ביאָגראַפֿיעס
פֿון מאַיאַ קאַראָל (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די זין פֿון מ. ס. בערקענהיים (פֿון געבוירן כּהן): לעאָן, אַבֿרהם, גריגאָרי, אַלעקסאַנדער, באָריס.
די זין פֿון מ. ס. בערקענהיים (פֿון געבוירן כּהן): לעאָן, אַבֿרהם, גריגאָרי, אַלעקסאַנדער, באָריס.
די געשיכטע פֿון דער דאָזיקער צע­צווײַג­טער משפּחה הייבט זיך אָן מיט דעם, וואָס דער מאָסקווער סוחר פֿון ערש­טער גילדיע מאָיסיי סאָלאָמאָנאָוויטש בער­קענהיים האָט חתונה געהאַט מיט אַ מיידל פֿון אויסלאַנד, פֿון דער משפּחה כּהן (דער פֿאַקט ווערט באַשטעטיקט אין דער גע­נעאָ­לאָגישער טאַבעלע אין דעם קאַרל מאַרקס־מוזיי, אין זײַן געבוירן־שטאָט טריר, דײַטשלאַנד). פֿון דעם זיווג זײַנען אַרויס­געקומען זיבן קינדער — פֿינף זין און צוויי טעכטער. דאָ דערציילן מיר וועגן די ברידער בערקענהיים.
דער ערשטער זון פֿון די בערקענהיימס — לעאָן מאָיסייעוויטש — איז געווען אַ דאָקטער, פּסיכיש קראַנק געוואָרן און פֿרי געשטאָרבן.
דער צווייטער זון — אַבֿרהם מאָיסייע­וויטש (געב. 1867) — האָט פֿאַרענדיקט דעם מאָסקווער אוניווערסיטעט און איז געבליבן דאָרט אַרבעטן. סוף 80ער יאָרן האָט מען אים, ווי אַ ייִד, פֿון דער אַרבעט אָפּגעזאָגט. די פּראָטעסטן פֿון זײַנע קאָלעגעס, צווישן זיי אויך דער וועלט־באַקאַנטער כעמיקער ד. מענדעלייעוו, האָבן נישט געהאָלפֿן. אין 1890 פֿאַרלאָזט ער רוסלאַנד און באַזעצט זיך אויף אַ קורצער צײַט אין אייראָפּע, לעבט שפּעטער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דרום־אַמעריקע. אין 1908 קערט ער זיך אום קיין מאָסקווע, לייענט לעקציעס אין דעם זעלבן אוניווערסיטעט און לאָזט אַרויס "די יסודות פֿון עלעקטראָניק־כעמי". נאָך דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע 1917 שטעלט מען אים אין שפּיץ פֿון דער גאַנ­צער פֿאַר­מאַקאַלאָגישער אינדוסטריע. ער אַרבעט אויס אַ ריי נײַע פּרעפּאַראַטן, ווי אויך די פּרינ­ציפּן פֿון זייער אָנווענדונג. אין 1935 דער­שײַנט זײַן וויכטיקע אויסגאַבע "כעמי און די טעכנאָלאָגיע פֿון סינטעטישע היילמיטלען". אין גיכן ווערט ער אַ דע­פּוטאַט פֿון דעם מאָסקווער שטאָטראַט. אַבֿרהם בערקענהיים איז געשטאָרבן אין 1938.
גריגאָרי מאָיסייעוויטש — דער דריטער זון (געב. 1872) — האָט אין דעם מאָסקווער אוניווערסיטעט פֿאַרענדיקט צוויי פֿאַקול­טעטן: דעם נאַטור־וויסנשאַפֿטלעכן און דעם מעדיצינישן. בעת דער רוסיש־יאַפּאַ­נישער מלחמה 1904־1905 איז ער אַ מי­ליטער־דאָקטער אין אַן אָפֿיצירישן האָס­פּי­טאַל און דער מע­דיצין־פֿאַר­וואַלטער אין כאַר­בין. פֿאַר זײַן אַר­בעט און טעטיקייט ווערט ער באַלוינט מיט צוויי זייער בכּבֿודיקע אויס­צייכענונגען — מיט דעם סטאַניסלאַוו־אָרדן און דעם אַנאַ־אָרדן.
