פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער צושטאַנד פֿון נישט-מלחמה — נישט שלום, אין וועלכן מדינת־ישׂראל געפֿינט זיך און אַנטוויקלט זיך זינט איר אויפֿקום, צווינגט זי צו לעבן צווישן דראָונגען און וואָרענונגען אין די "אָטעם-פּויזעס" צווישן איין מלחמה און דער אַנדערער. עס איז פֿאַר קיינעם קיין חידוש נישט: אַ מדינה פֿון עקסטרעמע קאָנטראַסטן — פֿון דרויסן און פֿון אינעווייניק.

ווי געוויינלעך, אַזוי ווי נאָך יעדער מלחמה, נאָך די נצחון-שאַלן און באַרימערײַען פֿון די מנהיגים און פֿון די גענעראַלן, הייבט אָן דאָס פֿאָלק צו ציילן די קרבנות, צו לעקן די וווּנדן און צו מעסטן די דורכפֿאַלן. אָבער — נישט געקוקט אויף איר דינאַמישער און ברויזנדיקער געשיכטע — האָט די מדינה זעלטן ווען אויסגעפּרוּווט אויף זיך אַזוי בולט, ווי גראָד אין די איצטיקע טעג, די דראָונגען און וואָרענונגען, און דעם האָגל פֿון טענות און באַשולדיקונגען, וועלכע האָבן זיך אַראָפּגעלאָזט אויף דער מלוכישער שיף, וואָס איר גאַנצע אָנפֿירונג געפֿינט זיך אויף דער קרימינעלער און פּאָליטישער אויספֿאָרשונגס-באַנק.

מ'קען אָבער זאָגן, אַז די מדינה געפֿינט זיך אונטער "סוב יודיצע", וואַרטנדיק אויף דעם באַריכט, דעם אורטייל און די אויספֿירונגען פֿון דער ווינאָגראַד-קאָמיסיע, וואָס די רעגירונג האָט נאָמינירט, כּדי צו פֿאָרשן דעם דורכפֿאַל פֿון דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה (דער דאָזיקער פֿאַקט אַליין, און איצט די רעזיגנאַציע פֿון דעם שעף פֿונעם גענעראַל-שטאַב פֿון צה"ל, רבֿ-אלוף, בריגאַדיר-גענעראַל, דני חלוץ, באַשטעטיקן אַלע אָפּשאַצונגען וואָס מיר האָבן געברענגט אין אונדזער קאָלום אין יענע טרויעריקע טעג).

די "ייִדישע מלחמות", וואָס זענען אויסגעבראָכן מיט אַ האַלב יאָר צוריק, נאָך איידער די צווייטע לבֿנונישע מלחמה האָט געהאַט זיך פֿאַרענדיקט, די נצחון-רעדע פֿון דעם פּרעמיער-מיניסטער אהוד אָלמערט אין 15טן טאָג פֿון דער מלחמה, די צעטראַסקעטע "סאָציאַלע אַדזשענדע" פֿון דעם זיכערהייטס-מיניסטער עמיר פּרץ — דאָס אַלץ איז שוין געוואָרן געשיכטע. די "קאַסאַמען" אויף שׂדרות און אויף די ייִשובֿים אַרום עזה, די אַטאַקעס קעגן פּרצן און די מנהיגים-מלחמה אין "עבֿודה" מיטן באַנײַטן אויפֿמאַרש און צוריקקער פֿון אהוד ברק, וועמען אָלמערט וויל זען אויפֿן אָרט פֿון פּרצן ווי זײַן זיכערהייטס-מיניסטער, און דער צוריק אויסגעוואַקסענער "רייטינג" פֿון נתּניהו, די ירידה פֿון אָלמערטן, פֿון "קדימה", פֿון פּרצן אין "עבֿודה" און די שפּאַנונג צווישן זיי, די קרימינעלע אויספֿאָרשונגען, פֿאַרדאַכטן, באַשולדיקונגען און מישפּטים קעגן די העכסטע אָנפֿירערספֿון דער מדינה, ביז צום מדינה-פּרעזידענט, דעם פּרעמיער און דרײַ מיניסטאָרן, און אַזוי ווײַטער — זענען געוואָרן רוטין.

