פֿונעם ערשטן יאַנואַר פֿאַרנעמט דעם אויבנאָן אין דער "יו־ען" דער נײַער גענעראַל־סעקרעטאַר — פּאַן גי מון. מיר וועלן זיך נאָך דאַרפֿן צוגעוווינען אַרויסצורעדן ריכטיק זײַן נאָמען, אָבער צײַט פֿאַר דעם איז דאָ גענוג.
ווי ס׳איז באַוווּסט, איז פּאַן גי מון, אַ געניטער דיפּלאָמאַט, וואָס האָט ביז אַהער פֿאַרנומען די שטעלע פֿונעם שטעל־פֿאַרטרעטער בײַם אויסערן־מיניסטער פֿון דרום־קאָרעע. ער איז 62 יאָר אַלט און איז געוואָרן דער אַכטער גענעראַל־סעקרעטאַר זינט די "יו־ען" עקזיסטירט.
ווי ער האָט דערקלערט אין זײַן רעדע בײַם ווערן אײַנגעשוווירן, דעם 14טן דעצעמבער 2006, וועט די הויפּט־אויפֿגאַבע זײַנע זײַן מיטצוּווירקן עס זאָל געשאַפֿן ווערן "אַ מער פֿרידלעכע, מער בליִענדיקע און מער יושרדיקע געזעלשאַפֿט פֿאַר די קומענדיקע דורות". הלוואַי, ווײַל יעדער נײַער פֿירער זאָגט צו בערך דאָס זעלבע — אַז דווקא די קומענדיקע דורות וועלן לעבן בעסער.
ער האָט אויך צוגעזאָגט ממשיך זײַן צו רעפֿאָרמירן די אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציע, וואָס ס׳האָט אָנגעהויבן זײַן פֿאָרגייער, קאָפֿי אַנאַן. פּאַן גי מון האַלט אויך ווי זײַן פֿאָרגייער, אַז צווישן זײַנע ערשטע אויפֿגאַבעס וועט זײַן די לייזונג פֿון דער "פּאַלעסטינער־פֿראַגע". ער האָט עס באַשטעטיקט אין זײַן אינטערוויו, געגעבן דער דרום־קאָרעער צײַטונג "Hankyoreh". צווישן אַנדערס, האָט פּאַן גי מון באַטאָנט: "אויב די סיטואַציע אַרום דעם קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און פּאַלעסטינע וועט זיך אַנטוויקלען פּאָזיטיוו, וועלן גיך געלייזט ווערן אויך אַנדערע פּראָבלעמען אינעם מיטעלן מיזרח, בתוכם אין לבֿנון, איראַן, איראַק און סיריע."
דער נײַער ישׂראל־מיניסטער פֿון "סטראַטעגישער פּלאַנירונג", אַבֿיגדור ליבערמאַן, איז קאַטעגאָריש דערמיט נישט מסכּים; דינסטיק האָט ער געשיקט אַ בריוו צום פֿריש־אָפּגגעבאַקענעם גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער "יו־ען", וווּ ער שרײַבט: "איך האָב נאָך קיין מאָל נישט געהערט, אַז דער פּרעזידענט פֿון איראַן, מאַכמוד אַכמאַדינעשדזשאַד, זאָל רופֿן ישׂראל צו טעריטאָריעלע פּשרות. ער פֿאָדערט אַ טאָטאַלע פֿאַרניכטונג פֿונעם ייִדישן לאַנד. איך האָב קיין מאָל נישט געהערט, אַז מאַכמוד אַכמאַדינעדזשאַד זאָל געווען רופֿן צו פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע; אָבער איך האָב שוין נישט איין מאָל געהערט ווי ער רופֿט אָפּצוּווישן ישׂראל פֿון דער וועלט־מאַפּע. אין דער וויזיע פֿון אַכמאַדינעדזשאַד וועגן דער צוקונפֿט פֿון מיטעלן מיזרח עקזיסטירט נישט קיין ייִדישע מדינה און קיין ייִדן בכלל".
ליבערמאַן האָט גערופֿן פּאַן גי מון צו באַזײַטיקן איראַן פֿון דער "יו־ען" און אַרויסווײַזן אַ דרוק אויף דעם זיכערהייט־ראַט, אָנצונעמען די שטרענגסטע סאַנקציעס, וואָס זײַנען ווען נישט איז אָנגענומען געוואָרן, כּדי איראַן זאָל אָפּשטעלן איר נוקלעאַרע פּראָגראַם, וואָס וועט, סוף־כּל־סוף, ברענגען צום שאַפֿן אַן אָטאָם־געווער.
בײַ קאָפֿי אַנאַן זײַנע די אויערן צו אַזעלכע פֿאָדערונגען געווען פֿאַרשטאָפּט. צי האָט ער זײַנע אויערן־פֿאַרשטעקלעך איבערגעגעבן בירושה דעם נײַעם גענעראַל־סעקרעטאַר, וועט ווערן גאָר אין גיכן קלאָר.
אייניקע סך־הכּלען צום פֿאַרגאַנגענעם יאָר
ווי ווײַט זײַנען צופֿרידן (אָדער נישט צופֿרידן) די ישׂראלים מיט זייער פּרעמיער־מיניסטער נאָך אַ יאָר פֿון זײַן פֿאַרנעמען דעם העכסט אַמט אין דער רעגירונג? 77 פּראָצענט האָבן אָנגעוויזן, אַז זיי זײַנען נישט צופֿרידן מיט דעם ווי אהוד אָלמערט פֿירט דאָס מלוכה־געשעפֿט. כּמעט אַ העלפֿט פֿון די אויסגעפֿרעגטע האַלטן, אַז אויב עמיר פּרץ וועט פֿאַרלאָזן די שטעלע פֿון שוץ־מיניסטער, וועט די עפֿעקטיפֿקייט פֿון דער רעגירונג שטײַגן.
ווי עס דערקלערן די סאָציאָלאָגן האָבן 47 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע געענטפֿערט, אַז אָלמערט פֿירט אויס זײַנע פֿליכטן "זייער שלעכט"; 30 פּראָצענט האָבן זײַן אַרבעט אָפּגעשאַצט ווי "מיטלמעסיק" און "שלעכט". 22 פּראָצענט האַלטן פֿונדעסטוועגן, אַז אָלמערט רעגירט מיטן לאַנד "גוט", און בלויז 1 פּראָצענט — "זייער גוט".