אַ גרופּע אינטעלעקטואַלן, צווישן זיי — אַלבערט אײַנשטיין (רעכטס) און עדווין מאַרקהאַם (אין מיטן), בעת אַן אונטערנעמונג אין ניו־יאָרק, 1934 |
דער גליטשיקער וועג אַראָפּ אין דער נײַער היים
וואָס ס׳וואָלט פֿון דעם אַלעמען אַרויסגעוואָקסן ווען די אַלטע וועלט וואָלט נאָך ווײַטער געשטאַנען קען מען דאָך ניט וויסן, נאָר אַז דער "פּראָגרעס" און זײַן גאַנצער אַ״ג אינטעלעקטואַליזם האָט די ייִדן מערדערלעך פֿאַרראַטן און מיט גרויס צינישקייט צעשטערט זײַנע אייגענע נאָכגייערס, נאָכלויפֿערס און אַפֿילו די בלויזע נאָכקוקערס פֿון דער ווײַטנס, איז דאָך איצט שוין קלאָר פֿאַר אַלעמען. אַלע חזרן איצט איבער דעם אַלטן פּיזמון וועגן דעם אַ״ג "פֿאַרראַט פֿון די (לינקע) אינטעלעקטואַלן". ווייניק גיבן זיך אָפּ אַ דין־וחשבון, אַז דער גאַנצער אויסדרוק איז ווי אַ משל וואָס פּאַסט לחלוטין ניט צום נמשל מיט וועלכן מען האָט אים אין אַ פֿריִערדיקער צײַט צוזאַמען געפּאָרט.
דער ערשטער, וואָס האָט אין 1927 אַרויסגעפֿירט אָט דעם אויסדרוק אויף דער וועלט־אַרענע איז געווען דער אָנגעלייענטער און פֿילאָסאָפֿיש־גענייגטער פֿראַנצויזישער זשורנאַליסט זשוליען בענדאַ (1867—1956). וועגן זײַן בוך וויל איך ווייניק־וואָס זאָגן, ווײַל, ערשטנס, האָט עס באמת מיט מײַן עיקר־טעמע גאָר ניט צו טאָן, און צווייטנס, איז דאָס בוך (אייגנטלעך, דער באַרימטער טיטל פֿונעם בוך) אַפֿילו דעמאָלט ווייניק געלייענט און נאָך ווייניקער פֿאַרשטאַנען געוואָרן. ווי האָט וועגן אַזאַ מין בוך באַמערקט דער אַמעריקאַנער דערציִער און פֿילאָסאָף זשאַק באַרזון?: "ס׳איז אַ בוך וואָס אַלע ציטירן, נאָר וואָס ווייניק לייענען און פֿאַרשטייען." דער טיטל פֿונעם בוך גופֿא איז פֿול מיט אָנצוהערענישן, וואָס לאָזן זיך אויסנוצן לטובֿת און קעגן אַלערליי צילן און באַוועגונגען, ווי איינער וואָלט זיך געטראַכט: "וועמען דען האָט די אינטעליגענץ ניט פֿאַרראַטן?"
נאָר לאָמיר זיך דערווײַל אומקערן צו אונדזער באמתדיקער טעמע: די אָנזעעוודיקייט פֿון אינטעלעקטואַלן אין די מאָדערנע אַמעריקאַנער ייִדיש־קרײַזן פֿונעם באַלד־פֿאַר־חורבנדיקן און באַלד־נאָך־חורבנדיקן 20סטן יאָרהונדערט. דעמאָלט, ווען ס’איז מיר אָפֿט אויסגעקומען זיך צו טרעפֿן מיט לערערס פֿון אַנדערע דערציִונג־שיטות בײַ ייִדן, האָב איך תּמיד געפֿילט ווי יענע זענען מיר מקנא, ווײַל זיי מיינען, אַז איך קום זיך "כּסדר" צונויף מיט די אינטעלעקטואַלן מיט וועלכע ס’איז כּלומרשט אָנגעפּיקעוועט די מאָדערנע ייִדיש־וועלטלעכע סבֿיבֿה. "דאָרטן האָט איר אַוודאי מיט וועמען אַרויסצורעדן אַ וואָרט, אַרומצורעדן אַן ענין, זיך אָפּצוגעבן מיט אַלגעמיין־דערציִערישע (צי פּאָליטישע, צי קולטורעלע, צי עקאָנאָמישע) פּראָבלעמען וואָס מיט זיי "טוט זיך" כּסדר (אַזוי האָבן זיך פֿאָרגעשטעלט מײַנע מיטשמועסער) אין די שול־קרײַזן פֿונעם וועלטלעך־ייִדישן מין.