זיי זענען אָבער אויך געוואָרן וואַרטנדיקע באָמבעס, וואָס זייערע סעריאַלע אויפֿרײַסן זענען עלול צו זײַן קאַטאַסטראָפֿאַל. אַפֿילו דער תּמימותדיקער קוש פֿון דעם "פֿאַרהאָנגענעם" יוסטיץ-מיניסטער חיים רמון איז עלול צו ווערן פֿאַר אים פֿאַטאַל. ער און זײַנע אַנדערע קאָלעגן, די מיניסטאָרן אויף דער אויספֿאָרש-באַנק, וואַרטן אויף די דעציזיעס פֿון זייערע פֿאָרשער, פון דער פּאָליציי, צי פֿון דער פּראָקוראַטור אָדער פֿון די שופֿטים.

די גאַנצע מדינה וואַרט אָבער אויף דער ווינאָגראַד-קאָמיסיע, וואָס איר "צווישן־באַריכט" מיט אַ צאָל טיילווײַזיקע אויספֿירונגען דאַרפֿן ווערן פֿאַרעפֿנטלעכט ערשט אין אָנהייב פֿון חודש מערץ. ביז דעמאָלט וועט אָנגיין די מלחמה פֿון די נערוון. און די אָפּאָזיציע, צוזאַמען מיט דער שוין אָפּגעשוואַכטער בירגערלעכער פּראָטעסט-באַוועגונג פֿון דעמאָביליזירטע רעזערוויסטן, משפּחות פֿון דערהרגעטע זעלנער און ד"גל, וועט ווײַטער פֿאָדערן די דעמיסיע פֿון דעם "לבֿנונישן מלחמה-דרײַלינג" — גענעראַל חלוץ, אָלמערט און פּרץ, ווי די פֿאַראַנטוואָרטלעכע פֿאַר דעם דורכפֿאַל אין לבֿנון.

דער שעף פֿונעם גענעראַל-שטאַב, בריג.-גענ. דן חלוץ, האָט אָבער נישט געוואַרט אויף ווינאָגראַדן. נאָכן אָפּנעמען די באַריכטן פֿון קרובֿ פֿופֿציק מיליטערישע פֿאָרש-קאָמיסיעס, וואָס ער האָט נאָמינירט נאָך דער מלחמה, האָט ער גענומען אויף זיך די אַחריות פֿאַר די פֿעלערן און דורכפֿאַלן פֿון דער מלחמה-פֿירונג און האָט אָנגעמאָלדן זײַן דעמיסיע.

ווי יעדע פּאַסירונג פֿון דעם סאָרט, האָט אויך דער דאָזיקער אַקט, און דער עיקר, דאָס באַשטימען דעם יורש אויף דעם באַפֿרײַטן אַמט, אַרויסגערופֿן אַ מחלוקת אין מיליטער און אין דער געזעלשאַפֿט, און אַוודאי צווישן אָלמערטן און פּרצן. לויטן געזעץ, געהערט דאָס צו די אויסשליסלעכע קאָמפּעטענצן פֿון דעם זיכערהייטס-מיניסטער, און דער פּרעמיער דאַרף נאָר באַשטעטיקן די נאָמינאַציע. פּרץ האָט אויסגעקליבן דעם קאַנצעלאַריע-פֿאַרוואַלטער פֿון זײַן מיניסטעריום, גענעראַל גבי אַשכּנזי. אָלמערט האָט אָבער מאַנעוורירט, פּרובירט אָפּשלעפּן דורך צוזאַמענרופֿן און באַראַטן זיך מיט מיליטערישע מומחים און פּאָליטיקער, מיט די געוועזענע אַרמיי-שעפֿן און פּאַרטיי-מנהיגים. זײַן קעגן-קאַנדידאַט איז געווען דער פֿאַרטרעטער און צווייטע האַנט פֿון דן חלוץ, גענעראַל קאַפּלינסקי.

