 |
דער "אָרט" האָט אָנגעהויבן זײַנע אַקטיוויטעטן אין אורוגווײַ אין חודש מײַ 1942 און דעם 11טן יולי 1943 איז געעפֿנט געוואָרן די טעכנישע שול "אָרט". בײַם אָנהייב האָט זי געשטיצט די סאָציאַלע אינטעגראַציע פֿון די ייִדישע אימיגראַנטן דורך אַן אומזיסטער אויסשולונג פֿון פּראָדוקטיווע פּראָפֿעסיעס און פֿאַכן. אין משך פֿון די 50ער און 60ער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט, האָט דער אורוגווײַער "אָרט" אויסגעשפּרייט זײַן דערציִונג־פּראָגראַם פֿאַר דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט, און ס׳האָט זיך אָנגעהויבן אַ וווּקס, וואָס האָט זיך פֿאַרשנעלערט אין די 80ער יאָרן. דער "אָרט" האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין איינער פֿון די וויכטיקסטע בילדונג־אינסטיטוציעס, וואָס האָט צוגעגרייט טעכניקער אין עלעקטראָניקער, אַרבעטער פֿאַר טעלעקאָמוניקאַציע און קאָמפּיוטער־סיסטעמען. אין 1989 איז דער "אָרט" געווען די גרעסטע ניט־רעגירונג־אָרגאַניזאַציע (NGO) פֿון טעכנישער דערציִונג אין אורוגווײַ, און אין די 90ער יאָרן, באַקומענדיק די אָנערקענונג פֿון קולטור־מיניסטעריום און פֿון דער רעגירונג, האָט דער "אָרט" אָנגעהויבן פֿונקציאָנירן ווי דער "אָרט"־אוניווערסיטעט אין אורוגווײַ.