קהילה־לעבן

אַ גראַדויִרונג בײַ דער שול פֿון פֿאַרוואַלטונג־שטודיעס פֿאַר נישט־פּראָפֿיט ייִדישע אָרגאַניזאַציעס
אַ גראַדויִרונג בײַ דער שול פֿון פֿאַרוואַלטונג־שטודיעס פֿאַר נישט־פּראָפֿיט ייִדישע אָרגאַניזאַציעס
דער "אָרט" האָט אָנגעהויבן זײַנע אַקטיוויטעטן אין אורוגווײַ אין חודש מײַ 1942 און דעם 11טן יולי 1943 איז געעפֿנט געוואָרן די טעכנישע שול "אָרט". בײַם אָנהייב האָט זי געשטיצט די סאָציאַלע אינטעגראַציע פֿון די ייִדישע אימיגראַנטן דורך אַן אומזיסטער אויסשולונג פֿון פּראָדוקטיווע פּראָפֿעסיעס און פֿאַכן. אין משך פֿון די 50ער און 60ער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט, האָט דער אורוגווײַער "אָרט" אויסגעשפּרייט זײַן דערציִונג־פּראָגראַם פֿאַר דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט, און ס׳האָט זיך אָנגעהויבן אַ וווּקס, וואָס האָט זיך פֿאַרשנעלערט אין די 80ער יאָרן. דער "אָרט" האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין איינער פֿון די וויכטיקסטע בילדונג־אינסטיטוציעס, וואָס האָט צוגעגרייט טעכניקער אין עלעקטראָניקער, אַרבעטער פֿאַר טעלעקאָמוניקאַציע און קאָמפּיוטער־סיסטעמען. אין 1989 איז דער "אָרט" געווען די גרעסטע ניט־רעגירונג־אָרגאַניזאַציע (NGO) פֿון טעכנישער דערציִונג אין אורוגווײַ, און אין די 90ער יאָרן, באַקומענדיק די אָנערקענונג פֿון קולטור־מיניסטעריום און פֿון דער רעגירונג, האָט דער "אָרט" אָנגעהויבן פֿונקציאָנירן ווי דער "אָרט"־אוניווערסיטעט אין אורוגווײַ.

די סטרוקטור

אין דעם איצטיקן מאָמענט איז דער "אָרט" דער גרעסטער פּריוואַטער אוניווערסיטעט אין לאַנד, מיט מער פֿון 5000 סטודענטן און פֿינף פֿאַקולטעטן און אינסטיטוטן. דער "אָרט" באַוויליקט 34 פּראָפֿעסיאָנעלע גראַד־ און פּאָסט־גראַד־טיטלען אין אַרכיטעקטור, אינזשעניריע, געשעפֿט־פֿירונג, עקאָנאָמישע וויסנשאַפֿט, אינטערנאַציאָנאַלע באַציִונגען, קאָמוניקאַציע און דערציִונג — אַלע מיט פֿולע טיכטישע ווערטן צו פּראַקטיצירן די פּראָפֿעסיעס אין אורוגווײַ און רעאַליזירן פּאָסטגראַד־טיטלען אין דער גאַנצער וועלט. דער "אָרט"־אוניווערסיטעט פֿאַרמאָגט אַן אַקאַדעמישע קערפּערשאַפֿט פֿון 600 דאָצענטן און פֿאָרשער און אַן אינפֿראַסטרוקטור פֿונעם לעצטן דור, מיט אַ בנין־קאָמפּלעקס פֿון 16,000 קוואַדראַט־מעטער.

ייִדישע שטודיעס

דער ציל פֿון דער שטודיע איז באַקאַנט צו מאַכן און פֿאַרשפּרייטן די טעמאַטיק פֿון דער ייִדישער וועלט — אינעווייניק און אין דרויסן — פֿון דער אינסטיטוציע, חוץ די קורסן אויף פֿאַרשיידענע ייִדישע טעמעס: געשיכטע, פֿילאָסאָפֿיע און טראַדיציע — פֿאַר סטודענטן, דאָצענטן און פֿונקציאָנערן, ווי אויך פֿאַרן אַלגעמיינעם פּובליקום.

יעדער ייִדישער יום־טובֿ ווערט אויפֿגעקלערט אין זײַן טראַדיציאָנעלן און אַקטועלן באַדײַט, מיט דער הילף פֿון טעקסטן און אָפֿענע לעקציעס. זינט 1982, גיט דער אוניווערסיטעט אַרויס טויזנט עקזעמפּלאַרן פֿונעם "אמן אָרט" — אַ יערלעכער טעמאַטישער קאַלענדאַר, וואָס ווערט פֿאַרשפּרייט אומזיסט. אויסער דעם העברעיִשן קאַלענדאַר, ווערן פֿון 1992 פּובליקירט אַרטיקלען און אינפֿאָרמאַציעס וועגן פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער וועלט, דהײַנו: ייִדישע פּערזענלעכקייטן, אינסטיטוציעס, געשיכטע און אַקטועלקייט.

אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן געביט ווערט דער "אָרט"־אוניווערסיטעט אָפֿט באַזוכט פֿון פּראָפֿעסאָרן און פֿאָרשער פֿון ישׂראל־אוניווערסיטעטן און פֿון אַנדערע לענדער, וואָס דיסקוטירן און פֿירן אַן אַקאַדעמישן איבערבליק אויף פֿאַרשיידענער טעמאַטיק, וואָס האָט אַ שײַכות צו דער היסטאָרישער און איצטיקער ייִדישער וועלט. דער דעפּאַרטמענט האָט אויך אַ מיסיע דער אוניווערסיטעט זאָל זײַן פּרעזענטירט אין די אַקאַדעמישע און אינטערנאַציאָנאַלע צוזאַמענטרעפֿן, וואָס ווערן דורכגעפֿירט אויף דער ייִדישער טעמאַטיק.

אין מײַ 2003 איז אונטערגעשריבן געוואָרן אַן אַקאַדעמישער אָפּמאַך מיטן אינטערנאַציאָנאַלן צענטער פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, צו לערנען וועגן דער ייִדישער ציוויליזאַציע. אין יולי, 2002, איז צום ערשטן מאָל באַנײַט געוואָרן פֿאַרן פּובליקום דער פֿילם "נישט געקוקט אויף די ליידן פֿון טרעבלינקע", פּראָדוצירט פֿון "אָרט" און רעזשיסירט פֿון כעראַרדאָ סטאַווסקי, וואָס האָט אין אַפּריל 2002 באַקומען די פּרעמיע "אָפֿיציעלע אויסצייכענונג" פֿון דער זשורי, אין דער קאַטעגאָריע "דאָקומענטאַר", אויפֿן 20סטן פֿעסטיוואַל פֿון אורוגווײַער קינאָ. דער פֿילם דערציילט די געשיכטע פֿון דרײַ לעבן־געבליבענע נאָכן אויפֿשטאַנד אינעם נאַצישן אויסראָטונג־לאַגער טרעבלינקע. די קריטיק־געזעלשאַפֿט פֿון אורוגווײַער קינאָ האָט אויסגעקליבן דעם רעזשיסאָר פֿונעם פֿילם ווי די "אַנטפּלעקונג פֿונעם יאָר".

פֿון יענעם ערשטן פֿילם ביז איצט, האָבן סטודענטן און דאָצענטן פֿונעם קאָמוניקאַציע־פֿאַקולטעט פּראָדוצירט פֿאַרשיידענע קורצע קינאָ־פֿילמען, וואָס שפּיגלען אָפּ פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער וועלט. דער דעפּאַרטמענט סטימולירט די סטודענטן צו שאַפֿן אַזאַ פּראָדוקציע.

דער דעפּאַרטמענט פֿון ייִדישע שטודיעס האָט אָנגעהויבן פּובליקירן פֿאַרשיידענע אַרטיקלען און פֿון בוך: "גרויסע ייִדישע דענקער פֿון דער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע", פֿון ד״ר גוסטאַוואָ פּערעדניק. דאָס איז דאָס ערשטע בוך פֿון אַ סעריע פֿון דרײַ ביכער, וואָס וועלן דערגאַנצן די ערשטע קאָלעקציע אויסגאַבעס. דער כאַראַקטער פֿונעם "אָרט" צו זײַן אַן אָפֿענע ייִדישע אינסטיטוציע, און ספּעציעל זײַן דעפּאַרטעמענט פֿון ייִדישע שטודיעס, דערמעגלעכט אים אויסצופֿירן אַן אוניווערסאַלע מיסיע: צו זײַן אַ פֿאַרבינדונג צווישן די פֿאַרשיידענע קולטורן. דעריבער, באַגלײַך מיט שטודירן, אַנאַליזירן און דעבאַטירן די שווערסטע טעמעס, וואָס האָבן אַ שײַכות מיט דער ייִדישער וועלט (דער קאָנפֿליקט אין מיטעלן מזרח און דער אַנטיסעמיטיזם, ווי דער גרעסטער אויסדרוק פֿון דעם), דאַרף דער "אָרט" זיך אויך פֿאַרנעמען מיט שטודיעס, וואָס פֿאַראייניקן אונדז מיט אַנדערע. זיי דאַרפֿן זײַן אָפֿן פֿאַרן ייִדישן ייִשובֿ און דער אַלגעמיינער אורוגווײַער געזעלשאַפֿט.