קהילה־לעבן
רונית מילאָ מיט קובי ארד, אַ ישׂראלדיקער מוזיקער
רונית מילאָ מיט קובי ארד, אַ ישׂראלדיקער מוזיקער

וווּ קען מען הײַנט־צו־טאָג געפֿינען אַ שפּרודלדיקן, מוזיק־באַגלייטן קלוב, וווּ כּמעט אַ העלפֿט פֿון די פֿאַרזאַמלטע זענען פֿליסיקע ייִדיש־רעדער אונטער 30 יאָר?

"טשאָלנט", אַרויסגערעדט בײַ דער חבֿרה ווי TSHULnt, טרעפֿט זיך יעדן דאָנערשטיק אויפֿדערנאַכט, פֿון 10:00 ביז בערך 2:30 פֿאַרטאָג, אויפֿן דריטן גאָרן פֿון דער "מילינערי־שיל" — אַן אַלטער בנין אין דער אַמאָליקער קליידונג־געגנט, אין מאַנהעטן. דער צימער איז אַ ביסל אָפּגעלאָזן, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע לאָקאַלן אין מאַנהעטן, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט — צאָלט מען דאָ נישט קיין אַרײַנטריט־געלט. די ערשטע זאַך, ווען מע קומט אַרײַן, דערשמעקט מען דעם הייסן טשאָלנט אינעם ריזיקן עלעקטרישן טאָפּ. דאָס איז אָבער נישט דער באָבעס טשאָלנט — ער איז אַ וועגעטאַרישער, און הגם ער איז באַטעמט, איז ער אַזוי שאַרף, אַז די מענטשן מיט אַ שפּירעוודיקן גומען, אַרײַנגערעכנט אַני הקטנה, מוזן עס אַראָפּשלינגען מיט אַ גלאָז וואַסער.

יצחק שאָנפֿעלד, דער וואָס גרייט צו דעם טשאָלנט יעדע וואָך, איז אַ 44־יאָריקער געשעפֿט־קאָנסולטאַנט פֿון באָראָ־פּאַרק. שאָנפֿעלד האָט אָרגאַניזירט די גרופּע מיט אַ נײַן יאָר צוריק, נאָכן באַמערקן, אַז אַ וואַקסנדיקע צאָל יונגע לײַט פֿון חסידישע און פֿרומע ליטווישע משפּחות האָבן אָנגעהויבן אַרויסוואַנדערן פֿון זייערע היימישע גרענעצן אין ברוקלין און "קרית־יואל", דער סאַטמערער ייִשובֿ לעבן מאָנראָו, כּדי צו געניסן אַ ביסל פֿון דער וועלטלעכער קולטור. אַ טייל פֿון די "נע־ונדניקעס" האָבן ווײַטער געפֿירט אַ פֿרום לעבן; אַנדערע זענען, ווי מע זאָגט, "אַראָפּ פֿון דרך". געוויסע פֿון זיי זענען באַווײַבטע, אָבער ס׳רובֿ האָבן נאָך נישט חתונה געהאַט, אָדער האָבן זיך שוין געגט, און קענען זיך עפּעס נישט געפֿינען קיין אָרט אינעם שטאַרק משפּחה־צענטרירטן לעבנשטייגער פֿון די חרדישע ייִדן.

אין איינער אַ "טשאָלנט"־אויפֿדערנאַכט, לעצטנס, ווען דער צימער האָט אָנגעהויבן זיך אָנפֿילן מיט מענטשן, האָט אַ חסידישער יונגערמאַן מיט קוטשעראָווע האָר און פּאות זיך אַוועקגעזעצט אויף אַ בענקל אין ווינקל און, באַגלייטדיק זיך מיט אַ גיטאַר, אָנגעהויבן זינגען אַ צאָל ניגונים פֿון שלמה קאַרלעבאַך. (עמעצער האָט שפּעטער דערציילט, אַז ווען דער וויזשניצער רבי האָט איין מאָל, בײַם פּראַווען אַ טיש, זיך צעזונגען, האָט אַ חסיד אים אַרײַנגעשושקעט אין אויער: "אָבער רבי, דאָס איז דאָך קאַרלעבאַכס אַ ניגון!" האָט דער רבי ערנסט געפֿרעגט: "וואָס איז, ער לאָזט נישט?")

