פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ מאַניפֿעסטאַציע אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ מע האָט גערופֿן צו באַפֿרײַען די דרײַ געפֿאַנגענע צה״ל־סאָלדאַטן
אַ מאַניפֿעסטאַציע אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ מע האָט גערופֿן צו באַפֿרײַען די דרײַ געפֿאַנגענע צה״ל־סאָלדאַטן
Getty Images

דרײַ ישׂראל־סאָלדאַטן געפֿינען זיך אין די הענט פֿון טעראָריסטן. גלעד שליט — בײַ "כאַמאַס", אלדד רגבֿ און אהוד גאָלדוואַסער — בײַ "כעזבאָלאַ". דערצו, ווייסט קיינער נישט, וווּ עס געפֿינט זיך דער פּילאָט רוֹן אַרד, וועלכער איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן דעם 16טן אָקטאָבער, 1986.

אהוד גאָלדוואַסערס מאַמע האָט זיך אויסגעדריקט: "אונדזערע מנהיגים זאָרגן זיך מער פֿאַר זייערע פֿאָטעלן, ווי פֿאַר אונדזערע קינדער". גלעד שליטס טאַטע האָט גערופֿן די ישׂראלדיקע רעגירונג צו באַפֿרײַען די פּאַלעסטינער אַרעסטאַנטן. ער האָט געזאָגט: "איך ווייס, אַז סוף־כּל־סוף, וועט מען דאַרפֿן באַצאָלן פֿאַר דער באַפֿרײַונג פֿון אונדזער זון. פֿאַרשטיי איך נישט, פֿאַר וואָס די רעגירונג האַלט אָפּ די אונטערהאַנדלונגען וועגן דעם פּרײַז".

אַ פּאָר טעג שפּעטער, האָט אַ "כאַמאַס"־וואָרטזאָגער דערקלערט, אַז דער "כאַמאַס" האָט פֿאָרגעשלאָגן ישׂראל אַ ווידעאָ פֿון גלעד שליטן און פֿאַרלאַנגט פֿאַר דעם צו באַפֿרײַען 250 אַרעסטירטע פּאַלעסטינער, אָבער ישׂראל האָט באַשלאָסן, אַז דאָס איז אַ צו הויכער פּרײַז. אין דער פֿאַרגאַנגענהייט האָט שוין פּאַסירט, אַז צוליבן פֿאַרציִען די פֿאַרהאַנדלונגען אָדער זיך האַלטן בײַ אַ געוויסן מקח, האָט מען פֿאַרלוירן די געלעגנהייט צו ראַטעווען די געפֿאַנגענע. רבֿ יוסף קאַרו פֿון טאָלעדאָ אין שפּאַניע (1488—1575), איינער פֿון די גרעסטע רבנים און פּסקנער אין הלכות און דער מחבר פֿון "שלחן ערוך", האָט געזאָגט, אַז יעדע מינוט, וואָס מען פֿאַרשפּעטיקט צו באַפֿרײַען אַ געפֿאַנגענעם איז אַזוי ווי מען וואָלט פֿאַרגאָסן זײַן בלוט.

בײַם אונטערהאַנדלען מיט די פֿאַרכאַפּטע, מוז מען אין זינען האָבן סײַ די סכּנה פֿון די שוין פֿאַרכאַפּטע און סײַ טראַכטן וועגן די צוקונפֿטיקע לעבנס־סכּנות, וועלכע קענען זיך טרעפֿן ווי אַ רעזולטאַט פֿון זיך אונטערגעבן דעם שאַנטאַזש. די פּראָבלעם איז צו געפֿינען אַ פּשרה צווישן די צוויי גרונט־פּריציפּן: פֿון רמב״ם, רבי משה בן מימון, פֿון קאָרדאָוואַ אין שפּאַניע (1138—1204), און פֿון די וויכטיקסטע פֿילאָסאָפֿן אין מיטל־עלטער. איינער — אַז עס איז נישטאָ קיין גרעסערע מיצווה, ווי צו באַפֿרײַען אַ געפֿאַנגענעם, וועלכער "געפֿינט זיך אין הונגער, אין צוים, נאַקעט און זײַן לעבן איז אין סכּנה"; דער צווייטער — אַז מען טאָר נישט באַצאָלן יעדן פּרײַז צו באַפֿרײַען געפֿאַנגענע, אַז "די שׂונאים זאָלן נישט וועלן פֿאַרכאַפּן מער געפֿאַנגענע".

