תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פּרשה שמות הייבט זיך אָן מיטן דערציילן וועגן דעם גלות מצרים, ווי יעקבֿ און זײַנע קינדער האָבן אַראָפּגענידערט אין מצרים: "ואלה שמות בני ישׂראל הבאים מצרימה וגו׳" — און דאָס זײַנען די נעמען פֿון די בני ישׂראל, וואָס זײַנען געקומען אין מצרים. און עס ווערן אויסגערעכנט זייערע נעמען: ראובֿן, שמעון, לוי און אַזוי ווײַטער. איז מערקווירדיק, אַז דער מדרש (שמות רבה א, ה) זאָגט גאָר אויף דעם: "על שם גאולת ישׂראל נזכּרו כּאן", אַז זייערע נעמען ווערן דאָ דערמאָנט אין שײַכות גאָר מיט דער גאולה; און אין המשך פֿון דעם ענין טײַטשט דאָרט דער מדרש אויספֿירלעך, ווי יעדער נאָמען פֿון די שבֿטים איז מרמז אויף דער גאולה.

תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נאָך דעם ווי יעקבֿ אָבֿינו האָט פֿאַר זײַן פּטירה אין מצרים געבעטן זײַן זון יוסף הצדיק, אַז ער זאָל אים נישט מקבר זײַן אין מצרים, נאָר אין ׳מערת המכפּלה׳ — דאָרט, וווּ עס רוען אַבֿרהם און שׂרה, און יצחק און רבֿקה — האָט יעקבֿ צוגעגעבן (ווי עס שטייט געשריבן אין אונדזער פּרשה — מח, ז): "ואַני בבֿואי מפּדן מתה עלי רחל וגו׳ ואקברה שם בדרך אפֿרת" — און קומענדיק פֿון פּדן (אַרם) איז מיר געשטאָרבן רחל... און איך האָב איר דאָרט מקבר געווען אויפֿן וועג צו אפֿרת. ווערט עס אויפֿגעקלערט אין רש״י (פֿאַרוואָס דערמאָנט עס דאָ יעקבֿ, בעטנדיק אַז ער זאָל אים מקבר זײַן אין מערת המכפּלה), אַז יעקבֿ האָט חושד געווען, אַז דאָס וואָס ער בעט יוספֿן ער זאָל אים פֿירן אין ארץ־ישׂראל און ברענגען צו קבֿורה אין דער ׳מערת המכפּלה׳, קען דערוועקן בײַ יוספֿן אַ פֿאַרדרוס, פֿאַרוואָס האָט זײַן מאַמע רחל נישט זוכה געוון דערצו. דערפֿאַר האָט יעקבֿ געפֿונען פֿאַר נייטיק צו פֿאַרענטפֿערן זיך, פֿאַר וואָס ער האָט מקבר געווען זײַן מאַמע רחל אין מיטן וועג.

תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען דער הונגער אין מצרים איז געוואָרן שטאַרקער און די מצרישע באַפֿעלקערונג האָט שוין נישט געהאַט קיין תּבֿואה, זײַנען זיי ווידער געקומען צו יוספֿן בעטן תּבֿואה פֿון זײַנע ריזיק־אָנגעזאַמלטע תּבֿואה־זאַפּאַסן. האָט זיי יוסף געזאָגט: "הא לכם זרע וזרעתּם את האדמה" — נאַט אײַך תּבֿואה־זייאונג און פֿאַרזייט דעם באָדן. דערציילן די חז״ל (אין בראשית רבא צא, געבראַכט אין פּירוש רש״י, בראשית מא, נה), אַז יוסף האָט דערבײַ געשטעלט די מצרים אַ תּנאַי, אַ באַדינג, אַז בכדי צו באַקומען תּבֿואה פֿון יוספֿן האָבן די מצרים זיך געדאַרפֿט מל זײַן. בלית־ברירה האָבן אַ סך מצרים זיך מל געווען.

תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין אונדזער פּרשה ווערט דערציילט, ווי יוסף הצדיקס ברידער האָבן זיך אַ צווייט מאָל אומגעקערט אין מצרים און געקומען אין הויז פֿון יוסף הצדיק; און יוסף האָט אָנגעזאָגט דעם אויפֿזעער פֿון זײַן הויז, ער זאָל צוגרייטן אַ מיטאָג־מאָלצײַט פֿאַר זײַנע ברידער. דערציילט דער פּסוק, אַז יוסף האָט אים געזאָגט די ווערטער: "...וטבֿוח טבֿח והכן..." (דער איינפֿאַכער טײַטש: ׳און שעכט אַ שעכטונג און גרייט צו׳); און אין גמרא ווערט דערקלערט, וואָס עס מיינען אָט די ווערטער, וועלכע באַטאָנען דאָס שעכטן און צוגרייטן — אַז "טבֿוח טבֿח" מיינט "פּרע להן בית השחיטה" (צו ווײַזן די ברידער אַז ס׳איז געווען אַ כּשרע שחיטה, ווי דאָס דאַרף זײַן על פּי דין); און "והכן" מיינט "טול גיד הנשה בפֿניהם", אַז די ברידער זאָלן זען, אַז ער נעמט אַרויס דעם גיד הנשה. דאָס הייסט, אַז יוסף הצדיק האָט באַפֿוילן מ׳זאָל צוגרייטן אַ כּשרע סעודה.

תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אונדזער פּרשה דערציילט וועגן יוספֿס פּאַסירונגען און אומוואַנדלונגען פֿון זינט ער איז אַוועקגענומען געוואָרן פֿון זײַן פֿאָטערס היים און זײַן פֿאַרקויפֿט ווערן ווי אַ קנעכט, ביז זײַן דערהייבונג באַשטימט צו ווערן ווי דער משנה־למלך פֿון מצרים.

תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער פּרשה דערציילט די תּורה, אַז דער מלאך (עשׂוס "שׂר" אין הימל) האָט געזאָגט צו יעקבֿ אָבֿינו: "לא יעקבֿ יאמר עוד שמך, כּי אם ישׂראל" — ס׳וועט נישט געזאָגט ווערן, אַז יעקבֿ איז דײַן נאָמען, נאָר ישׂראל. געזאָגט האָט דאָס דער מלאך ווען יעקבֿ האָט זיך געראַנגלט מיט אים און האָט אים נישט אָפּגעלאָזט ביז דער מלאך וועט אים בענטשן. דעם מלאכס ברכה איז טאַקע געווען די דערמאָנטע ווערטער פֿונעם מלאך, אַז יעקבֿס נאָמען וועט זײַן ישׂראל — "כּי שׂרית עם אלקים ועם אנשים ותּוכל" — ווײַל דו האָסט באַהערשט שטרײַטנדיק מיט אַ מלאך און מיט מענטשן (לבֿן און עשׂו) און דו האָסט זיי בײַגעקומען (אינעם נאָמען ׳ישׂראל׳ זײַנען דאָ די אותיות פֿון ׳שׂרית׳, ׳שׂר׳).

תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פּרשה הייבט זיך אָן מיט די ווערטער: "ויצא יעקבֿ מבאר שבֿע וילך חרנה" — יעקבֿ אָבֿינו איז אַרויס פֿון באר־שבֿע און איז אַוועק קיין חרן. יעקבֿ אָבֿינו האָט פֿאַרלאָזט די הייליקע היים, דאָס הויז פֿון אַ צדיק, און גייט צו אַ הויז פֿון אַ שווינדלער, פֿון אַ רשע. יעקבֿ האָט דעמאָלט געהאַט געלערנט פֿערצן יאָר אין דער ישיבֿה פֿון שם ועבֿר, האָט ער אויפֿגעהערט לערנען און זיך אַוועקגעלאָזט גיין קיין חרן און געקומען אין הויז פֿון לבֿן הארמי. דאָרטן איז ער געוואָרן אַ פּאַסטעך און געפֿיטערט טאָג און נאַכט לבֿנס שאָף. ביז דאַן האָט יעקבֿ זיך פֿאַרנומען מיט אַ גײַסטיקער עבֿודה, געלעבט דורכויס אין אַ וועלט פֿון רוחניות, און איצט האָט ער אָנגעהויבן זיך באַשעפֿטיקן מיט מאַטעריעלע ענינים, מיט פּאַשען שעפּסן און ציגן.

תּורה־געדאַנק

אין פּסוק שטייט וועגן עשׂון (כה, כז): "ויהי עשׂו איש יודע ציד וגו׳" — אַז עשׂו איז געווען אַ מענטש וואָס ווייס ווי צו פֿאַנגען... זאָגט רש״י אויף דעם: "לצוד ולרמות את אבֿיו בפֿיו, ושואלו אבא היאך מעשׂרין את המלח ואת התּבֿן, כּסבור אבֿיו שהוא מדקדק במצוות — (וואָס מיינט, אַז עשׂו איז געווען אַ מענטש ווייס ווי צו פֿאַנגען) און אָפּנאַרן זײַן פֿאָטער מיטן מויל, פֿרעגנדיק בײַ זײַן טאַטן יצחק: ווי שיידט מען אָפּ מעשׂר פֿון זאַלץ און פֿון שטרוי (זאַכן וואָס בײַ זיי איז איבערהויפּט ניטאָ די מצוה פֿון מעשׂר; און פֿונדעסטוועגן וויל ער געבן פֿון די זאַכן מעשׂר), האָט זײַן פֿאָטער יצחק געמיינט, אַז ער, עשׂו, איז אַ ׳מדקדק׳, אַ מהדר אין מצוות.

תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער פּרשה ווערט דערציילט, אַז אַבֿרהם אָבֿינו האָט געשיקט זײַן געטרײַען קנעכט, אליעזר, קיין אַרם נהרים צו געפֿינען דאָרט די באַשערטע בת־זוג פֿאַר זײַן זון יצחק, און אַז ער איז געקומען צום ברונעם אויסער דער שטאָט, האָט ער תּפֿילה געטאָן (ווי באַלד ער ווייס דאָך ניט, ווער איז די באַשערטע כּלה פֿאַר יצחקן), אַז דער אויבערשטער זאָל פֿירן אַזוי, אַז ער, אליעזר, זאָל באַלד אָנטרעפֿן דאָס מיידל, וואָס דאַרף זײַן יצחקס זיווג. דערציילט די תּורה: "ויהי הוא טרם כּילה לדבר, והנה רבֿקה יוצאת וגו׳" — אַז נאָך איידער ער האָט געענדיקט רעדן אין זײַן תּפֿילה צום אויבערשטן, און אָט איז רבֿקה שוין אַרויסגעקומען... און ער האָט זיך באַלד איבערצײַגט, אַז זי איז די, וואָס דאַרף ווערן יצחקס פֿרוי.

תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיטן סיפּור, ווי דער אויבערשטער האָט זיך אַנטפּלעקט צו אַבֿרהם אָבֿינו אין דער צײַט, ווען ער איז געזעסן בײַ דער טיר פֿון זײַן געצעלט, און וועגן די דרײַ געסט, וואָס זײַנען צו אים געקומען. רש״י אין זײַן פּירוש אויף אָט די פּסוקים דערקלערט (לויט די חז״ל אין גמרא — בבֿא מציעא פּו, ב), אַז דאָס איז געשען אויפֿן דריטן טאָג נאָך זײַן מל זײַן זיך, ווען די ווייטיקן זײַנען אַמשאַרפֿסטן און דערפֿאַר "הוציא הקדוש ברוך הוא חמה מנרתּיקה, שלא להטריחו באורחים" — דער אויבערשטער האָט כּבֿיכול ׳אַרויסגעצויגן די זון פֿון איר שייד׳ (דאָס הייסט, פֿאַרשטאַרקט די היץ פֿון דער זון), כּדי מענטשן זאָלן אויסמײַדן צו געפֿינען זיך אין דרויסן און אַבֿרהם זאָל זיך ניט דאַרפֿן באַשעפֿטיקן מיט אויפֿנעמען אורחים, ווי ס׳איז געווען זײַן שטייגער. אָבער ווי באַלד אַז אַבֿרהם האָט געהאַט צער דערפֿון, וואָס ער האָט ניט קיין אורחים, האָט אים דער אויבערשטער צוגעשיקט דרײַ מלאכים אין געשטאַלט פֿון מענטשן.

תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין אונדזער פּרשה דערשײַנט דעם אויבערשטנס צוזאָג, אַז דאָס לאַנד ארץ־ישׂראל וועט געהערן צו די קינדער פֿון אַבֿרהם אָבֿינו. דער אויבערשטער זאָגט צו אַבֿרהם אָבֿינו: "לזרעך אתּן את הארץ הזאת" — צו דײַנע קינדער וועל איך געבן דאָס דאָזיקע לאַנד.

תּורה־געדאַנק

די פּרשה הייבט זיך אָן מיט די ווערטער "אלה תּולדות נח, נח איש צדיק וגו׳" — דאָס זײַנען די געבורטן פֿון נח, נח איז געווען אַ מענטש אַ צדיק...

בדרך כּלל געפֿינען מיר אין דער תּורה, אַז ווען ס׳איז דאָ אַן אָנהייב מיטן אויסדרוק "אלה תּולדות", ווערן דערנאָך אויסגערעכנט די געבורטן, די קינדער פֿון דעם מענטש, וועגן וועמען עס רעדט דער פּסוק. אָבער אין די פּסוקים פֿון אונדזער פּרשה זעען מיר, אַז באַלד נאָך די ווערטער "תּולדות נח" שילדערט דער פּסוק נחס פּערזענלעכע מעלות, אַז ער איז געווען אַ ׳צדיק׳, אַ ׳תּמים׳, און ערשט נאָך דעם ווערן אויסגערעכנט נחס דרײַ זין: שם, חם און יפֿת.