- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
פֿונעם ערשטן יאַנואַר פֿאַרנעמט דעם אויבנאָן אין דער "יו־ען" דער נײַער גענעראַל־סעקרעטאַר — פּאַן גי מון. מיר וועלן זיך נאָך דאַרפֿן צוגעוווינען אַרויסצורעדן ריכטיק זײַן נאָמען, אָבער צײַט פֿאַר דעם איז דאָ גענוג. ווי ס׳איז באַוווּסט, איז פּאַן גי מון, אַ געניטער דיפּלאָמאַט, וואָס האָט ביז אַהער פֿאַרנומען די שטעלע פֿונעם שטעל־פֿאַרטרעטער בײַם אויסערן־מיניסטער פֿון דרום־קאָרעע. ער איז 62 יאָר אַלט און איז געוואָרן דער אַכטער גענעראַל־סעקרעטאַר זינט די "יו־ען" עקזיסטירט.
די קאָנדוקטאָרשע אין אונדזער וואַגאָן האָט אַלעמען געוואָרנט, אַז מע טאָר ניט עפֿענען די פֿענצטער, ווײַל — מע גנבֿעט. זײַנען מיר טאַקע געפֿאָרן פֿאַרשפּאַרט, אָבער אויף דער גרענעץ זײַנען צו אונדז אַרײַן די רומענישע גרענעצלער. אין די פּעסער האָבן זיי קוים אַרײַנגעקוקט, דער עיקר, געבעטלט, מע זאָל זיי געבן אַ פּעקל ציגאַרעטן צי לכל-הפּחות אַ ציגאַרעט. ס׳האָבן מיר זיך אויך פֿאַרגעדענקט די דערפֿער, וווּ קיין סימן פֿון עלעקטריע איז ניט געווען, און די פּרימיטיווע אויטאָס, "דאַטשיאַ" האָבן זיי, דאַכט זיך, געהייסן...
"ווי אַ קינד פֿון ייִדישע שוישפּילער אין רומעניע, וואָס האָט דורכגעלעבט איר קינדהייט, אַרומוואַנדערנדיק אין פֿאַרשיידענע וואַנדער־טרופּעס איבער שטעט און שטעטלעך פֿון רומעניע, וויל איך בלויז איבערגעבן אַ צאָל עפּיזאָדן און זכרונות וועגן אַקטיאָרן פֿון רומעניע, וואָס זענען מער נישטאָ צווישן די לעבעדיקע, די וואָס זענען אומגעקומען אויף קידוש־השם אָדער אין די לאַגערן פֿון טראַנסניסטריע".
נאָך דעם ווי יעקבֿ אָבֿינו האָט פֿאַר זײַן פּטירה אין מצרים געבעטן זײַן זון יוסף הצדיק, אַז ער זאָל אים נישט מקבר זײַן אין מצרים, נאָר אין ׳מערת המכפּלה׳ — דאָרט, וווּ עס רוען אַבֿרהם און שׂרה, און יצחק און רבֿקה — האָט יעקבֿ צוגעגעבן (ווי עס שטייט געשריבן אין אונדזער פּרשה — מח, ז): "ואַני בבֿואי מפּדן מתה עלי רחל וגו׳ ואקברה שם בדרך אפֿרת" — און קומענדיק פֿון פּדן (אַרם) איז מיר געשטאָרבן רחל... און איך האָב איר דאָרט מקבר געווען אויפֿן וועג צו אפֿרת. ווערט עס אויפֿגעקלערט אין רש״י (פֿאַרוואָס דערמאָנט עס דאָ יעקבֿ, בעטנדיק אַז ער זאָל אים מקבר זײַן אין מערת המכפּלה), אַז יעקבֿ האָט חושד געווען, אַז דאָס וואָס ער בעט יוספֿן ער זאָל אים פֿירן אין ארץ־ישׂראל און ברענגען צו קבֿורה אין דער ׳מערת המכפּלה׳, קען דערוועקן בײַ יוספֿן אַ פֿאַרדרוס, פֿאַרוואָס האָט זײַן מאַמע רחל נישט זוכה געוון דערצו. דערפֿאַר האָט יעקבֿ געפֿונען פֿאַר נייטיק צו פֿאַרענטפֿערן זיך, פֿאַר וואָס ער האָט מקבר געווען זײַן מאַמע רחל אין מיטן וועג. יעדע באַוועגונג מוז אין לויף פֿון צײַט זיך צופּאַסן צו נײַע באַדינגונגען, וואָס פֿאָדערן אַ פּירוש אויף די גרונט יסודות פֿון דער אידעאָלאָגיע, ווען זי איז פֿאָרמולירט געוואָרן בײַ איר געבורט. די אינטערפּרעטאַציעס מוזן בלײַבן געטרײַ די גרונט־יסודות פֿון דער אמונה, פֿילאָס אָפֿיע אָדער אידעאָלאָגיע פֿון דער באַוועגונג. דער קלאַסישער בײַשפּיל איז אונדזער אייגענע טראַדיציע (מסורה). נישט נאָר איז די תּורה שבכּתבֿ הייליק, נאָר אויך די תּורה שבעל פּה פֿאַרמאָגט די זעלבע קדושה, הגם זי איז דער פּירוש אויף דער תּורה שבכּתבֿ.
|