עס פֿירט זיך אַ גרויסע דיסקוסיע אַרום דער פֿראַגע: וואָס הייסט באַצאָלן יעדן פּרײַז? צי הייסט עס אַן עקאָנאָמישער פּרײַז, אָדער אַ זיכערהייט־פּרײַז. ס׳רובֿ פּוסקים זענען בײַ דער מיינונג, אַז מען מעג באַצאָלן יעדן פּרײַז נאָר ווען דאָס לעבן פֿונעם געפֿאַנגענעם איז אין סכּנה. און דאָס ברענגט צו אַ צווייטער דיסקוסיע: צי מעג מען ריזיקירן מיטן לעבן פֿון סאָלדאַטן, כּדי צו באַפֿרײַען די געפֿאַנגענע?

די דאָזיקע דיסקוסיע האָט דערגרייכט הויכע טענער אין צוויי קאָנקרעטע פֿאַלן אין מדינת־ישׂראל: אין יולי 1976, ווען ס׳איז דורכגעפֿירט געוואָרן די "ענטעבע־אָפּעראַציע", און אין אָקטאָבער 1994, ווען ס׳איז דורכגעפֿירט געוואָרן די "נחשון־וואַקסמאַן"־אָפּעראַציע.

די "ענטעבע־אָפּעראַציע" איז געווען זייער אַ געלונגענע און זי האָט באַפֿרײַט אין אוגאַנדע די פֿאַרכאַפּטע דורך די פּאַלעסטינער טעראָריסטן ערבֿניקעס. בעת דער אָפּעראַציע איז דערהרגעט געוואָרן דער קאָלאָלעל יוני נתניהו. די "וואַקסמאַן־אָפּעראַציע" איז דורכגעפֿאַלן: וואַקסמאַן איז דערהרגעט געוואָרן, און אויך איינער פֿון די, וואָס זענען געקומען אים צו באַפֿרײַען — קאַפּיטאַן ניר פּרז — איז אומגעקומען.

דעם ערשטן פֿאַל פֿון אויסטוישן געפֿאַנגענע האָט ישׂראל דורכגעפֿירט גלײַך נאָך דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה, אין די יאָרן 1948—1949. 156 ישׂראלדיקע סאָלדאַטן זענען אַרײַנגעפֿאַלן אין דער עגיפּטישער געפֿענקעניש, 673 אין דער יאָרדענישער, 48 אין דער סירישער און אַכט אין דער לבֿנונישער. אין ישׂראלס הענט האָבן זיך געפֿונען 1,098 עגיפּטישע סאָלדאַטן, 57 סירישע, 36 לבֿנונער, 28 סאַודישע, 25 סודאַנישע, 24 תּימנער, 17 יאָרדענישע און 5,021 פּאַלעסטינער און אַנדערע. די געפֿאַנגענע פֿון ביידע צדדים זענען אויסגעטוישט געוואָרן.

אין דעצעמבער 1954, האָבן די סיריער געכאַפּט 5 ישׂראלדיקע סאָלדאַטן, וואָס זענען אַרײַנגעדרונגען אויסצופֿירן אַן אַקציע אין רמת־הגולן. איינער פֿון דער גרופּע, אורי אילן, איז באַגאַנגען זעלבסטמאָרד, לאָזנדיק אַ צעטעלע: "איך האָב נישט פֿאַרראַטן". זײַן קערפּער איז געבראַכט געוואָרן צו קבֿורה אין ישׂראל. די אַנדערע פֿיר זענען אויסגעביטן געוואָרן דעם 30סטן מערץ 1956 אויף 41 סירישע געפֿאַנגענע.

אין דעם סיני־קאַמפּיין, אין אָקטאָבער 1956, האָט ישׂראל גענומען אין געפֿענקעניש 5,500 עגיפּטישע זעלנער. זי האָט זיי אַלעמען צוריקגעגעבן עגיפּטן פֿאַר פֿיר ישׂראל־סאָלדאַטן.

