פֿאָרווערטס - 110
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין 1927 איז קיין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד געפֿאָרן אַברהם קאַהאַן בכבֿודו-ובֿעצמו. דאָרטן האָט ער זיך באַגעגנט אויך מיט עטלעכע אַלטע באַקאַנטע זײַנע. וועגן איינעם פֿון זיי לייענען מיר אין דוד שובס בוך "פֿון די אַמאָליקע יאָרן" (ז. 718):

צו אים [קאַהאַנען] אין האָטעל אין מאָסקווע פֿלעגט כּמעט יעדן טאָג קומען מאַקס גאָלדפֿאַרב, דער געוועזענער לעיבאָר-עדיטאָר [רעדאַקטאָר פֿאַר די ענינים פֿון אַרבעטער-באַוועגונג] פֿון "פֿאָרווערטס" אין די יאָרן 1915–1917 (גאָלדפֿאַרבס אמתער נאָמען איז געווען דוד ליפּעץ). ער האָט געשטאַמט פֿון בערדיטשעוו און אין די יאָרן פֿון דער ערשטער רוסישער רעוואָלוציע (אין 1905–1907), איז ער געווען אַן אָנגעזעענער טוער פֿון "בונד", אַ באַוווּסטער רעדנער. אין די יאָרן פֿון רעאַקציע איז ער געקומען קיין אַמעריקע און דאָ איז ער געווען איינער פֿון די פֿירער פֿון דער ייִדישער סאָציאַליסטישער פֿעדעראַציע. נאָך דער רעוואָלוציע אין 1917 איז ער אַוועקגעפֿאָרן קיין רוסלאַנד און איז דאָרט ווידער געווען טעטיק אין "בונד". ווי אַ בונדיסט, איז ער אין זומער 1917 דערוויילט געוואָרן שטאָט-מייאָר פֿון בערדיטשעוו. אין זומער 1918 אָבער האָט ער פֿאַרראַטן דעם "בונד" און איז אין געהיים געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. ווען די פֿירער פֿון "בונד" האָבן זיך דערוווּסט וועגן דעם, האָט מען אים אָפֿיציעל אויסגעשלאָסן פֿון "בונד". אַזוי ווי ער איז נאָך אין ניו-יאָרק געווען באַקאַנט מיט טראָצקין, האָט טראָצקי אים אין גיכן באַשטימט פֿאַר דירעקטאָר פֿון דער מאָסקווער מיליטערישער שול. דעמאָלט איז ליפּעץ-גאָלדפֿאַרב געווען באַוווּסט אונטער דעם נאָמען ד. פּעטראָווסקי. שפּעטער איז ער אונטער דעם נאָמען וויליאַמס עטלעכע יאָר געווען דער הויפּט-אַגענט פֿון קאָמוניסטישן אינטערנאַציאָנאַל אין לאָנדאָן.

ניט אַלץ איז הונדערט פּראָצענט ריכטיק אין דער דאָזיקער באַשרײַבונג. למשל, טראָצקי האָט געשטעלט גאָלדפֿאַרבן בראָש פֿון אַלע מיליטערישע שולן פֿון דער רויטער אַרמיי, און ניט נאָר פֿון "דער מאָסקווער מיליטערישער שול". אין דניאל טשאַרניס בוך "אַ יאָרצענדליק אַזאַ" איז פֿאַראַן אַ באַשרײַבונג פֿון אַ מיליטערישן פּאַראַד אויפֿן רויטן פּלאַץ, מיט וועלכן עס האָט אָנגעפֿירט פּעטראָווסקי.

כ׳בין אויך ניט זיכער, צי "וויליאַמס" איז באמת געווען דער נאָמען, וואָס ליפּעץ-גאָלדפֿאַרב-פּעטראָווסקי (1886–1937) האָט געהאַט אין ענגלאַנד. אַ צאָל דאָקומענטן ווײַזן, אַז ער האָט אין יענער צײַט געטראָגן פּאַפּירן אויפֿן נאָמען פֿון אַלפֿרעד דזשאָן בענעט.