דער חסידישער גיטאַר־שפּילער האָט מיר דערציילט, אויף ייִדיש, אַז ער איז אַלט 26 יאָר, האָט אַ פֿרוי און דרײַ קינדער, און קומט אַהער יעדע וואָך פֿון קרית־יואל. דער יונגערמאַן, וועלכער הייסט אַליין אויך יואל (ווי ס׳רובֿ אַנדערע פֿרומע לײַט בײַם "טשאָלנט", האָט ער געבעטן מע זאָל נישט אָפּדרוקן זײַן פֿאַמיליע־נאָמען און אים נישט פֿאָטאָגראַפֿירן), האָט איבערגעגעבן, אַז דער נאָמען יואל איז זייער פֿאַרשפּרייט בײַ מענער אין זײַן עלטער, ווײַל אינעם יאָר וואָס דער פֿריִערדיקער רבי, ר׳ יואל טייטלבוים איז געשטאָרבן, האָבן אַ סך טאַטע־מאַמעס געגעבן זייערע נײַ־געבוירענע זין אַ נאָמען נאָך אים. "אין מײַן חדר אַליין, זענען געווען 25 ייִנגלעך — און 20 פֿון זיי האָבן געהייסן יואל." אויף דער פֿראַגע, צי זײַן פֿרוי ווייסט וווּ ער גייט יעדע וואָך, האָט ער געענטפֿערט: "אַוודאי. איך באַהאַלט פֿון איר גאָרנישט אויס. זי איז אַפֿילו געקומען אַהער עטלעכע מאָל, אָבער זי האָט זיך באַרעכנט, אַז ס׳איז נישט פֿאַר איר..."

נישט ווײַט פֿון יואלן, בײַ אַ גרויסן טיש, אָנגעוואָרפֿן מיט מאַנטלען און טאַשן, איז געזעסן ר׳ הערשל, אַ געזונטער ייִד מיט אַ גרוילעך בערדל, וואָס שאָנפֿעלד באַצייכנט אים, האַלב־וויצלענדיק, אָבער מיט דרך־ארץ, ווי "דער באַוווּסטער למדן, דערציילער און באַליבטע חסידישע פֿיגור". ר׳ הערשל האָט, האַלב אויף ייִדיש, האַלב אויף ענגליש, דערציילט פֿאַר אַ גרופּע צוהערער וועגן די ווייניק־באַקאַנטע חסידישע געשיכטעס פֿון באַרימטע וועלטלעכע פֿיגורן. "איר ווייסט מסתּמא נישט — האָט ר׳ הערשל דערקלערט — אַז דער ציוניסטישער פֿירער אַחד העם איז יונגערהייט געווען אַן עילוי בײַ די סקווערער חסידים, און האָט געקענט גאַנץ ש״ס!" שפּעטער האָט ער דערציילט, אַז דער ייִדישער פּאָעט יעקבֿ פֿרידמאַן "איז געווען דער עלטסטער זון פֿונעם מילנעצער רבין אין טשערנעוויץ, און האָט אַליין געזאָלט ווערן דער רבי, איידער ער איז געוואָרן אַ ייִדישיסט." בעת ר׳ הערשל האָט איבערגעגעבן די היסטאָרישע טשיקאַוועסן, האָבן די מענטשן אַרום אים זיך צוגעהערט מיט אינטערעס און באַוווּנדערונג. בײַם "טשאָלנט", אַ פּנים, פֿירט אַן אַנדער מין רבי דעם טיש...

שאָנפֿעלד האָט געהאַט פֿאַרבעטן ר׳ הערשלען, נאָך דעם ווי עטלעכע נישט־חסידישע "טשאָלנט"־גייער האָבן אויסגעדריקט אַן אינטערעס צו לערנען זיך ייִדיש. הגם מע האָט לכתּחילה פּלאַנירט אָפּצוהאַלטן דעם קלאַס דאָנערשטיק, אַ שעה פֿאַרן "טשאָלנט", האָט מען שפּעטער באַשלאָסן, אַז ס׳וואָלט געווען בעסער צו האַלטן דעם קלאַס אין אַן אַנדער טאָג, ווען ס׳איז שטילער, און די סטודענטן קענען זיך בעסער קאָנצענטרירן.

אויף אַן אמת האָט קיינער, אַרײַנגערעכנט שאָנפֿעלד, זיך נישט געריכט, אַז "טשאָלנט" וועט ווערן אַזוי פּאָפּולער בײַ די נישט־חסידישע ייִדן. לויט זײַנע חשבונות, קומען אַהין במשך פֿונעם יאָר בערך 350 מענטשן. אַחוץ די חסידישע יונגע־לײַט, ציט "טשאָלנט" צו מוזיקער, קינסטלער, מענטשן וואָס פֿאַראינטעריסירן זיך מיט קבלה (אָדער בעסער געזאָגט, מיטן אַמעריקאַנער באַגריף פֿון קבלה), און סתּם ייִדן פֿון דער גאַס. צווישן זיי, איז, למשל, די נאַכט געזעסן איוו אַנענבערג, אַ בלאָנדע פֿרוי אין די דרײַסיקער, וואָס אַרבעט בײַ פֿילם־פּראָדוקציע אינעם "לאָער איסט סײַד", און איז איינע פֿון די, וועלכע האָבן אויסגעדריקט אַן אינטערעס אין אַ ייִדיש־קלאַס. אַנענבערג האָט דערציילט, ווי אַזוי זי האָט זיך דערוווּסט וועגן "טשאָלנט". "איין אָוונט בין איך פֿאַרבײַגעגאַנגען די שיל, און מיט אַ מאָל דערהערט אַ געזאַנג, וואָס האָט מיך דערמאָנט אין די קינדער־יאָרן אין מאַסאַטשוסעטס, ווען אין שיל פֿלעגן זי צעזינגען די אַלטע ייִדן. בין איך אַרײַן אינעווייניק, און געפֿונען דרײַ בחורים, צווישן 25 און 35 יאָר אַלט, וואָס זינגען אויפֿן אַלטן שטייגער — אויסגעצויגן, מיט אַ שטאַרקן געפֿיל, ווי זיי וואָלטן געוויינט אין מינאָר. דאָס האָט מיך זייער גערירט, דאָס איז טאַקע ׳סעקסי׳..."

