וויכטיקע קאָנפֿערענץ אָפּגעהאַלטן אין ירושלים
מיט אַ חודש צוריק, פֿון 19טן ביזן 21סטן דעצעמבער 2006, איז אין "יד־ושם" אין ירושלים, פֿאָרגעקומען אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ אד״ט: "המישפּטים שלאַחר השואה — ייצוג, תּודעה והיסטוריוגרפֿיה" — די פּראָצעסן נאָכן חורבן: רעפּרעזענטאַציע, באַוווּסטזײַן און היסטאָריאָגראַפֿיע. קרובֿ צו 40 פּראָפֿעסאָרן, פֿאָרשער פֿון דעם חורבן און היסטאָריקער פֿון פֿאַרשיידענע אוניווערסיטעטן אין דער וועלט, אין צוגאָב צו די צענדליקער פֿון ישׂראל גופֿא, האָבן זיך באַטייליקט, במשך פֿון דרײַ טעג, אין די פֿאַרשיידענע סעסיעס און פּאַנעלן.
די דאָזיקע קאָנפֿערענץ איז צונויפֿגערופֿן געוואָרן בשײַכות מיט דער דאַטע פֿון 60 יאָר זינט דעם היסטאָרישן פּראָצעס אין נירנבערג, ווען מען האָט געמישפּט די 22 הויפּט־פֿאַראַנטוואָרטלעכע אין דעם נאַצי־רעזשים אין דײַטשלאַנד, אין אויספֿירן די שרעקלעכע גרוילן און מלחמה־אַקטן אין די אָקופּירטע לענדער פֿאַר און בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
אין לויף פֿון דער קאָנפֿערענץ זענען ברייט באַהאַנדלט געוואָרן די פֿאַרשיידענע אַספּעקטן און עטאַפּן פֿון די ביז־איצטיקע פֿאָרש־אַרבעטן, זייערע רעזולטאַטן, אויספֿירן און קאָנסעקווענצן פֿאַר דער אַלגעמיינער געשיכטע בכלל און אונדזער חורבן־געשיכטע בפֿרט. דער גרויסער אוידיטאָריום פֿון "יד־ושם" איז אין לויף פֿון די דרײַ טעג געווען איבערגעפֿולט. די באַטייליקטע האָבן מיט גרויס אינטערעס אויסגעהערט די באַלערנדיקע פֿאָרטראָגן און די אָנגייענדיקע דיסקוסיעס. אַ גרויסער פּראָצענט פֿון די צוהערער איז געווען פֿון די לעבן־געבליבענע מענער און פֿרויען פֿון דער שארית־הפּליטה. איך וועל דאָ דערמאָנען בלויז עטלעכע פֿון די רעפֿעראַטן און טעמעס, געגעבן בעת די 9 סעסיעס אין לויף פֿון דער קאָנפֿערענץ.
אין דער ערשטער סעסיע, גלײַך נאָך דער אָפֿיציעלער דערעפֿענונג, האָט רעפֿערירט דער באַקאַנטער היסטאָריקער און חורבן־פֿאָרשער פּראָפֿ׳ מיכאל מאַרוס פֿון דעם טאָראָנטער אוניווערסיטעט, קאַנאַדע, אד״ט: "פֿאַרשיידענע פּערספּעקטיוון: יוריסטן און היסטאָריקער, זייער קוק אויף דעם חורבן".
אין דער צווייטער סעסיע האָט רעפֿערירט פּראָפֿ’ אַריה כּוכבֿי פֿון אוניווערסיטעט אין חיפֿה, אד״ט: "די פּאָליטישע טענדענצן פֿון די ריכטער אין אַרויסטראָגן דעם אורטייל אויף די באַשולדיקטע".
אין דער דריטער סעסיע האָט רעפֿערירט חנה יאָבלאָנסקאַ פֿון בן־גוריון־אוניווערסיטעט אין נגבֿ, אד״ט: "איז דער אייכמאַן־פּראָצעס אין ישׂראל געווען דער ייִדישער נירנבערג?"
