|
ד״ר האָזע מילער, דער פֿאָרזיצער פֿון דער ייִדישער קהילה אין קובאַ, בײַם אַרײַנגאַנגש פֿון דער שיל ״בית שלום״, אין האַוואַנאַ |
Getty Images |
די פֿײַערונגען זענען דורכגעפֿירט געוואָרן צווישן אָקטאָבער און דעצעמבער פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר 2006. אין אָקטאָבער הײַיאָר איז אין האַוואַנאַ געשפּילט געוואָרן דער טעאַטראַלער ספּעקטאַקל "דאָס טאָגבוך פֿון אַננאַ פֿראַנק", רעזשיסירט פֿון טאָני וואַז. אויך דעם 25סטן און 26סטן נאָוועמבער זענען געוויזן געוואָרן אינעם קינאָ־טעאַטער "טשאַפּלין" פֿילמען פֿון ייִדישער טעמאַטיק. דעם 27סטן נאָוועמבער איז אונטערן פּאַטראָנאַט פֿון דער העברעיִשער קהילה, פּרעזענטירט געוואָרן אַ ספּעציעלע אויפֿלאַגע פֿון דער צײַטשריפֿט "מנורה" — מיט אַ בײַלאַגע וועגן דער געשיכטע פֿונעם קובאַנער ייִדישן ייִשובֿ, רעדאַגירט פֿון מאַריטזאַ קאָרראַלעס.
אינעם זעלבן טאָג איז פֿאָרגעקומען אַ פּאַנעל פֿון ספּעציאַליסטן, וואָס האָבן דעבאַטירט וועגן דעם לעבנסוועג פֿונעם ייִדישן קובאַנער אינטעלעקטואַל מאַרקוס מאַטערין. דעם 27סטן נאָוועמבער בײַ נאַכט איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַ צוזאַמענטרעף אין דער פֿאָרעם פֿון אַ געזאָגטער געשיכטע, אונטערן נאָמען: "וואָס קען איך דערציילן וועגן מײַן לעבן?" עס זײַנען אויפֿגעטראָטן עלטערע מענטשן, וואָס האָבן דערציילט זייערע געשיכטעס און עפּיזאָדן, ווען זיי האָבן אימיגרירט פֿון פּוילן אין די 20ער און 30ער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט; די אַנדערע האָבן זיך דערמאָנט אַנעקדאָטן פֿון זייערע ערשטע יאָרן אין קובאַ, אינטערוויוען, געוויזן פֿאָטאָגראַפֿיעס, וכדומה.
פֿון 27סטן נאָוומעבער ביז דעם 31סטן דעצעמבער האָט מען געקאָנט באַזוכן אַ קונסט־אויסשטעלונג פֿון ייִדישע קובאַנער מאָלער און זען די קאָלאַזשן, אויסגעאַרבעט פֿון שילער פֿון דער ייִדישער שול. דעם ערשטן דעצעמבער איז אין האָטעל "ראַקעל", אין דער אַלטשאָט פֿון האַוואַנאַ, פּרעזענטירט געוואָרן דאָס בוך "לאַ טיערראַ עלעגידאַ" (די אויסגעקליבענע ערד) פֿון מאַריטזאַ קאָראַלעס.
אינעם צענטראַלן ראַיאָן פֿון קובאַ האָבן אין דעצעמבער אויפֿגעטראָטן דער טאַנץ־אַנסאַמבל "אמונה", באַגלייט פֿונעם כאָר, — אינטעגרירט פֿון די מיטגלידער פֿון דער ייִדישער קהילה. אין מיזרח־ראַיאָן האָט די סינאַגאָגע "התּקוה" פֿון סאַנטיאַגאָ דע קובאַ און די קהילות פֿון גראַממאַ און גואַנטאַנאַמאָ אָרגאַניזירט אַ פֿריילעכן ספּעקטאַקל, — פֿײַערנדיק דעם 100סטן יובליעום, מיט דער באַטייליקונג פֿון דער פֿאָלקלאָרישער גרופּע "עתידנו", און באַגלייט פֿונעם סינאַגאָגע־כאָר. נאָכן ספּעקטאַקל איז פּרעזענטירט געוואָרן דאָס בוך: "די ייִדן פֿון קובאַ", פֿון עוגעניאַ פֿאַרין לוי.
די ייִדישע אַרטיסטן פֿונעם ראַיאָן האָב אויסגעשטעלט זייערע מײַסטערווערק און אין דער לאָקאַלער סינאַגאָגע האָט מען געקאָנט בלעטערן דאָס בוך: "די געשיכטע פֿונעם קובאַנער ייִדישן ייִשובֿ" — אין מאַפּעס, רעדאַגירט פֿון עוגעניאַ פֿאַרין לוי. דעם 30סטן נאָוועמבער איז פֿאָרגעקומען דער צענטראַלער גאַלאַ־קולטור־אַקט מיט אַן אָפֿיציעלער אויפֿנאַמע, — לכּבֿוד דער קײַלעכדיקער דאַטע. די צענטראַלע פֿײַערונג איז פֿאָרגעקומען אינעם נאַציאָנאַלן מוזעום פֿון שיינער קונסט אין האַוואַנאַ, מיט רעפּרעזענטאַנטן פֿון די ייִדישע קהילות פֿון אינדזל, אָפֿיציעלע רעפּרעזענטאַנטן פֿון דער רעגירונג, אינטערנאַציאָנאַלע רעפּרעזענטאַנטן פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און אײַנגעלאַדענע פּערזענלעכקייטן. אויסער דעם, האָבן צוויי יוגנטלעכע — אַ ייִנגל און אַ מיידל — אָפּשטאַמיקע פֿון מיזרח־ראַיאָן, געפֿײַערט זייערע בר־ און בת־מיצווה, — אין רעליגיעזע צערעמאָניעס, אין "בית שלום" — די גרעסטע סינאַגאָגע פֿון האַוואַנאַ.