אין 1903 האָט גרי­גאָרי מאָיסייעוויטש צום ערשטן מאָל באַ­זוכט, ווי דאָקטער, דעם גרויסן רוסישן שריפֿטשטעלער לעוו טאָלסטוי; און אין משך פֿון זיבן יאָר, וויפֿל דער שרײַבער האָט נאָך געלעבט, פֿלעגט דער דאָקטער יעדעס מאָל ווען ס'איז ניי­טיק געווען קומען פֿון מאָסקווע קיין יאַסנאַיאַ פּאָליאַנאַ, היילן און אונטערזוכן דאָרט זײַנע פּאַציענטן — די גאַנצע משפּחה טאָלסטוי. וועגן גריגאָרי בערקענהיים טרעפֿן מיר שיינע דערמאָנונגען אין די זכרונות פֿון מענטשן וואָס האָבן געהערט צו לעוו טאָלסטויס סבֿיבֿה: אַ. גאָלדענווײַזער, וו. גוסעוו, וו. טשערטקאָוו, וו. בולגאַקאָוו א"אַ. גריגאָרי בערקענהיים איז געשטאָרבן אין 1919.
אַלעקסאַנדער מאָיסייעוויטש — בער­קענהיימס פֿערטער זון — האָט זיך נאָך אין די גאָר יונגע יאָרן אײַנגעשלאָסן אין פּאָליטישן קאַמף, געוואָרן אַ פּאַרטיי־מיטגליד בײַ דער "עס־ער" ("סאָציאַליסטן־רעוואָלוציאָנערן") און זיך באַטייליקט אין דער רוסישער רעוואָלוציע פֿון 1905. צו זײַנע חבֿרים האָבן געהערט די באַקאַנטסטע פּאָליטישע טוער, צווישן זיי אויך אַלעק­סאַנדער ריקאָוו, וועמענס בריוו צו בער­קענהיים אין 1921 האָבן אַלעקסאַנדרען געראַטעוועט, אָבער איבערגעקערט זײַן גאַנץ לעבן. בערקענהיים האָט זיך צו יענעם מאָמענט געפֿונען אין אויסלאַנד, און פֿון ריקאָווס בריוו האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז אין רוסלאַנד האָט די מאַכט אָנגעהויבן צו פֿאַרפֿאָלגן די "עס־ערן", אַזוי אַז אומקערן זיך אַהיים איז געווען פּשוט געפֿערלעך... ניט געקוקט אויף דעם וואָס אין רוסלאַנד זײַנען געבליבן דאָס ווײַב — אַ רוסישע אַדעליקע — און די טאָכטער מאַרינאַ, באַ­שליסט אַלעקסאַנדער צו בלײַבן אין פּוילן. דאָרט האָט ער ס'צווייטע מאָל חתונה געהאַט — מיט דער באַרימטער פּוי­לי­שער זינגערין שערישעווסקאַ און גע­האַט אַ טאָכטער מיט איר. געשטאָרבן איז אַלעק­סאַנדער בערקענהיים אין 1925.
עטלעכע ווערטער וואָלט מען גע­דאַרפֿט זאָגן וועגן זײַנע צוויי טעכטער. די קלענסטע, זאָסיאַ, איז אומגעקומען, נאָך זייער יונג, אין וואַרשע אונטער די דײַטשע באָמבעס. די עלטערע, מאַרינאַ, וואָס איז געבליבן אין רוסלאַנד, האָט שפּעטער חתונה געהאַט מיט אַן עסטישן באַראָן פֿאָן באַמענבער און געהאַט אַ זון מיט אים. זי איז געווען אַ מיטגליד אין דער פּוילישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, אָבער ווען ס'האָט אויסגעבראָכן די צווייטע וועלט־מלחמה האָט זיך די פֿאַמיליע צעשפּאָלטן — דער מאַן מיטן זון האָבן זיך אַקטיוו געשטעלט אויף דער זײַט פֿון די נאַציסטן, און מאַרינאַ אַליין האָט זיך העלדיש באַטייליקט אין דער אַנטיפֿאַשיסטישער ווידערשטאַנד־באַוועגונג.