פּראָפֿ׳ דיטער פּאָל פֿון מינכן (דײַטשלאַנד) האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט אד״ט: "היסטאָריקער אין מערבֿ־דײַטשלאַנד און זייערע פֿאָרשונגען פֿון דער חורבן־געשיכטע 1955־1975". סערזש קלאַרספֿעלד פֿון פּאַריז: "די הויפּט־ראָלע פֿון די פּראָצעסן איז צו אינפֿאָרמירן דאָס פֿראַנצויזישע פֿאָלק וועגן דעם גורל פֿון די ייִדן אין פֿראַנקרײַך". עדיטאַ גאַברון, יאַגעלאָנער אוניווערסיטעט אין קראָקע (פּוילן): "דער פּראָצעס קעגן אַמאַן גאַת: זײַן אײַנפֿלוס אויף דער פּוילישער באַפֿעלקערונג"; און אַנדערע.
אין איינעם פֿון די טעג פֿון דער קאָנפֿערענץ האָט מען געוויזן דעם אָריגינעלן פֿילם "נירנבערג: די נאַציס אין אָנבליק פֿון זייערע פֿאַרברעכנס". דער דאָזיקער שפּאַנענדיקער פֿילם האָט אויפֿגעוויקלט פֿאַר די אויגן טיפֿע קאָשמאַרן פֿון דעם גאַנג פֿון דעם פּראָצעס אין נירנבערג, וואָס האָט געדויערט 10 חדשים לאַנג, אין יאָר 1946.
אין דער נאָך־מלחמה־וועלט האָט מען מיט גרויס אינטערעס נאָכגעפֿאָלגט דעם גאַנג פֿון דעם פּראָצעס אין נירנבערג. צווישן די עדות זענען געווען שטאַטסלײַט פֿון פֿאַרשיידענע לענדער, לעבן־געבליבענע פֿון געטאָס, קאָנצענטראַציע־ און אַרבעטס־לאַגערן, וועלכע האָבן אויסגעטראָגן אויף זייערע לײַב־און־לעבנס די שרעקלעכע דערפֿאַרונגען פֿון די אַלע פּלענער און מעטאָדן, וואָס די פֿאַרברעכער אויף דער באַשולדיקונג־באַנק האָבן פֿאַרטראַכט און אָנגעוואָנדן אין די אָקופּירטע לענדער.
איינער פֿון די עדות איז געווען דער דיכטער אַבֿרהם סוצקעווער, וועלכער איז געקומען פֿון מאָסקווע, וווּ ער האָט זיך געפֿונען זינט מען האָט אים מיט אַ ספּעציעלן עראָפּלאַן אַריבערגעבראַכט בעת דער מלחמה, פֿון די פּאַרטיזאַנער־וועלדער. ער האָט געשילדערט פֿאַר דעם געריכט דעם חורבן פֿון די ייִדן אין ליטע און פּוילן.
איך געדענק נאָך דעם דערשיטערנדיקן אײַנדרוק וואָס זײַן עדות־זאָגן האָט דאַן געמאַכט איבער דער וועלט. איך בין דאַן געווען דער רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג "אונדזער האָפֿענונג" אין די־פּי־לאַגער עשוועגע, טאַקע ניט ווײַט פֿון נירנבערג. איך האָב עס ברייט פּובליקירט אין דער צײַטונג.
אין דער גאָרער וועלט האָט מען דאַן, אפֿשר צום ערשטן מאָל, זיך דערוווּסט וועגן דעם אומגעהײַערן פֿאַרנעם פֿון דעם ייִדישן חורבן אין מיזרח־אייראָפּע, און די גרויזאַמע טאַטן וואָס די באַשולדיקטע האָבן מיט דער הילף פֿון זייערע קאָלאַבאָראַטאָרן אין די אָקופּירטע לענדער אויסגעפֿירט אין די מלחמה־יאָרן. איך געדענק גוט דעם טאָג:
דינסטיק, דעם 1טן אָקטאָבער 1946, האָט מען אַרויסגעטראָגן דעם פּסק־דין. דאָס פֿאָרלייענען דעם אורטייל, וואָס איז באַשטאַנען פֿון 90 זײַטלעך, האָט געדויערט 55 מינוט. מיר האָבן עס געזען איצט, אין דעם פֿילם אין "יד־ושם", 60 יאָר נאָך דעם דאָזיקן היסטאָרישן מישפּט!