דער וויכּוח האָט אויך אָנגעשטעקט די פּרעסע, די טעלעוויזיע און די עפֿנטלעכע מיינונג. אייניקע האָבן פֿאַרלאַנגט צו וואַרטן מיט דער אַנטשיידונג און דער נאָמינאַציע אויף דער ווינאָגראַד-קאָמיסיע: אפֿשר וועט זי גאָר פּסלען דעם קאַנדידאַט און אויך די צוויי ציווילע מנהיגים פֿון זאָגן אַ דעה? אָבער פּרץ האָט געפֿאָדערט אַ גיכע דעציזיע, ווײַל מען דאַרף גיך רעסטאַוורירן די אַרמיי און גיך צוריקקערן איר דעם כּוח און די פֿאַרלוירענע רעפּוטאַציע. נישטאָ קיין צײַט. די וואָרענונג אויף דער וואַנט אַלאַרמירט. די געפֿאַר פֿון אַ נײַער מלחמה לויערט נאָך אַלץ. "כעזבאָלאַ" רעסטאַוורירט זיך פֿון דאָס נײַ, איראַן דראָט מיט דער אַטאָמישער סטראַשידלע.

אין דער קורצער קאָנפֿראָנטאַציע מיט אָלמערטן אַרום דער נאָמינירונג פֿון דעם אַרמיי-שעף האָט פּרץ פֿאַרשטאַרקט זײַן פּאָליטישע פּאָזיציע נישט בלויז קעגנאיבער אָלמערטן, וועלכער האָט זיך נישט געקענט דערלויבן צו פֿאַרציִען דעם קריזיס און לאָזן צה"ל צו לאַנג אָן אַ קאָמפּעטענטער אָנפֿירונג. פּרצעס דעצידירטע האַלטונג האָט אים אויך פֿאַרשטאַרקט אין דער פּאַרטיי, וווּ מען האָט אים שוין אָנגעהויבן באַטראַכטן פֿאַר אַ שוואַכלינג.

גענעראַל גבי אַשכּנזי איז נישט זייער באַליבט אין די רעכטע קרײַזן צוליב זײַן ליבעראַלער באַציִונג צו די פּאַלעסטינער שכנים. נישט איין מאָל האָט ער געוואָרנט קעגן דער דעמאָראַליזירנדיקער ווירקונג פֿון דער אָקופּאַציע אויף די יונגע סאָלדאַטן און האָט זיך אַלע מאָל אַרויסגעזאָגט פֿאַר צוטיילן פֿאַרלײַכטערונגען די פּאַלעסטינער אײַנוווינער פֿון די שטחים. ער האָט זיך אויך אײַנגעשטעלט דערפֿאַר, אַז די סעפּאַראַציע־מויער זאָל געבויט ווערן וואָס נעענטער צו דער "גרינער ליניע".

ווי דער וויצע-שעף פֿון גענעראַל-שטאַב אונטער דעם אַרמיי־קאָמאַנדיר "בוגי" יעלון, איז ער מיט צוויי יאָר צוריק געווען אַ קאַנדידאַט אים צו ירשענען מיטן פֿאַרענדיקן זײַן קאַדענץ, אָבער דער פּרעמיער שרון, און צו יענער צײַט דער זיכערהייטס-מיניסטער שאול מופֿז, האָבן דווקא אויסגעוויילט ווי דעם שעף פֿונעם גענעראַל-שטאַב דעם קאָמאַנדיר פֿון דער אַוויאַציע דן חלוץ, און גבי אַשכּנזי האָט צוליב דעם פֿאַרלאָזט די אַרמיי. אין יולי 2006, קורץ נאָכן אויסברוך פֿון דעם צווייטער לבנונישער מלחמה, האָט אים דער זיכערהייטס-מיניסטער עמיר פּרץ פֿאָרגעלייגט צו זײַן דער פֿאַרוואַלטער פֿון זײַן קאַנצעלאַריע, מחמת זײַנע הויכע מיליטערישע קוואַליפֿיקאַציעס.

