגעקערט זײַן גאַנץ לעבן. בערקענהיים האָט זיך צו יענעם מאָמענט געפֿונען אין אויסלאַנד, און פֿון ריקאָווס בריוו האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז אין רוסלאַנד האָט די מאַכט אָנגעהויבן צו פֿאַרפֿאָלגן די "עס־ערן", אַזוי אַז אומקערן זיך אַהיים איז געווען פּשוט געפֿערלעך... ניט געקוקט אויף דעם וואָס אין רוסלאַנד זײַנען געבליבן דאָס ווײַב — אַ רוסישע אַדעליקע — און די טאָכטער מאַרינאַ, באַשליסט אַלעקסאַנדער צו בלײַבן אין פּוילן. דאָרט האָט ער ס'צווייטע מאָל חתונה געהאַט — מיט דער באַרימטער פּוילישער זינגערין שערישעווסקאַ און געהאַט אַ טאָכטער מיט איר. געשטאָרבן איז אַלעקסאַנדער בערקענהיים אין 1925.
עטלעכע ווערטער וואָלט מען געדאַרפֿט זאָגן וועגן זײַנע צוויי טעכטער. די קלענסטע, זאָסיאַ, איז אומגעקומען, נאָך זייער יונג, אין וואַרשע אונטער די דײַטשע באָמבעס. די עלטערע, מאַרינאַ, וואָס איז געבליבן אין רוסלאַנד, האָט שפּעטער חתונה געהאַט מיט אַן עסטישן באַראָן פֿאָן באַמענבער און געהאַט אַ זון מיט אים. זי איז געווען אַ מיטגליד אין דער פּוילישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, אָבער ווען ס'האָט אויסגעבראָכן די צווייטע וועלט־מלחמה האָט זיך די פֿאַמיליע צעשפּאָלטן — דער מאַן מיטן זון האָבן זיך אַקטיוו געשטעלט אויף דער זײַט פֿון די נאַציסטן, און מאַרינאַ אַליין האָט זיך העלדיש באַטייליקט אין דער אַנטיפֿאַשיסטישער ווידערשטאַנד־באַוועגונג.
באָריס מאָיסייעוויטש (געב. 1885) — דער לעצטער זון בײַ די בערקענהיימס — איז אויך, ווי זײַנע עלטערע ברידער, אַרײַן זיך לערנען אין דעם מאָסקווער אוניווערסיטעט. אין איינעם מיט אַ סך אַנדערע סטודענטן האָט ער אָנטייל גענומען אין דעם אויפֿשטאַנד פֿון 1905 און נאָך דעם געמוזט פֿאַרלאָזן רוסלאַנד. אין יאָר 1910 קערט ער זיך אום פֿון היידעלבערג (דײַטשלאַנד) קיין מאָסקווע, פֿאַרענדיקט דעם אוניווערסיטעט און בלײַבט אַרבעטן בײַ דער כעמי־קאַטעדרע. אין די יאָרן פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה שטייט ער בראָש דער לאַבאָראַטאָריע בײַם "רויטן קרייץ" אויפֿן דרום־מערבֿדיקן פֿראָנט. נאָכן יאָר 1917 פֿאַרנעמט ער די שטעלע פֿונעם אוניווערסיטעט־פּראָפֿעסאָר אין קיִעוו; אין 1927 קומט ער ווידער קיין מאָסקווע און גרינדעט דעם זשורנאַל "כעמי און די סאָציאַליסטישע ווירטשאַפֿט". צווישן זײַנע פֿרײַנד — די גרעסטע געלערנטע פֿון יענער צײַט — נ. זעלינסקי, אַ. באַך, וו. ווערנאַדסקי, אַ. פֿערסמאַן א"א. אין זײַן פּריוואַט לעבן איז ער אָבער נישט אַזוי גליקלעך. אין די יאָרן פֿון בירגער־קריג האָט ער חתונה געהאַט מיט טאַיִסיאַ אַלעקסייעוואַ, אַ טאָכטער פֿון אַ דיאַקאָן (דער קלענסטער ראַנג בײַ דער קירך) אין אַ קאָזאַקן־סטאַניצע (ייִשובֿ), אַ מטופּל מיט קינדער... דער יונגער בערקענהיים האָט מיטגענומען דאָס מיידל קיין קיִעוו, און דאָרט האָט עפּעס אַ שיכּורער גלח די "גאָטס שקלאַפֿן טאַיִסיאַ מיט דעם יוד באָריס" מזווג געווען — פֿאַר אַ האַלבן ליטער ספּירט! באָריס מאָיסייעוויטש בערקענהיים איז געשטאָרבן אין 1959.
צווישן די אייניקלעך און אוראייניקלעך פֿון די ברידער בערקענהיים זײַנען הײַנט פֿאַראַן באַגאַבטע אינזשענירן, דאָקטוירים, אַ מאָלערין און אַ באַקאַנטער שרײַבער, אָבער ס'רובֿ פֿון זיי האָבן זיך אַסימילירט און אויף שטענדיק אָנגעוווירן דעם קלאַנגפֿולן משפּחה־נאָמען.
"אָקנאַ". תּל־אָבֿיבֿ, 1997.
ייִדיש: אַ. זאַכאַרענקאָוו
אַ באַמערקונג פֿון דעם איבערזעצער: אַפֿילו אַ קורצער איבערזיכט פֿון די ביאָגראַפֿיעס פֿון קאַרל מאַרקס' קרובֿים אין רוסלאַנד גיט אונדז אַ פֿאָרשטעלונג ניט נאָר פֿון זייער לעבן אין יענע צײַטן, נאָר אויך פֿון דעם לאַנד, אין וועלכן עס איז געמאַכט געוואָרן דער דראַמאַטיש־היסטאָרישער פֿאַרזוך צו פֿאַרווירקלעכן די אידעעס פֿון דעם מענטשן, וואָס זײַן אייגענע מוטער — ווען איר זון האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן אַרבעט "לוינגעלט און קאַפּיטאַל" ("Neue Rheinische Zeitung", אַפּריל 1849) — האָט זיך אַרויסגעזאָגט אַזוי: "בעסער וואָלט קאַרל זיך אָנגעאַרבעט געהאַט אַ קאַפּיטאַל, איידער צו שרײַבן וועגן אים". און מיט 145 יאָר שפּעטער, אין 1994, דערציילט מען, האָט מען אין בערלין אַרויסגעהאַנגען זײַן גרויסן פּאָרטרעט מיט אַן אונטערשריפֿט: "פּראָלעטאַריער פֿון אַלע לענדער, זײַט מיר מוחל"...