אין דער זעקס־טאָגיקער מלחמה זענען אַרײַנגעפֿאַלן 11 ישׂראלדיקע סאָלדאַטן אין דער עגיפּטישער געפֿענקעניש, איין סאָלדאַט אין דער סירישער, צוויי צו די איראַקער און איינער אין לבֿנון. אין די הענט פֿון דער ישׂראלדיקער אַרמיי זענען אַרײַנגעפֿאַלן 4,338 עגיפּטישע סאָלדאַטן, 899 עגיפּטישע ציווילע, 533 יאָרדענישע סאָלדאַטן, 367 סירישע סאָלדאַטן און 205 ציווילע. בסך־הכּל, 6,708 געפֿאַנגענע.

אין די הענט פֿון עגיפּטן האָט זיך אויך געפֿונען דער "מוסד"־שפּיאָן אין קאַיִר, וואָלפֿגאַנג לוץ און זײַן פֿרוי, ווי אויך פֿיר עגיפּטישע ייִדישע יוגנטלעכע, אַרעסטירט אין שײַכות מיט דעם אַזוי גערופֿענעם "עסק הביש", דעם "שלעכטן עסק", אין יאָר 1954.

בעת די אויסטויש־פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און סיריע, האָט סיריע בשום־אופֿן נישט מסכּים געווען איבערצוגעבן ישׂראל דעם קערפּער פֿון אלי כּהן, דער שפּיאָן פֿון "מוסד", וואָס איז אויפֿגעהאָנגען געוואָרן אין דמשׂק. עגיפּטן האָט דווקא מסכּים געווען צו באַפֿרײַען די פֿיר אַרעסטירטע אין "שלעכטן עסק". ישׂראל האָט אָבער דערלאָזט דעמאָלט אַ גרויסן פֿעלער, וואָס זי האָט נישט געפֿאָדערט צו באַפֿרײַען די פֿיר עגיפּטישע ייִדישע יוגנטלעכע.

אין דער יום־כּיפּור־מלחמה, זענען געפֿאַנגען געוואָרן דורך עגיפּטן 242 ישׂראל־סאָלדאַטן, 68 דורך די סיריער און 4 לבֿנונער. אין די הענט פֿון ישׂראל זענען אַרײַנגעפֿאַלן 8,372 עגיפּטישע סאָלדאַטן, 392 סירישע, 6 מאַראָקאַנער און 13 איראַקער. דאָס אויסטוישן די געפֿאַנגענע איז פֿאָרגעוקמען אין נאָוועמבער 1973 און אין יוני 1974.

דעם 4טן אַפּריל 1975, האָט עגיפּטן צוריקגעגעבן ישׂראל 39 קערפּער פֿון די ישׂראלדיקע סאָלדאַטן, אומגעקומען אין דער יום־כּיפּור־מלחמה. ישׂראל האָט פֿאַר דעם באַפֿרײַט 92 זיכערהייט־אַרעסטירטע און טעראָריסטן, וואָס זענען געזעסן אין די טורמעס פֿון ישׂראל.

אין דער ערשטער לבֿנון־מלחמה, וואָס האָט אויסגעבראָכן דעם 6טן יוני 1982, האָבן די טעראָריסטן גענומען אין געפֿענקעניש אַכט ישׂראלדיקע סאָלדאַטן. איך בין דאַן געווען אַמבאַסאַדאָר אין רומעניע און האָב באַקומען אַ טעלעגראַמע פֿון אונדזער פּרעמיער־מיניסטער מנחם בעגין. בעגין האָט מיך געבעטן, איך זאָל זיך גלײַך טרעפֿן מיטן פּרעזידענט טשאַושעסקו און אים בעטן זיך ווענדן צום סירישן פּרעזידענט כאַפֿעז אַסאַד, אין בעגינס נאָמען, און פֿאָרשלאָגן אַן אויסטויש מיט געפֿאַנגענע: ישׂראל וועט איבערגעבן סיריע אַלע סירישע געפֿאַנגענע — סאָלדאַטן און אָפֿיצירן — און די טויזנטער געפֿאַנגענע פּאַלעסטינער טעראָריסטן. פֿאַר דעם בעטן מיר אונדז צוריקצוקערן אונדזערע געפֿאַנגענע, וואָס געפֿינען זיך אין די הענט פֿון סיריע און "פֿאַטאַך".