פֿאַר פּרצן איז איצט אַשכּנזי געווען דער בעסטער אויסוואַל אויפֿן אָרט פֿון חלוצן, וועלכער איז דורכגעפֿאַלן מיט זײַן קאָנצעפּציע פֿון באַזיגן דעם פֿײַנד דורך אָנווענדן די אַוויאַציע ווי דעם עיקרדיקן כּוח, דורך מאַסיוון פֿאַרניכטן זײַנע כּוחות, ווי אויך די ציווילע אָביעקטן, כּמעט אַ גאַנצן שטאָט-פֿערטל — פֿון דער לופֿט. אַזוי האָט חלוץ אויך געשיקט זײַנע פֿליִער צו "ליקווידירן" די געזוכטע פּאַלעסטינער טעראָר-מנהיגים, אָן זיך צו רעכענען מיט די ציווילע קרבנות פֿון די דאָזיקע "ליקווידאַציעס". אין איינעם אַזאַ פֿאַל האָט אַ באָמבע פֿון טויזנט קילאָגראַם צעשמעטערט אַ הויז אין שכם און עס זענען דערהרגעט געוואָרן 15 ציווילע מענטשן — צווישן זיי 8 קינדער. אויף דער פֿראַגע פֿון אַ זשורנאַליסט, צי איז ער גוט געשלאָפֿן די נאַכט און וואָס האָט ער געפֿילט? — האָט ער געענטפֿערט, אַז ער איז געשלאָפֿן רויִק און האָט, ווי אַ פֿליִער, נאָר געפֿילט אַ לײַכטן שאָקל אין פֿליגל פֿון דעם עראָפּלאַן...

אַזעלכע רייד קאָן מען פֿון זײַן יורש נישט הערן. פּרץ האָפֿט, אַז דער נייער אַרמיי-קאָמאַנדיר וועט צוריקקערן דער ישׂראלדיקער אַרמיי די מאָראַלישע נאָרמעס און ווערטן פֿון אירע גרינדער. גבי אַשכּנזי, וועמעס פֿאָטער האָט איבערגעלעבט דעם חורבן, האָט אין אַן אינטערוויו פֿאַר זשורנאַליסטן געהאַט אויסגעדריקט זײַן שטאַרקע מורא, אַז די קעמפֿער זאָלן חלילה נישט פֿאַרלירן זייער מענטשלעכקייט, טאָמער וועט דער באַוואָפֿנטער קאָנפֿליקט זיך פֿאַרציִען...

* * *

נעמענדיק אויף זיך די אַחריות פֿאַר דעם דורכפֿאַל פֿון דער לבֿנונישער מלחמה, האָט דן חלוץ אָבער נישט גענומען אויף זיך די שולד. דערמיט פֿאַרנעמט זיך איצט די ווינאָגראַד־קאָמיסיע, וועלכע איז געבוירן געוואָרן אין שווערע געבורט-ווייען נאָך אַ האַרבן פֿאַרמעסט פֿון דעם פּרעמיער קעגנאיבער דער עפֿנטלעכער מיינונג.

די עפֿנטלעכע מיינונג איז אויך אַ באַגריף וואָס האָט נישט, אייגנטלעך, קיין באַשטימטן אַדרעס. די זעלבע עפֿנטלעכע מיינונג, וואָס האָט געשטויסן צו דער מלחמה, האָט פֿאַרלאַנגט פֿון דער אַרמיי "זי זאָל זיי דערלאַנגען", און פֿון דער רעגירונג — זי זאָל "לאָזן דער אַרמיי מנצח זײַן"; די זעלבע "עפֿנטלעכע מיינונג" — וועלכע איז לחלוטין נישט קיין איינהייטלעכע — האָט נישט געוווּסט, אַז צה"ל איז לחלוטין נישט צוגעגרייט צו אַ מלחמה, און זי האָט נאָך דעם געדריקט אויף דער רעגירונג זי זאָל באַשטימען אַ יורידישע אויספֿאָרש-קאָמיסיע און פֿון דעם אָנפֿירנדיקן דרײַלינג — זיך אָפּצוטראָגן פֿון דער מאַכט.