מיר האָבן געזען ווי מען האָט אַרײַנגעפֿירט אין געריכט־זאַל יעדן איינעם פֿון די באַשולדיקטע באַזונדער, ווי זיי האָבן, מיט אַ פֿאַרפֿרוירן־גרימאַסע אויף זייערע פּנימער, אויסגעהערט זייער אורטייל. זיי האָבן אַפֿילו נאָך געהאַט די פֿרעכע חוצפּה אויסצורופֿן "!Nicht schuldig" — איידער מען האָט זיי אַרויסגעפֿירט פֿון געריכט־זאַל.
דער ערשטער וועמען מען האָט אַרײַנגעפֿירט אין זאַל, איז געווען היטלערס "רעכטע האַנט" הערמאַן גערינג. נאָך אים, לויט דער ריי ווי זיי זענען געזעסן אויף דער באַשולדיקונג־באַנק, האָט מען אַרײַנגעפֿירט דעם באַוווּסטן בלוטדאָרשטיקן גובערנאַטאָר פֿון וואַרשע פֿראַנק, נאָך אים — דעם אויסערן־מיניסטער י. ריבענטראָפּן, נאַכער קייטעלן, קאַלטענברונערן, אַלפֿרעד ראָזענבערגן, דעם פֿאַרפֿאַסער פֿון די שענדלעכע ראַסן־געזעצן, יוליוס שטרײַכערן, דעם רעדאַקטאָר פֿון "שטירמער", פֿריקן, זאַוקעלן, יאָדלען, זייס־אינקוואַרטן.
זייער אורטייל איז געווען "טויט דורך הענגען".
רודאָלף העס, פֿונק און רידער זײַנען פֿאַרמישפּט געוואָרן אויף לעבנס־לענגלעכער תּפֿיסה. שיראַך און שפּעער — אויף 20 יאָר תּפֿיסה.
פֿאָן נויראַט — אויף 15 יאָר תּפֿיסה, דעניץ — אויף 10 יאָר תּפֿיסה; און דרײַ פֿון די באַשולדיקטע — שאַכט, פֿאָן פּאַפּען און פֿריטשע האָבן באַקומען אַ באַפֿרײַונג־אורטייל.
ווען דער פֿילם האָט זיך געענדיקט און אין אוידיטאָריום פֿון "יד־ושם" איז ווידער געוואָרן ליכטיק, האָט מען געקענט זען אויף די פּנימער פֿון די אָנוועזנדיקע, אַז זיי האָבן "אָפּגעכאַפּט דעם אָטעם" נאָך דער שפּאַנונג און אָנגעשטרענגטן כּעס און צאָרן וואָס דער דאָזיקער פֿילם האָט זיי פֿאַרשאַפֿט.
אין דער פֿילם־דיסקוסיע האָבן אַ צאָל פֿון די לעקטאָרן אָנגעוויזן, אַז זייערע פֿאָרש־אַרבעטן האָבן באַשטעטיקט, אַז איידער מען האָט אַרויסגעטראָגן דעם אורטייל, איז אָנגעגאַנגען אַ היציקער וויכּוח צווישן די שופֿטים. ניט אַלע זענען געווען אײַנשטימיק מיט דעם אורטייל. באַזונדערס האָט זיך קעגנגעשטעלט דער סאָוועטישער ריכטער, וועלכער האָט עמפּאַטיש געזאָגט זײַן "ניעט" צו די באַפֿרײַונג־אורטיילן לגבי שאַכטן, פֿאָן פּאַפּען און פֿריטשע. ער איז אויך געווען קעגן באַפֿרײַען פֿון שולד דעם דײַטשישן רײַכס־קאַבינעט און דעם גענעראַל־שטאַב. ער האָט געטענהט, אַז מען האָט זיי געדאַרפֿט דערקלערן און מישפּטן ווי די, וועלכע האָבן אויסגעפֿירט "פֿאַרברעכנס קעגן דער מענטשהייט". לויט זײַן מיינונג, האָט רודאָלף העס אויך געדאַרפֿט פֿאַרמישפּט ווערן צום טויט, צוזאַמען מיט די אַנדערע 12 באַשולדיקטע.
די אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ, אָפּגעהאַלטן אין "יד־ושם", אין ירושלים, איז געווען אַ פֿרוכטיקע און באַלערנדיקע. זי האָט פּאַסיק אָפּגעמערקט די 60סטע "יאָרצײַט" נאָך דעם היסטאָרישן נירנבערגער פּראָצעס.