טשאַושעסקו האָט מיר צוגעזאָגט גלײַך איבערצושיקן אַסאַדן בעגינס בקשה. צוויי פֿון אונדזערע סאָלדאַטן האָבן זיך געפֿונען אין דזשיברילס טעראָריסטישער אָרגאַניזאַציע, און די אַנדערע זעקס זענען געבליבן בײַם "פֿאַטאַך". דעם 23סטן נאָוועמבער 1983 האָט "פֿאַטאַך" צוריקגעגעבן ישׂראל די זעקס סאָלדאַטן פֿאַר 4,700 טעראָריסטן, וואָס זענען געזעסן אַרעסטירט אינעם לאַגער אַנצאַר אין לבֿנון; און נאָך 65 טעראָריסטן, וואָס זענען פֿאַרשפּאַרט געווען אין די ישׂראל־טורמעס. דעם 28סטן יוני 1984 האָט ישׂראל באַקומען פֿון סיריע דרײַ סאָלדאַטן און פֿינף קערפּער. ישׂראל האָט אָבער איבערגעגעבן סיריע 291 סאָלדאַטן, 18 ציווילע, און 74 קערפּערס פֿון סירישע סאָלדאַטן.

דעם 20סטן מײַ 1985 זענען צוריקגעקערט געוואָרן קיין ישׂראל דרײַ געפֿאַנגענע סאָלדאַטן דורך דזשיברילס גרופּע: חזי שי, יוסף גרוף און נסים סאלם — און ישׂראל האָט באַפֿרײַט פֿאַר זיי 1,150 טעראָריסטן. די אַזוי גערופֿענע "דזשיבריל־טראַנזאַקציע" האָט אויפֿגעוועקט אַ גרויסע דיסקוסיע אין ישׂראל: ערשטנס, צי איז עס געווען באַרעכטיקט צו באַצאָלן אַזאַ טײַערן פּרײַז? צווייטנס, צווישן די באַפֿרײַטע זענען געווען קאָזאַ אַקאָמאַטו, וואָס האָט דורכגעפֿירט אַ שחיטה אינעם לודער לופֿטפּלאַץ און איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צו אייביקער תּפֿיסה; און אַכמאַד יאַסין, דער פֿירער פֿון "כאַמאַס".

די קריטיקער האָבן אויך געטענהט, אַז דער אויסטויש וועט דערמוטיקן די טעראָריסטן דורכצופֿירן מער פֿאַרכאַפּונגען, און די באַפֿרײַטע טעראָריסטן וועלן זיך געוויס אָנשליסן אין די טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס. און דאָס האָט טאַקע פּאַסירט: די 1,150 באַפֿרײַטע טעראָריסטן זענען געוואָרן דער יסוד פֿון דער ערשטער אינטיפֿאַדע.

* * *

דעם 16טן אָקטאָבער 1986 איז אַרײַנגעפֿאַלן אין געפֿענקעניש דער ישׂראלדיקער פּילאָט רוֹן אַרד. בײַם אָנהייב זענען אָנגעקומען בריוו פֿון אים און אויך אַ בילד. אין זײַן בריוו פֿון 27סטן סעפּטעמבער 1987, האָט ער געבעטן זײַן פֿאַמיליע צו טאָן אַלץ מעגלעכס פֿאַר אים, און זיך ווענדן צו דער רעגירונג און די פֿירער פֿונעם לאַנד, מען זאָל אים באַפֿרײַען. נאָך דעם האָבן זײַנע בריוו אויפֿגעהערט אָנצוקומען. כּדי אויסצוגעפֿינען וועגן דעם גורל פֿון רוֹן אַרד, האָט ישׂראל פֿאַרכאַפּט אין יאָר 1989 דעם שייך אַבעד אַל־כערים אָבייד, וועלכער איז געווען פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר די אַקטיוויטעטן פֿון "כעזבאָלאַ" אין דרום־לבֿנון. אין יאָר 1994 האָט ישׂראל פֿאַרכאַפּט מוסטאַפֿאַ דיראַני, וואָס איז געווען פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דער זיכערהייט אינעם ראַיאָן פֿון צור און צידאַן. זײַנע מענטשן האָבן פֿאַרכאַפּט אַרדן, און עס זענען געווען קלאַנגען, אַז דיראַני האָט איבערגעגעבן אַרדן די איראַנער פֿאַר 300 טויזנט דאָלאַר.

