דער כּולל ״ציוני״ אין מאָנטעווידעאָ |
פֿיר ייִדישע קהילות זײַנען טעטיק אין מאָנטעווידעאָ: אַ) אַשכּנזישע — פֿון פּוילישע, ליטווישע, בעסאַראַבער, רומענישע און רוסישע ייִדן; ב) ספֿרדישע — ייִדן פֿון טערקײַ און אַראַבישע לענדער; ג) דײַטשישע קאָנגרעגאַציע — אַ קאָנסערוואַטיווע קהילה פֿון דײַטשישע און עסטרײַכישע ייִדן; ד) די אונגאַרישע קהילה — אַ קליינע גרופּע ייִדן אָפּשטאַמיקע פֿון אונגאַרן. די פּאָליטיש־צענטראַלע אינסטאַנץ פֿון ייִשובֿ איז דער "ייִדישער צענטראַל־קאָמיטעט", וואָס באַשטייט פֿון פֿאָרשטייער פֿון די פֿיר ייִדישע קהילות און פֿון דעלעגאַטן פֿון אַנדערע ייִדישע אינסטיטוציעס.
אונטער דעם נאָמען "די ייִדישע קהילה" זײַנען מיר באַקאַנט אין דער ייִדישער וועלט. דאָס מיינט מען די אַשכּנזישע קהילה; זי איז אין צאָל די גרעסטע און אַקטיווסטע. אַלע פֿיר קהילות זײַנען אָנערקענט פֿון דער רעגירונג און האָבן אַ יורידישן סטאַטוס. די סטרוקטור פֿון דער אַשכּנזישער קהילה איז געבויט אויף פֿרײַוויליקייט פֿון אירע מיטגלידער. אַלע דרײַ יאָר ווערן דורכגעפֿירט דעמאָקראַטיש־פּראָפּאָרציאָנעלע וואַלן, וווּ די מיטגלידער וויילן אויס די אָנפֿירנדיקע אינסטאַנצן — אַ פּלענום און אַן עקזעקוטיוו — וווּ עס זײַנען פֿאַרטראָטן די ציוניסטישע פּאַרטייען און דער "בונד".
דעם 18טן יולי 1916 האָבן 58 פּיאָנערן געגרינדעט אַ חבֿרה־קדישא, וואָס איז אין אַ קורצער צײַט שפּעטער פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ "קהילה". אָנהייבנדיק פֿון די 30ער יאָרן, ווען די אימיגראַציע פֿון ייִדן קיין אורוגווײַ האָט זיך סטאַביליזירט, האָט דאָס ייִדיש־געזעלשאַפֿטלעכע לעבן געברויזט און געבליט. די ייִדישע פֿאָלקס־מענטשן האָבן פֿון דער אַלטער היים מיטגעבראַכט מיט זיך דעם שעפֿערישן גײַסט פֿון בויען און איבערפֿלאַנצן אַהער אין דער נײַער היים, די אינסטיטוציעס און קולטור־ווערטן, וואָס האָבן גענערט דעם ייִדישן האָרעפּאַשניק און אים געגעבן אַ טיפֿערן זין אין זײַן לעבן. עס זײַנען אויפֿגעקומען רעליגיעזע אַנשטאַלטן: חדרים, בתּי־מדרשים; ייִדיש־וועלטלעכע צוגאָב־שולן, קולטור־אינסטיטוציעס, קאָאָפּעראַטיוון, דרײַ ייִדישע טאָג־צײַטונגען, דרײַ טעגלעכע ייִדישע ראַדיאָ־אוידיציעס, ציוניסטישע פּאַרטייען, "בונד" און קאָמוניסטן. אָט די אַלע געזעלשאַפֿטלעכע און קולטור־אַקטיוויטעטן זײַנען געפֿירט געוואָרן אויף מאַמע־לשון — ייִדיש. קולטור־אונטערנעמונגען פֿלעגן דורכגעפֿירט ווערן דורך דער קהילה און אַנדערע ייִדישע אינסטיטוציעס. טעאַטער־טרופּעס פֿון בוענאָס־אײַרעס און צפֿון־אַמעריקע האָבן אין מאָנטעווידעאָ געטראָפֿן אַ וואַרעמען ייִדישן פֿאָלקסטימלעכן עולם.
מיטן סאָציאַלן בײַט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, האָט זיך געענדערט דער געזעלשאַפֿטלעכער קולטור־כאַראַקטער פֿון ייִדישן ייִשובֿ. ייִדן זײַנען שוין הײַנט פֿאַרטראָטן אין דער גרעסערער אינדוסטריע, אין בויוועזן, אייגנטימער פֿון קאָנפֿעקציע־פֿאַבריקן. די ייִדישע יונגע מענטשן באַזיצן הויכע אוניווערסיטעט־בילדונג, זײַנען פּראָפֿעסיאָנאַלן: אינזשענירן, אַדוואָקאַטן, דאָקטוירים; זײַנען פֿאַרטראָטן אין פּאַרלאַמענט, און פֿאַרנעמען הויכע רעגירונגס־אַמטן.
