ווער זשע איז אין ישׂראל די "פֿינפֿטע קאָלאָנע"?
די פּרעסטיזשפֿולע יערלעכע קאָנפֿערענץ אין הרצליה האָט שוין אַרויסגעבראַכט פֿאַר דער געזעלשאַפֿט נישט ווייניק סענסאַציע־אַנטפּלעקונגען. צווישן זיי, האַלטן מיר, איז אויך דער אויפֿטריט פֿונעם באַקאַנטן געלערנטן דן שופֿטן (שופֿטאַן), אַ מומחה אין געביט פֿון ייִדן־פּאַלעסטינער באַציִונגען בײַם חיפֿהר אוניווערסיטעט.
פֿון זײַנע אויספֿאָרשונגען, באַגרינדעט אויפֿן דאָקומענט, וואָס ס׳האָבן אַרויסגעלאָזט די פֿירער פֿון דער אַראַבישער געזעלשאַפֿט אין ישׂראל, קומט אַרויס, אַז "אויב אַפֿילו ס'וועט זיך אײַנגעבן גובֿר צו זײַן די אומגלײַכקייט צווישן די ייִדן און אַראַבער, וועלן די אַראַבער סײַ ווי נישט אָנערקענען די לעגיטימקייט פֿון אַ ייִדישער נאַציאָנאַלער היים".
אין דעם דאָזיקן דאָקומענט, וואָס הייסט "די צוקונפֿט פֿון די אַראַבער אין ישׂראל", ווערט קלאָר געזאָגט, אַז "די ייִדישע מדינה מוז פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ צוויי־נאַציאָנאַלער, וואָס וועט בהדרגה ווערן אַן אַראַבישע מלוכה". ד״ר שופֿטן האָט דערקלערט, אַז די צווייטע מלחמה אין לבֿנון האָט נאָך מער באַטאָנט, ווי גרויס ס׳איז די שטיצע און דער פֿאַרשטאַנד, מצד דער אַראַבישער באַפֿעלקערונג אין ישׂראל, פֿאַר די שׂונאים פֿון ישׂראל.
פֿון דעם דאָקומענט זעט מען, אַז די אַראַבישע באַפֿעלקערונג נעמט אויף די ייִדישע שכנים ווי אַ "פֿינפֿטע קאָלאָנע", וואָס קען אויפֿרײַסן דעם דור־דורותדיקן לעבנס־שטייגער פֿון דער "אוראַלטער אַראַבישער אײַנגעזעסנקייט" אין מיטעלן מיזרח. ד״ר שופֿטן צווייפֿלט נישט, אַז די אויספֿירן, געמאַכט אין דעם "דאָקומענט", שפּיגלען אָפּ די מיינונג פֿון ס'רובֿ אַראַבישע לענדער.
זײַן סך־הכּל איז, אַז "אַזאַ וויזיע, וואָס די ישׂראל־אַראַבער האָבן, פֿירט אפֿשר נישט צו אַ באַוואָפֿנטן ווידערשטאַנד; זי שטעלט אָבער מיט זיך פֿאָר זייער אַן ערנסטע פּראָבלעם. די אַראַבישע באַפֿעלקערונג אין ישׂראל איז נישט גרייט צו אינטעגרירן זיך אין דער ייִדישער מדינה, און די ייִדן זײַנען נישט גרייט צו אַ נאַציאָנאַלן זעלבסטמאָרד לטובֿת די אַראַבער. אַזאַ מצבֿ פֿון קעגנשטעלן זיך איין צד דעם אַנדערן וועט זיך ציִען שטענדיק, מיט שוואַכע אויסזיכטן אַמאָל געלייזט צו ווערן."
דער שׂונא פֿון דרויסן
און נאָך איין וואָרעניש פֿאַר ישׂראל, וואָס איז דערהערט געוואָרן אויף דער קאָנפֿערענץ אין הרצליה. געשיקט האָט זי פֿון וואַשינגטאָן דער געוועזענער קאָנגרעס־ספּיקער ניוט גינגריטש. גינגריטש איז זיכער, אַז נאָך 40 יאָר, זינט דער זעקסט־טאָגיקער מלחמה, דראָט דער ייִדישער מדינה אַ "נײַער חורבן". אין זײַן אויפֿטריט, טראַנסמיטירט דורכן סאַטעליט, האָט ער געזאָגט: "אונדזערע שׂונאים פּריידיקן אַ נאַציסטישע אידעאָלאָגיע. זיי זײַנען גרייט אונדז הרגענען בײַ דער ערשטער געלעגנהייט — דעם פֿאַקט איז אוממעגלעך נישט צו אָנערקענען. די פּראָבלעמען מוז מען לייזן שוין הײַנט, נישט געקוקט אויף די בלויזן אין דער פּאָליטישער סיסטעם פֿון ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וועלכע מיר זײַנען מסוגל צו לייזן. אין איצטיקן מאָמענט האָבן מיר נישט קיין אַלגעמיינעם פּלאַן, נישט קיין פּאַסיקע סטרוקטורן, נישט אַפֿילו קיין ריכטיקע שפּראַך, צו קענען זיך קעגנשטעלן דעם שׂונא."
אַן אַנדער פֿירער פֿון דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי, סענאַטאָר דזשאַן מאַקקיין, האָט אין זײַן סאַטעליט־באַגריסונג דער קאָנפֿערענץ אין הרצליה געזאָגט, אַז לויט זײַן מיינונג, קען נאָר איין זאַך אויסזען ערגער ווי אַ מיליטערישע לייזונג פֿונעם איראַנישן קאָנפֿליקט — דער נוקלעאַר־באַוואָפֿנטער טעהעראַן. ער האָט גערופֿן צו איזאָלירן די איראַנישע רעגירונג און באַטאָנט, אַז דער איינציקער וועג צו באַוואָרענען די זיכערקייט פֿון דער ישׂראל־לבֿנונער גרענעץ איז צו אַנטוואָפֿענען "כעזבאָלאַ".
ווי ווײַט עס איז ערנסט די סכּנה פֿאַר ישׂראל און אַמעריקע, האָט דער עקס־ספּיקער, ניוט גינגריטש, באַשטעטיקט מיט אַזאַ בײַשפּיל: "די מענטשן הײַנט זײַנען מער גענייגט צום נישט־דערשאַצן דעם פֿולן פֿאַרנעם פֿון דער הײַנטיקער געפֿאַר. אונדזערע שׂונאים דערקלערן אונדז אָפֿן וועגן זייער פֿעסטן באַשלוס אונדז אומצוברענגען. זיי וואַרפֿן עס אונדז אין פּנים אַרײַן. אָבער מיר פֿירן זיך אויף, ווי נאַכטוואַנדלער און מאַכן זיך נישט־הערנדיק."