* * *

צווישן דריטן און פֿערטן אָקטאָבער 2000 איז אלחנן טענעבאַום, אַ רעזערוו־קאָלאָנעל אין דער ישׂראלדיקער אַרמיי, אָפּגעפֿלויגן פֿון ישׂראל קיין בריסל מיט דער בעלגישער געזעלשאַפֿט "סאַבענאַ" און אַ פּאָר טעג שפּעטער שוין געפֿלויגן קיין אַבו דאַבי אויף אַ פֿאַלשן פּאַספּאָרט, פֿאַרבונדן מיטן נאַרקאָטיק־האַנדל. דאָרט איז ער פֿאַרכאַפּט געוואָרן דורך די "כעזבאָלאַ"־מענטשן.

אין 2003, האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג מסכּים געווען צו באַפֿרײַען 400 אַרעסטירטע פֿאַר אלחנן טענענבאַום און די קערפּערס פֿון די דרײַ סאָלדאַטן: בני אַבֿרהם, עדי אַביטן און עומר סוואַד.

דער פֿירער פֿון "כעזבאָלאַ", כאַסאַן נאַסראלאַ, האָט נישט געוואָלט מסכּים זײַן צו דעם, אויב עס וועט נישט באַפֿרײַט ווערן דער טעראָריסט סאַמיר קונטאַר, וועלכער האָט דעם 22סטן אַפּריל 1979 דערמאָרדעט דני און עינת הרן אין נהריה. ישׂראל איז מסכּים געווען דערצו, אויב "כעזבאָלאַ" וועט צושטעלן שטאַרקע באַווײַזן וועגן גורל פֿון רוֹן אַרד. אַזוי ווי "כעזבאָלאַ" האָט דאָס נישט געקאָנט טאָן, איז סאַמיר קונטאַר נישט באַפֿרײַט געוואָרן; אָבער עס זענען באַפֿרײַט געוואָרן שייך אָבייד און מוסטאַפֿאַ דיראַני. אויך די טענעבאַום־טראַנזאַקציע האָט אַרויסגערופֿן אַ גרויסע דיסקוסיע אין לאַנד: צי איז געווען ריכטיק צו באַצאָלן אַזאַ פּרײַז פֿאַרן באַפֿרײַען אַ נאַרקאָטיק־הענדלער?

דעם 25סטן יוני 2006 איז אַרײַנגעדרונגען אין ישׂראל אַ גרופּע פֿון זיבן טעראָריסטן דורך אַ טונעל און אַטאַקירט דרײַ מיליטערישע פּאָזיציעס לעבן קיבוץ כּרם־שלום. צוויי סאָלדאַטן — חנוך ברק און פּאַוועל סלוצקער — זענען דערמאָרדעט געוואָרן, איין סאָלדאַט — פֿאַרוווּנדעט און גלעד שליט איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן.

דעם 12טן יולי 2006, זענען אויף דער גרענעץ מיט לבֿנון דערמאָרדעט געוואָרן דורך טעראָריסטן אַכט ישׂראלדיקע סאָלדאַטן און צוויי סאָלדאַטן זענען גענומען געוואָרן אין געפֿענקעניש — אלדד רגבֿ און אהוד גאָלדוואַסער.

צוליב דעם האָט זיך אָנגעהויבן די צווייטע מלחמה אין לבֿנון. פֿאַרשטייט זיך, אַז מען קען נישט ענדיקן אַזאַ אַרטיקל וועגן ישׂראלס געפֿאַנגענע, נישט דערמאָנענדיק דזשאָנאַטאַן פּאָלאַרדן. אָבער דער גרויסער אונטערשייד צווישן פּאָלאַרדן און אַלע אַנדערע באַשטייט אין דעם, וואָס לגבי אַלעמען, חוץ פּאָלאַרדן, זענען נישטאָ קיין דירעקטע אונטערהאַנדלונגען, מען ווייסט נישט, צי זיי לעבן, און אויב יאָ, וואָס איז זייער געזונט־מצבֿ. וועגן פּאָלאַרדן ווייסט מען אַלץ און עס איז פֿאַראַן אַ פּאַרטנער צו אונטערהאַנדלען, אָבער דער פּאַרטנער, די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע, ישׂראלס בעסטער פֿרײַנד, איז אַרײַן אין אַ ביטערער אַמביציע אים נישט מוחל צו זײַן, אַפֿילו נאָך איבער צוואַנציק יאָר פֿון זײַן געפֿינען זיך אין תּפֿיסה.