דער ייִדישער ייִשובֿ איז באַדײַטנדיק קלענער געוואָרן. סיבות: דער ערשטער דור ווערט אײַנגעשרומפּן — דאָס איז דער נאַטירלעכער ביאָלאָגישער פּראָצעס פֿון לעבן; אורוגווײַ, פּונקט ווי לאַטײַן־אַמעריקע בכלל, לעבט איבער אַ גרויסן עקאָנאָמישן קריזיס. אַ סך ייִדן, ספּעציעל יונגע מענטשן, האָבן עולה געווען. אַ סך ייִדישע פֿאַבריקאַנטן און געשעפֿטן האָבן געקראַכט. דער ייִשובֿ, פּונקט ווי די אַלגעמיינע אורוגווײַער באַפֿעלקערונג, איז פֿאַראָרעמט געוואָרן. הונדערטער ייִדן זײַנען געקומען אין דער קהילה און געבעטן הילף. די קהילה האָט זיך מאָביליזירט און אָנגעהויבן אַ קאַמפּיין צו שאַפֿן פֿאָנדן סײַ דאָ, בײַ די פֿאַרמעגלעכע ייִדן, ווי אויך אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. דער קאַמפּיין האָט געהאַט דערפֿאָלג און די קהילה שטיצט פּערמאַנענט די פֿאַראָרעמטע ייִדישע משפּחות מיט אַלץ אין וואָס זיי נייטיקן זיך.
אין די ייִדישע אינסטיטוציעס און ספּעציעל, אין דער קהילה, האָט מיט אַ 15 יאָר צוריק זיך אָנגעהויבן אַן אומבײַט פֿון דורות. דער צווייטער און, טיילווײַז, דער דריטער דור נעמען איבער די אָנפֿירערשאַפֿט. דאָס איז פּאָזיטיוו; עס איז דאָ אַ המשך. הײַנט־צו־טאָג זײַנען טעטיק דרײַ ייִדישע חינוך־אַנשטאַלטן: 1) העברעיִש אורוגווײַער אינטעגראַלע שול; 2) יבֿנה; 3) אריאל־שול. ייִדיש־לשון ווערט נישט געלערנט אין קיין איינער פֿון אָט די שולן. אויך אין אַלע קהילה־אַקטיוויטעטן איז די אומגאַנג־שפּראַך שפּאַניש. איין ייִדיש אינדזעלע אין דער קהילה איז דער קולטור־קלוב "פֿרײַנד פֿון ייִדיש", וואָס פֿירט אַ פֿאַרצווײַגטע טעטיקייט אויף ייִדיש. דער כאָר און דראַמקרײַז בײַם ייִדיש־קלוב איז זייער פּאָפּולער. דער כאָר ווערט אײַנגעלאַדן צו ייִדישע און נישט־ייִדישע קולטור־אינסטיטוציעס צו זינגען ייִדישע פֿאָלקס־לידער און הײַנטצײַטיקע לידער פֿון ייִדישע דיכטער. דער דראַמקרײַז איז אין די לעצטע יאָרן אויפֿגעטראָטן מיט אַ פֿאַרשיידנאַרטיקן רעפּערטואַר פֿון שלום־עליכמס שאַפֿונגען און אינסצעניזאַציעס פֿון אַנדערע ייִדישע שרײַבער. אין די ראַמען פֿונעם 90סטן יוביליי האָט די קהילה אַרויסגעגעבן אַ בוך מיט פֿאָטאָגראַפֿיעס אונטערן נאָמען: "נײַנציק לעבנס", אין וועלכן 90 פֿון אירע מיטגלידער דערציילן זייערע לעבנס־געשיכטעס. "נײַנציק לעבנס" איז אַ באַערונג פֿאַר די אַלע, וואָס האַלטן אויף לעבעדיק די ייִדישע ווערטן דורך דער ייִדישער קהילה אין אורוגווײַ.
דוד צוקערמאַן, איינער פֿון די "נײַנציק", איז אין משך פֿון צענדליקער יאָרן דער פֿאָרשטייער פֿון "בונד" אינעם פּלענום און אין עקזעקוטיוו פֿון דער ייִדישער קהילה. די לעצטע פֿיר יאָר איז ער טעטיק ווי דער קאַסירער אינעם פּרעזידיום פֿונעם קהילה־עקזעקוטיוו. דער "בונד" שטיצט די פֿאַרשטאַרקונג פֿון אַלע קהילות וווּ עס לעבן ייִדן, צווישן זיי — אויך די גרויסע קהילה פֿון מדינת־ישׂראל. די אידעע ווערט גערופֿן "דאָיִקייט", אַ קאָנצעפּט וואָס באַדײַט: "מיר לעבן דאָ" — באַטאָנט צוקערמאַן. דער "בונד" האַלט, אַז די קהילה דאַרף פֿאַרענטפֿערן די פֿילצאָליקע באַדערפֿענישן פֿון אירע מיטגלידער, און אַפֿילו די ייִדן פֿון ייִשובֿ, וואָס זײַנען נישט אירע מיטגלידער. "אונדזער באַוועגונג האַלט, אַז די רעליגיעזע טעטיקייטן געהערן צו איינער פֿון די קהילה־אָפּטיילונגען, אָבער זיי זײַנען נישט דער צענטער פֿון דער קהילה. מיר זײַנען טראַדיציאָנעלע ייִדן, די קהילה דאַרף שטיצן און סטימולירן די יונגע מענטשן זיי זאָלן זיך באַקענען מיט די ייִדישע קולטור־אוצרות. די קהילה דאַרף קולטיווירן די ייִדיש־קוואַלן, די ייִדיש־ווערטן און אונדזערע טראַדיציאָנעלע וואָרצלען און זיי איבערגעבן צו די נײַע דורות".