דער שטאַרקער דרוק פֿון אָט דער "עפֿנטלעכער מיינונג", — אײַנשליסלעך די עלעקטראָנישע און די געדרוקטע פּרעסע — האָט אויך געווירקט אויף דער רעזיגנאַציע פֿון דן חלוץ.

די גאַנצע פּאָליטישע אַרענע און אַלע מלוכישע פֿירעכצן געפֿינען זיך איצט אונטער דעם דיקן שאָטן פֿון דער ווינאָגראַד-קאָמיסיע, וועלכע פֿאָרשט נישט נאָר די איצטיקע אָנפֿירונג פֿון דער מדינה און פֿון דער אַרמיי און דעם אופֿן פֿון עפֿענען און פֿון פֿירן די מלחמה. זי פֿאָרשט אויך די פֿאַרגאַנגענהייט, וואָס האָט דערפֿירט צו דער אומגליקלעכער מלחמה, ווער און ווי אַזוי האָט צו איר דערלאָזט. די קאָמיסיע פֿירט איר אויספֿאָרשונג אונטער אַ שלײַער פֿון דער העכסטער געהיימקייט.

ווײַזט זיך אָבער אַרויס, אַז ווען נישט די אַרויסטריפֿונגען פֿון אָט די שטרענג געהיימע קאָמיסיעס און קערפּערשאַפֿטן, וואָלט די "עפֿנטלעכע מיינונג" זיך נישט דערוווּסט דעם גרויסן סוד, וואָס איז די טעג געוואָרן אַרויסגעטראָגן פֿון אָט דער קאָמיסיע דורך נישט קיין אַנדערן ווי דורך דעם געוועזענעם מיניסטער און הײַנט פֿאָרזיצער פֿון דער זיכערהייטס-קאָמיסיע אין דער כּנסת, צחי הנגבי. דאָס איז אַ געהיימער דאָקומענט — אַ וואָרענונג פֿון מיט דרײַ יאָר צוריק וועגן דער דערוואַרטער מלחמה אין לבֿנון — כּמעט מיט אַלע פּרטים אַזוי ווי זי איז איצט געשען. דעם דאָקומענט האָבן אויסגעאַרבעט די אָנפֿירנדיקע דרײַ מיטגלידער פֿון דער קאָמיסיע: ד"ר שטייניץ, עומרי שרון און ד"ר אפֿרים סנה. דער דאָקומענט שילדערט דעם וואַקסנדיקן כּוח פֿון "כעזבאָלאַ" און אַלע געפֿאַרן מצד זײַנע כּוחות, די קאַטיושעס און די ראַקעטעס, וואָס וועלן באַדראָען דעם גאַנצן צפֿון, ווי אויך חיפֿה און דעם פֿאַקטישן צושטאַנד פֿון צה"ל, וועלכער האָט נישט קיין גענוגנדיקע אינפֿאָרמאַציעס וועגן דעם פֿײַנד. נישט בעסער איז, אין אָט דער שילדערונג, די לאַגע פֿון דעם נישט באַשיצטן הינטערלאַנד.

דעם דאָזיקן געהיימען דאָקומענט, וועלכן עס פֿאָרשט איצט די ווינאָגראַד-קאָמיסיע, האָט דער כּנסת-דעפּוטאַט צחי הנגבי געלייענט אין זײַן רעדע אויף דער פּרעסטיזשפֿולער הרצליה-קאָנפֿערענץ וועגן די פּאָליטישע און סטראַטעגישע ענינים פֿון מדינת־ישׂראל.

די וואָרענונג איז, אַלזאָ, געווען אויפגעשריבן אויף דער וואַנט. אפשר וועט זי דאָס מאָל דינען ווי אַן אָנזאָג פֿאַר דער צוקונפֿט.

תּל-אָבֿיבֿ, 23סטער יאַנואַר 2007