ס׳האָט ניט לאַנג געדויערט ביז איך האָב זיך געכאַפּט, אַז אַזאַ מיינונג איז, מילד גערעדט, ניט אין גאַנצן באַרעכטיקט, כאָטש דאָס ווענדט זיך אין דער דעפֿיניציע גופֿא, וואָס מען נעמט אָן מיטן טערמין "אינטעלעקטואַל". דאָס איז ניט דווקא קיין באַגריף וואָס איז איינדײַטיק און סטאַנדאַרטיזירט איבער דער גאָרער וועלט. ייִדן האָבן אַן אַלטע און שעפֿערישע אינטעלעקטואַלע געשיכטע וואָס ציט זיך שוין מער ווי 3,000 יאָר, אָבער גאָר ווייניק אַנדערע פֿעלקער (ווער רעדט נאָך וועגן מיעוטים) וואָלטן מסכּים געווען, אַז אויסלערנען זיך אויף אויסנווייניק דעם גאַנצן תּלמוד מיט תּוֹספֿות, שאלות ותּשובֿות, אַלץ ביז די לעצטע פּוסקים, איז בכלל עפּעס אַן אויפֿטו וואָס פּאַסט זיך אַרײַן אינעם תּחום פֿון אינטעלעקטואַלע אינטערעסן און אויפֿטוען. בכלל איז דאָס וואָרט "אינטעלעקטואַל" אַ נעאָלאָגיזם אי אויף ענגליש און אי אויף אַלע אַנדערע מאָדערנע אייראָפּעיִשע לשונות, און ס’איז אויפֿגעקומען אַפֿילו אין פֿראַנצייזיש גופֿא בלויז צוליבן ביטערן סיכסוך אַרום דער דרייפֿוס־אַפֿערע און דעם ריס וואָס אָט דער סיכסוך האָט גורם געווען אין דער גאַנצער העכערער אייראָפּעיִשער געזעלשאַפֿט.
צי איז די מאָדערנע ייִדיש־קולטיווירנדיקע געזעלשאַפֿט (וואָס האָט זיך, כּידוע און פּונקט ווי איצט, לעצטנס ווייניק אָפּגעגעבן מיט תּלמוד־לערנען און טײַטשן) טאַקע מיט עפּעס געשטאַנען אינטעלעקטועל העכער ווי מערסטע אַנדערע ייִדישע קרײַזן אין אַמעריקע? בײַם זוכן אַן ענטפֿער אויף אַזאַ פֿראַגע דאַרף מען זײַן אָפּגעהיט ניט צו פֿאַרמישן דעם אַלגעמיינעם באַגריף וועגן ייִדישער חכמה מיט וועלכע אייניקע ניט־ייִדן טראָגן זיך אַרום, אַפֿילו אַזוינע וואָס זענען ניט דווקא קיין ייִדן־פֿרײַנד. דער "קלוגער ייִד" און דער ייִד ווי אַ קאָפּמענטש זענען טעמעס וואָס שווימען אויף נאָך אין תּנכישע טעקסטן און האָבן עד־היום אַ מאָל פּאָזיטיווע און אַ מאָל נעגאַטיווע צילן און טענער. אָבער מײַן קשיא האָט דאָך צו טאָן מיט מיינונגען וועגן מאָדערנע וועלטלעכע ייִדן; מיינונגען, וואָס זענען געווען פֿאַרשפּרייט צווישן מער־ווייניקער פֿרומע ייִדן (צו אַמעריקאַנער חרדים האָב איך זייער לאַנג בכלל ניט געהאַט קיין שום צוטריט).
