קונסט

״מײַן מעקסיקאַנער שבֿעה״
״מײַן מעקסיקאַנער שבֿעה״
דער "ייִדישער מוזיי" און "די פֿילם־געזעלשאַפֿט בײַם לינקאָלן־צענטער" וועלן דורכפֿירן דעם 16טן ייִדישן פֿילם־פֿעסטיוואַל פֿונעם 10טן יאַנואַר ביזן 25סטן יאַנואַר. כּמעט אַלע פֿילמען וועט מען ווײַזן אינעם "וואָלטער־ריד"־קינאָ, 165 וועסט 65סטע גאַס אין מאַנהעטן. דאָס יאָר וועט דער פֿעסטיוואַל אַרײַננעמען צוויי וועלט־פּרעמיערעס, נײַן אַמעריקאַנער פּרעמיערעס און נײַן ניו־יאָרקער פּרעמיערעס. סך־הכּל וועט מען ווײַזן 31 פֿילמען און ווידעאָס, וועלכע שפּיגלען אָפּ דאָס ייִדישע קהילה־לעבן אין פֿאַרשיידענע לענדער ווי: קאַנאַדע, בעלגיע, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, ענגלאַנד, ישׂראל, מעקסיקע, האָלאַנד, פּוילן, רומעניע, רוסלאַנד, שוועדן, שווייץ און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. טייל פּרעמיערעס וועלן פֿאָרשטעלן די רעזשיסאָרן אַליין.

דער הומאָריסטישער מעקסיקאַנער פֿילם "מײַן מעקסיקאַנער שבֿעה", פֿונעם רעזשיסאָר אַלעכאַנדראָ שפּרינגאַל, איז צווישן די פֿילמען, וועלכע מע ווײַזט צום ערשטן מאָל אין ניו־יאָרק. אַזוי ווי די מעקסיקאַנער "זייף־אָפּערעס", וואָס מע קען שוין הײַנט זען אויף דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע, טרײַבן איבער די אַקטיאָרן מיט זייער שפּילן. די קלעזמער־מוזיק אינעם פֿילם פֿון די "קלעזמאַטיקס" שטעלט מיט זיך פֿאָר איינעם פֿון די בעסערע אַספּעקטן אין דעם גאַנץ נאַרישן פֿילם.

מע הערט אַפֿילו רעדן אַ ייִדיש וואָרט, אין "מײַן מעקסיקאַנער שבֿעה" — צוויי אַלטע חסידים־מלאכים קאָמענטירן די געשעענישן, וואָס קומען פֿאָר נאָכן טויט פֿונעם פּאַטריאַרך פֿון אַ ייִדישער משפּחה. בעת זײַן שבֿעה באַקענט מען זיך מיט קאָמישע טיפּן אין מיאוסע סיטואַציעס. צום באַדויערן, פֿאַרמאָגט דער פֿילם "מײַן מעקסיקאַנער שבֿעה" אַלטע סטערעאָטיפּן, און קליגער וועט מען נישט ווערן פֿון דעם. נאָר ווי אַן אַרײַנבליק אין דער הײַנטיקער מעקסיקאַנער ייִדישער געזעלשאַפֿט און אין איר צעמישונג פֿון ייִדישער און מעקסיקאַנער קולטור, האָט דער פֿילם עפּעס אונדז צו זאָגן.

עטלעכע דאָקומענטאַר־פֿילמען באַשרײַבן די הײַנטיקע געזעלשאַפֿט אין ישׂראל. עמוס גיטאַיס פֿילם "נײַעס פֿון דער היים, נײַעס פֿונעם הויז" איז אַ המשך פֿון זײַן פֿילם פֿון 1998 וועגן דער געשיכטע פֿון אַ הויז אין מערבֿ־ירושלים און זײַנע ישׂראלדיקע און פּאַלעסטינער אײַנוווינער. יואבֿ שמירס "פֿינף טעג" שילדערט די עקוואַקויִרונג פֿון די אַכט טויזנט ייִדן פֿון עזה. אין דוד נויס "משפּחה ענינים" זעט מען ווי סע לעבט אַן "אַלטערנאַטיווע" משפּחה אין ישׂראל — צוויי מענער, האָמאָסעקסואַליסטן, און אַ פֿרוי, וואָס האָט געהאַט אַ קינד און וווינט מיט זיי. וועגן די עטיאָפּיער ייִדן אין לאַנד, נײַע עולים, און וועגן דער פּראָבלעם פֿון די פֿרעמד־אַרבעטער, זענען געווידמעט עטלעכע פֿילמען.