אַ צווייטע פֿרוי, רונית מילאָ, וועלכע איז דערצויגן געוואָרן אין די חסידישע שולן פֿון ירושלים, האָט געזאָגט, אַז זי האָט ליב צו קומען אַהער, ווײַל "דאָ נעמט מען אויף אַלעמען, מאַכט נישט אויס ווער דו ביסט, ווי אַזוי דו טוסט זיך אָן; קענסט אַפֿילו טראָגן אַ פּיזשאַמע, וועט מען דיך אַרײַנלאָזן."

קלילה הירשהאָרן, אַ 19־יאָריק מיידל מיט אַ לאַנג, פֿאַרביק קלייד, האָט דערציילט, אַז זי האָט אויסגעפֿונען וועגן "טשאָלנט" פֿון אירע פֿרײַנד אין נחלאות, ישׂראל, און האָט אָנגעהויבן קומען אין אָקטאָבער. "בײַם אָנהייב האָב איך זיך געפֿילט אומבאַקוועם מיט אַזוי פֿיל חסידים — כ׳האָב נישט געוווּסט ווי אַזוי צו רעדן צו זיי. אָבער ווען מע קומט מיט פֿרײַנד, איז עס גרינגער."

איינער פֿון די אינטערעסאַנטסטע מענטשן אין יענעם אויפֿדערנאַכט — און איינער פֿון די איינציקע חרדים, וואָס זענען געווען גרייט אָנצוגעבן זייער פֿאַמיליע — איז געווען שמעון געריידי, אַ שוואַרץ־חנעוודיקער תּימנער בחור, וועלכער רעדט אַ געשמאַקן ייִדיש. געבוירן אין ישׂראל, איינער פֿון נײַן ברידער און שוועסטער, האָט געריידי זיך אויסגעלערנט ייִדיש, נאָכן באַזעצן זיך אין מאָנסי. "די אַנדערע תּלמידים פֿלעגן מיך רופֿן ׳דער שוואַרצער׳ — האָט ער מיט אַ שמייכל דערציילט — אָבער מיט דער צײַט בין איך געוואָרן אַזוי באַהאַוונט אין דער גמרא, אַז כ׳בין געוואָרן בײַ זיי אַ שואל ומשיבֿ — ווען מ׳האָט געדאַרפֿט עפּעס וויסן, איז מען געקומען צו מיר."

געריידי האָט דערציילט, אַז זײַן פֿאָטער אין ישׂראל האָט דווקא הנאה וואָס זײַן זון קען ייִדיש. "ביז הײַנט טוט מײַן טאַטע זיך אָן אין די טראַדיציאָנעלע תּימנער קליידער, און ער שטימט נישט אין די וואַלן, אָבער ער איז אַ וויכטיקער מענטש אין די חרדישע קרײַזן. ער קען גאַנץ ש״ס אויף אויסנווייניק, און אַפֿילו הרבֿ אלישיבֿ באַראַט זיך מיט אים." ר׳ יוסף־שלום אלישיבֿ איז הײַנט אין ישׂראל דער פּוסק־הדור פֿון די ליטווישע חרדים.

לעבן געריידין איז געשטאַנען דוד גראָטעל — אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿילם בײַם "פֿרענקלין און מאַרשאַל קאַלעדזש" אין לענקעסטער, פּענסילוועניע — און געשמועסט מיט אַ גרופּע פֿרײַנד. גראָטעל קען אויך ייִדיש — נישט פֿון קיין ישיבֿה, נאָר פֿון זײַן באָבע־זיידע אין ברײַטאָן־ביטש, און פֿון דער ייִוו״אָ זומער־פּראָגראַם, וווּ ער האָט שטודירט דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער. "ווען איך בין אין ניו־יאָרק, האָב איך ליב צו קומען אַהער," האָט ער באַמערקט. "ס׳איז שיין צו זען ווי פֿאַרשידענע מינים ייִדן גרייטן זיך צו צום שבת אין איינעם."