באָריס מאָיסייעוויטש (געב. 1885) — דער לעצטער זון בײַ די בערקענהיימס — איז אויך, ווי זײַנע עלטערע ברידער, אַרײַן זיך לערנען אין דעם מאָסקווער אוניווערסיטעט. אין איינעם מיט אַ סך אַנדערע סטודענטן האָט ער אָנטייל גענומען אין דעם אויפֿשטאַנד פֿון 1905 און נאָך דעם געמוזט פֿאַרלאָזן רוסלאַנד. אין יאָר 1910 קערט ער זיך אום פֿון היידעלבערג (דײַטשלאַנד) קיין מאָסקווע, פֿאַרענדיקט דעם אוניווערסיטעט און בלײַבט אַרבעטן בײַ דער כעמי־קאַטעדרע. אין די יאָרן פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה שטייט ער בראָש דער לאַבאָראַטאָריע בײַם "רויטן קרייץ" אויפֿן דרום־מערבֿדיקן פֿראָנט. נאָכן יאָר 1917 פֿאַרנעמט ער די שטעלע פֿונעם אוני­ווערסיטעט־פּראָפֿעסאָר אין קיִעוו; אין 1927 קומט ער ווידער קיין מאָסקווע און גרינ­דעט דעם זשורנאַל "כעמי און די סאָ­ציאַ­ליסטישע ווירטשאַפֿט". צווישן זײַנע פֿרײַנד — די גרעסטע געלערנטע פֿון יענער צײַט — נ. זעלינסקי, אַ. באַך, וו. ווער­נאַדסקי, אַ. פֿערסמאַן א"א. אין זײַן פּריוואַט לעבן איז ער אָבער נישט אַזוי גליקלעך. אין די יאָרן פֿון בירגער־קריג האָט ער חתונה געהאַט מיט טאַיִסיאַ אַלעק­סייעוואַ, אַ טאָכטער פֿון אַ דיאַקאָן (דער קלענס­טער ראַנג בײַ דער קירך) אין אַ קאָ­זאַקן־סטאַניצע (ייִשובֿ), אַ מטופּל מיט קינדער... דער יונגער בערקענהיים האָט מיט­גענומען דאָס מיידל קיין קיִעוו, און דאָרט האָט עפּעס אַ שיכּורער גלח די "גאָטס שקלאַפֿן טאַיִסיאַ מיט דעם יוד באָ­ריס" מזווג געווען — פֿאַר אַ האַלבן ליטער ספּירט! באָריס מאָיסייעוויטש בערקענהיים איז גע­שטאָרבן אין 1959.

צווישן די אייניקלעך און אוראייניקלעך פֿון די ברידער בערקענהיים זײַנען הײַנט פֿאַראַן באַגאַבטע אינזשענירן, דאָקטוירים, אַ מאָלערין און אַ באַקאַנטער שרײַבער, אָבער ס'רובֿ פֿון זיי האָבן זיך אַסימילירט און אויף שטענדיק אָנגעוווירן דעם קלאַנג­פֿולן משפּחה־נאָמען.

"אָקנאַ". תּל־אָבֿיבֿ, 1997.
ייִדיש: אַ. זאַכאַרענקאָוו



אַ באַמערקונג פֿון דעם איבערזעצער: אַפֿילו אַ קורצער איבערזיכט פֿון די ביאָגראַפֿיעס פֿון קאַרל מאַרקס' קרובֿים אין רוסלאַנד גיט אונדז אַ פֿאָרשטעלונג ניט נאָר פֿון זייער לעבן אין יענע צײַטן, נאָר אויך פֿון דעם לאַנד, אין וועלכן עס איז געמאַכט געוואָרן דער דראַמאַטיש־היסטאָרישער פֿאַרזוך צו פֿאַרווירקלעכן די אידעעס פֿון דעם מענטשן, וואָס זײַן אייגענע מוטער — ווען איר זון האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן אַרבעט "לוינגעלט און קאַפּיטאַל" ("Neue Rheinische Zeitung", אַפּריל 1849) — האָט זיך אַרויסגעזאָגט אַזוי: "בעסער וואָלט קאַרל זיך אָנגעאַרבעט געהאַט אַ קאַפּיטאַל, איידער צו שרײַבן וועגן אים". און מיט 145 יאָר שפּעטער, אין 1994, דערציילט מען, האָט מען אין בערלין אַרויסגעהאַנגען זײַן גרויסן פּאָרטרעט מיט אַן אונטערשריפֿט: "פּראָלעטאַריער פֿון אַלע לענדער, זײַט מיר מוחל"...