נאָך אַ דאָקומענטאַר־פֿילם, אַ וועלט־פּרעמיערע, איז "סאָניע", פֿון דער רעזשיסאָרין לוסי קאָסטעלאַנעץ וועגן איר מומע סאָפֿיע (סאָניע) דימשיץ־טאָלסטאַיאַ, אַ רוסישע אַוואַנגאַרדישע מאָלערין אין פּעטערבורג. די שטאַרקע פּערזענלעכקייט האָט ווײַטער געשאַפֿן איר אייגנאַרטיקע קונסט אונטערן סאָוועטישן רעזשים.

מיט דער חורבן־טעמאַטיק גיבן זיך אָפּ זעקס פֿילמען. אפֿשר דער אינטערעסאַנטסטער פֿון זיי איז "נינאַס היים" פֿונעם רעזשיסאָר ריטשאַרד דעמבאָ, וועגן אַ קינדערהיים פֿאַר די קינדער, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן אין פֿראַנקרײַך.

אין גאַנצן אויף ייִדיש וועט מען קענען זען דרײַ פֿילמען. צוויי — שוין גוט באַקאַנטע, אָבער ווערן געוויזן אין אַ נײַער רעסטאַוורירטער פֿאָרעם. אין "אונדזערע קינדער", דעם לעצטן פֿילם אויף ייִדיש, פּראָדוצירט אין פּוילן, שפּילן די קאָמעדיאַנטן שמעון דזשיגאַן און ישׂראל שומאַכער. אָבער קיין קאָמעדיע איז אַוודאי נישט דער רירנדיקער פֿילם וועגן די ייִדישע קינדער, וואָס האָבן איבערגעלעבט די מלחמה אין פּוילן. אינעם פֿילם "דעם חזנס זונדל" וועט מען קענען הנאה האָבן פֿונעם באַליבטן זינגער און אַקטיאָר משה אושר.

דער איינציקער ייִדישער פֿילם, וואָס מע האָט נישט געזען אין ניו־יאָרק זינט די 1930ער יאָרן, איז "ליבע און לײַדנשאַפֿט". במשך פֿון צוויי וואָכן אין 1936 האָט מען אים פֿילמירט, און דער גאַנצער בודזשעט האָט באַטראָפֿן נאָר דרײַ טויזנט דאָלאַר. די הויפּט־אַקטריסע, אסתּר זאַלצמאַן, וועט רעדן בײַ דער פּרעמיערע.

אַ שאָד, וואָס "ליבע און לײַדנשאַפֿט" איז נישט קיין גוטער משל פֿון קונסט אויף ייִדיש, נאָר פֿאַרקערט, אַ מוסטער פֿונעם אַמאָליקן שונד־טעאַטער. דער סיפּור־המעשׂה איז אַזוי פֿאַרנעפּלט, אַז ס'איז פּשוט שווער נאָכצוגיין וואָס עס קומט פֿאָר. בקיצור — די מעשׂה איז געבויט ארום דער הויפּט־העלדין, וואָס גייט אין תּפֿיסה, ווײַל זי שיסט אַ מאַן, וואָס וויל זי אָפּשווינדלען. פֿאַר די היסטאָריקער פֿונעם ייִדישן קינאָ אין אַמעריקע איז כּדאַי צו זען דעם פֿילם, אָבער צו קונסט קומט עס טאַקע נישט.

קאַפּיטלעך פֿון אומבאַקאַנטער ייִדישער געשיכטע ווערן אויפֿגעדעקט אין אַ טייל פֿילמען, ווי "די גרויסע קאָמוניסטישע רויבערײַ" — אַ רומענישער פֿילם פֿון אַלעקסאַנדרו סאָלאָמאָן. אין 1959 האָט מען באַגנבֿעט די רומענישע נאַציאָנאַלע באַנק אויף אָנדערטהאָלבן מיליאָן דאָלאַר און זעקס געוועזענע באַאַמטע אין דער רומענישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי האָט מען אַרעסטירט — אַלע ייִדן. נאָך זייער אַרעסט צווינגט זיי די רעגירונג, זיי זאָלן אויסשפּילן די רויבערײַ אין אַ מלוכה־פֿילם, וואָס ווײַזט דאָס פֿאַרברעכן און ווי אַזוי מע האָט זיי געכאַפּט. צום סוף פֿונעם פֿילם ווערן זיי טאַקע אומגעבראַכט. מיט אַ פּאָר חדשים שפּעטער ווײַזט מען דעם מלוכה־פֿילם אויף טעלעוויזיע און עס ווערט אַ סענסאַציע.

צו לייענען די גאַנצע פּראָגראַם פֿונעם "ניו־יאָרקער ייִדישן פֿילם־פֿעסטיוואַל" מיט באַשרײַבונגען, קוקט אויפֿן וועבזײַטל: www.thejewishmuseum.org