ד״ר האָזע מילער, דער פֿאָרזיצער פֿון דער ייִדישער קהילה אין קובאַ, בײַם אַרײַנגאַנגש פֿון דער שיל ״בית שלום״, אין האַוואַנאַ |
Getty Images |
פֿון 27סטן נאָוומעבער ביז דעם 31סטן דעצעמבער האָט מען געקאָנט באַזוכן אַ קונסט־אויסשטעלונג פֿון ייִדישע קובאַנער מאָלער און זען די קאָלאַזשן, אויסגעאַרבעט פֿון שילער פֿון דער ייִדישער שול. דעם ערשטן דעצעמבער איז אין האָטעל "ראַקעל", אין דער אַלטשאָט פֿון האַוואַנאַ, פּרעזענטירט געוואָרן דאָס בוך "לאַ טיערראַ עלעגידאַ" (די אויסגעקליבענע ערד) פֿון מאַריטזאַ קאָראַלעס.
אינעם צענטראַלן ראַיאָן פֿון קובאַ האָבן אין דעצעמבער אויפֿגעטראָטן דער טאַנץ־אַנסאַמבל "אמונה", באַגלייט פֿונעם כאָר, — אינטעגרירט פֿון די מיטגלידער פֿון דער ייִדישער קהילה. אין מיזרח־ראַיאָן האָט די סינאַגאָגע "התּקוה" פֿון סאַנטיאַגאָ דע קובאַ און די קהילות פֿון גראַממאַ און גואַנטאַנאַמאָ אָרגאַניזירט אַ פֿריילעכן ספּעקטאַקל, — פֿײַערנדיק דעם 100סטן יובליעום, מיט דער באַטייליקונג פֿון דער פֿאָלקלאָרישער גרופּע "עתידנו", און באַגלייט פֿונעם סינאַגאָגע־כאָר. נאָכן ספּעקטאַקל איז פּרעזענטירט געוואָרן דאָס בוך: "די ייִדן פֿון קובאַ", פֿון עוגעניאַ פֿאַרין לוי.
די ייִדישע אַרטיסטן פֿונעם ראַיאָן האָב אויסגעשטעלט זייערע מײַסטערווערק און אין דער לאָקאַלער סינאַגאָגע האָט מען געקאָנט בלעטערן דאָס בוך: "די געשיכטע פֿונעם קובאַנער ייִדישן ייִשובֿ" — אין מאַפּעס, רעדאַגירט פֿון עוגעניאַ פֿאַרין לוי. דעם 30סטן נאָוועמבער איז פֿאָרגעקומען דער צענטראַלער גאַלאַ־קולטור־אַקט מיט אַן אָפֿיציעלער אויפֿנאַמע, — לכּבֿוד דער קײַלעכדיקער דאַטע. די צענטראַלע פֿײַערונג איז פֿאָרגעקומען אינעם נאַציאָנאַלן מוזעום פֿון שיינער קונסט אין האַוואַנאַ, מיט רעפּרעזענטאַנטן פֿון די ייִדישע קהילות פֿון אינדזל, אָפֿיציעלע רעפּרעזענטאַנטן פֿון דער רעגירונג, אינטערנאַציאָנאַלע רעפּרעזענטאַנטן פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און אײַנגעלאַדענע פּערזענלעכקייטן. אויסער דעם, האָבן צוויי יוגנטלעכע — אַ ייִנגל און אַ מיידל — אָפּשטאַמיקע פֿון מיזרח־ראַיאָן, געפֿײַערט זייערע בר־ און בת־מיצווה, — אין רעליגיעזע צערעמאָניעס, אין "בית שלום" — די גרעסטע סינאַגאָגע פֿון האַוואַנאַ.