גרויסע וועלטלעכע אינטעלעקטואַלן
אַז עס האַלט נאָך ווײַטער אָן אַן אימפּאָזאַנטער וועלטלעכער אינטעלעקטואַליזם בײַ ייִדן איז דאָך לית־מאן־דפּליג. יעדע נײַע רשימה פֿון "געווינערס" פֿונעם נאָבעל־פּריז, צי אויף איין שטח צי אויף אַן אַנדערן, ווײַזט פֿון דאָס נײַ ווי היימיש ייִדישע נעמען זענען דאָרטן. אַזאַ פּראָצענט וואָלט אַפֿילו באַטראַכט געוואָרן ווי אַ געוואַלדיקער ווען ער וואָלט זיך באַקומען פֿאַר אַמעריקאַנער בכלל און ניט נאָר פֿאַר אַ לפֿי־ערך קליין פֿעלקעלע ווי ייִדן. און ניט אַלע פֿון אָט די "ייִדיש וועלטלעכע" פּרעמירטע זענען טאַקע וועלטלעכע ייִדן (פּונקט ווי ניט אַלע פֿון די אויסגערעכנטע ייִדן אין אָט די רשימות זענען ייִדן). אָט האָט הײַ־יאָר באַקומען אַ נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר פֿיזיק אַ ישׂראלדיקער ייִד מיט באָרד און פּאות. ער וואָלט זיכער ניט מסכּים געווען מיט דער באַצייכענונג, אַז ער איז אַ וועלטלעכער בלויז דערפֿאַר וואָס זײַן "פֿאַך" איז אַ וועלטלעכער. הכּלל, מיר מיינען טאַקע אַז ביידע, אי דאָס ייִדישלעכע פֿונעם אינטעלעקטואַל און אי דאָס וועלטלעכע זאָלן זײַן דורך און דורך ייִדישלעך.
ייִדיש־וועלטלעכע אינטעלעקטואַלן זענען געווען לרובֿ צווישן ייִדישע לערערס — למשל: דער לערער פֿון לערערס, לינגוויסט און אַ צוגרייטער פֿון טעקסטביכער, יודל מאַרק; דער האָלץ־שניצער און דערציילער, ל. כאַניקאָוו; דער שרײַבער פֿון קלוגע און חנעוודיקע קינדער־ביכער און טעקסטביכער פֿאַר קליין און גרויס, שלמה סײַמאָן; דער ייִדישער היסטאָריקער און מקורים ביבליאָגראַף, ישעיה ליפֿשיץ; דער ליטעראַטור־קריטיקער, ש. ד. זינגער; די מוזיקערס און כאָר דיריגענטן: מיכל געלבאַרט, לעאָ ליאָוו, שמואל בוגאַטש, און לאַזאַר ווײַנער; דער זשורנאַליסט, ליטעראַטור־קענער און פּוסק־אַחרון, אַב. קאַהאַן; די מאָלערס און אילוסטראַטאָרס: חײַם גראָס און שאול ראַסקין; די וויסנשאַפֿטלערס און פּראָפֿעסאָרן: מאַקס ווײַנרײַך, לייבוש לעהרער, שלמה נאָבל, שלמה ביקל, און די גאַנצע פּלעיאַדע ייִדישע פּען־מענטשן, וואָס זייער צאָל איז צו ריזיק אויסצורעכענען זיי בײַ די נעמען, און צוליב דער פֿאַראייניקטער (אַפֿילו, ווען צעקריגטער) מחנה פֿון אַזעלכע אינטעלעקטואַלן — וואָס קיין גלײַכן דערצו איז אין די העברעיִסטישע און אין די פֿרומע קרײַזן זיכער ניט געווען. יעדע פֿון די ריכטונגען איז אַליין געווען צעשפּאָלטן אויף מיניאַטור "באַוועגונגלעך", וואָס האָבן געהאַט זייער ווייניק בשותפֿותדיקס איינס מיטן צווייטן. דאָס האָט געשטאַרקט דעם אײַנדרוק פֿון אַ מין היפּער־אינטעלעקטואַליזם אויף דער ייִדיש־וועלטלעכער גאַס. זײַן פֿאַראייניקטע השפּעה איז געווען אַ ממשותדיקע אויך צוליב דעם, וואָס די גאַנצע ייִדישע פֿאַרווײַלונג־"אינדוסטריע" איז געלעגן אין די וועלטלעכע הענט — פֿונעם טעאַטער־אייגנטימער, ביזן שאַפֿער און אָפּקלײַבער פֿונעם מאַטעריאַל, ביזן דרוקער און פֿאַרקויפֿער פֿון בילעטן. דעם אמת זאָגנדיק, האָבן אַ צאָל פֿון אָט די "וועלטלעכע געשעפֿטן" צוגעטראָגן א באַשטימטע סוחרישקייט און פֿאַרגרעבטקייט צו דער וועלטלעכער קולטור־סבֿיבֿה. אָט־אָ די פֿאַרגרעבטקייט איז טיילווײַז אויך געווען אַ סימן־מובֿהק פֿון "סעקאָנד עוועניו" און פֿונעם "שונד" וואָס האָט געפֿלייצט פֿון דאָרטן, ניט בלויז צו דער ייִדישער גאַס, נאָר אַפֿילו צו דער ענגלישער, מיט איר ניבול־פּה און "צעשפּיליעטקייט".