אונטער דעם נאָמען צי אַן אַנדערן, האָט אים שרעקלעך פֿײַנט געהאַט האַרי פּאָליט, דער פֿירנדיקער בריטישער קאָמוניסט. די סיבה איז געווען אַ פּערזענלעכע — זיי זײַנען ביידע געווען פֿאַרליבט אין דער זעלבער פֿרוי, אויך אַ מיטגרינדער פֿון דער בריטישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. איר נאָמען איז געווען ראָזע כּהן (1894—1937). ווי איר באַשערטן האָט זי (אויף איר אומגליק) אויסגעקליבן דעם ייִדישן אַגענט פֿון "קאָמאינטערן" [מאַקס גאָלדפֿאַרב] און צוזאַמען מיט אים איז זי, אַ געבוירענע אין לאָנדאָן, געפֿאָרן קיין מאָסקווע.

אַ סבֿרא, אַז דער געוועזענער בערדיטשעווער מייאָר איז געווען אַ כאַריזמאַטישע פֿיגור. ער איז אויך געווען אַ פֿעיִקער, הויך-געבילדעטער מענטש. גאָלדפֿאַרב האָט זיך געלערנט אין פּאַריז און בריסל. לויט אייניקע קוואַלן, האָט ער אין בריסל פֿאַרטיידיקט אַ דאָקטער-דיסערטאַציע. אין אַמעריקע האָט ער אָנגעשריבן אַ פּאָר בראָשורן אויף געזעלשאַפֿטלעכע טעמעס. אַ צאָל זײַנע אַרבעטן זײַנען אַרויס אויך אויף רוסיש, אָבער דאָס איז שוין געווען נאָך זײַן אומקערן זיך פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

שוב און, אַפּנים, קאַהאַן האָבן גוט פֿאַרשטאַנען, אַז דעם געוועזענעם לעיבאָר-עדיטאָר האָט מען צוגעשטעלט, ער זאָל האַלטן אַן אויג אויף דעם אַמעריקאַנער גאַסט. אָבער דאָס איז געווען, פֿאַרשטייט זיך, אַ צײַטווײַליק שליחות פֿאַרן אַוואַנטוריסטיש-געשטימטן קאָמוניסט. אין קורצן וועט מען אים פֿאַרטרויען צו רעדאַגירן דעם זשורנאַל "קאָמוניסטיטשעסקיִי אינטערנאַציאָנאַל" ("קאָמוניסטישער אינטערנאַציאָנאַל"). שפּעטער וועט ער פֿאַרנעמען פֿאַרשיידענע הויכע פּאָזיציעס אין דער סאָוועטישער היעראַרכיע. זײַן ווײַב וועט אַרבעטן אין דער מאָסקווער ענגליש-שפּראַכיקער צײַטונג "מאָסקאָו דיילי ניוס".

אין רוסלאַנד האָט ליפּעץ-פּעטראָווסקי געהאַט צרות מיט ראָזע סלאָמניצקי, וואָס איז בשעת דער רעוואָלוציע געווען אַ פֿירנדיקע באָלשעוויטשקע אין בערדיטשעוו. צוזאַמען מיט איר האָבן געפֿירט באָלשעוויסטישע טעטיקייטן אויך ראָזעס שוועסטער — פּעפּע און בראָניע. אין אויגוסט 1919 זײַנען אין בערדיטשעוו אַרײַן די פּעטלוראָווצעס און די צוויי שוועסטער זײַנען אומגעקומען פֿון זייערע הענט. ראָזע האָט זיך על-פּי-נס געראַטעוועט און שפּעטער באַשולדיקט ליפּעץ-פּעטראָווסקין, טענהנדיק אַז ער האָט געשפּילט עפּעס אַ ראָלע אין דער געשיכטע.

דאָך האָט עס אים ניט געשטערט צו אַרבעטן ווײַטער אין דעם סאָוועטישן אַפּאַראַט. אין די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן האָט ליפּעץ-פּעטראָווסקי אָנגעפֿירט מיט לערן-אַנשטאַלטן פֿונעם מיניסטעריום פֿון שווערער אינדוסטריע. דעם 11טן מערץ 1937 האָט מען אים אַרעסטירט, און דעם 10טן סעפּטעמבער איז ער דערשאָסן געוואָרן ווי אַ "שׂונא פֿון פֿאָלק". ניט לאַנג האָט אים איבערגעלעבט זײַן ווײַב. ראָזע כּהנען האָט מען דערשאָסן דעם 20סטן יאַנואַר 1938.