מאָריס שוואַרצעס "ייִדישער קונסט טעאַטער" און בן־עמיס טעאַטער האָבן ביידע יאָרנלאַנג געקעמפֿט קעגן דער שונדקולטור מיטן תּנכישן רוף "תּמות נפֿשי עם הפּלישתּים" אויף זייערע ליפּן. נאָר דער סוף איז געווען, אַז זיי און אַנדערע אַזעלכע מער אינטעליגענטישע און ראַפֿינירטע פּרוּוון זענען אונטערגעגאַנגען, בעת טיילן פֿונעם שונד זענען נאָך דאָ מיט אונדז הײַנט און האָבן דורך דעם אַ שײַכות צום אויפֿלעב פֿון קלעזמער־מוזיק און אַנדערע פּאָפּולערע אימאַזשן פֿון ייִדיש און פֿון ייִדישער וועלטלעכקייט.
צי איז די ייִדיש־וועלטלעכע סבֿיבֿה געווען אַ מער אינטעלעקטואַלע ווי אַנדערע?
לאָמיר אויף אָט דער שווערער פֿראַגע ענטפֿערן מיט אַ וואַקלענדיקן "יאָ", נישט געקוקט אויף אַלע חרפּות און בושות וואָס זענען דערמיט אויך געווען און געבליבן געקניפּט און געבונדן. זי איז פֿאָרט געווען צווישן די איינציקע וואָס האָבן געשטרעבט נאָך אַ "געלײַטערט ייִדיש וואָרט, נאָך אַ ריינעם, פֿרײַ און באַפֿרײַט פֿונעם וואָכיקן עול". זיי האָבן אָט דעם קאַמף אפֿשר ניט געוווּנען, צי געוווּנען בלויז אין קליינע און ניט רעפּרעזענטאַטיווע קרײַזן, נאָר אָן אַ קאַמף האָט זי איר אָרט ניט אויפֿגעגעבן. זי האָט געגעבן אַ נעסט און אַ נחלה דעם ייִדיש־וועלטלעכן אינטעלעקטואַל, אַ היים און אַ קול מיט וועלכן צו קענען קומען צו זײַנע צוהערערס און אָפּשאַצערס און באַפֿרידיקן זייער תּשוקה נאָכן מאָדערנעם רוף צו ייִדישער זויבערקייט פֿון וואָרט און געדאַנק וואָס אַ סך טראָגן נאָך בײַ זיך אין האַרצן עד־היום. כאָטש מיר גליטשן זיך אַלע אַ מאָל אויס און פֿאַרלייקענען דערמיט אַ טייל פֿון אונדזער אייגענער בכורה, מעגן מיר מיט שטאָלץ זאָגן אַז "ניין, ניט פֿאַרראַטן האָבן זיי אונדז, חלילה, נאָר בדרך־כּלל געפּרוּווט אונדז פֿירן אויפֿן בכּבֿודיקסטן וועג בהסכּם מיט אונדזער גאַנצן געשיכטלעכן וועג".
די גאַנצע פֿראַגע, וועגן דעם, וואָס ס’איז געוואָרן פֿון אָט דער ייִדיש־וועלטלעכער שעפֿערישקייט און אינטעלעקטואַליזם, דער עיקר אין אַמעריקע, לאָזן מיר בלית־ברירה איבער אויף אַן אנדערש מאָל. וועגן אָט דער טעמע איז אויך פֿאַראַן גענוג צו זאָגן, און דער עיקר, גענוג וועגן וואָס זיך צוזאַמען צו פֿאַרטראַכטן.