״אַרכיוו פֿון דער ייִדישער געשיכטע״, דריטער באַנדעדווין מאַרקהאַם (אין מיטן), בעת אַן אונטערנעמונג אין ניו־יאָרק, 1934 |
די מאַטעריאַלן פֿון דער הײַיאָריקער קאָנפֿערענץ וועלן דערשײַנען אין אַ באַזונדערן בוך אין אַ יאָר אַרום, אָבער בעת־מעשׂה האָבן די לייענער באַקומען די זאַמלונג פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר. דער באַנד "רוסיש־ייִדישע קולטור" איז כּולל צוויי און צוואַנציק רעפֿעראַטן, וועלכע באַהאַנדלען רוסיש־ייִדישע ליטעראַטן, קינסטלער, דענקער און געזעלשאַפֿטלעכע טוער׃ שמעון פֿרוג און איליאַ ערענבורג, אליעזר ליסיצקי און אַלעקסיי גראַנאָווסקי, שמעון דובנאָוו און ש. אַנ־סקי, אַנדריי סאָבאָל און וואַסילי גראָסמאַן. דער באַגריף "רוסיש־ייִדישע קוטלור" ווערט דערבײַ אויסגעטײַטשט אין אַ גאַנץ ברייטן זין: דער באַנד נעמט אַרײַן אַרטיקלען וועגן מחברים, וועלכע האָבן געשריגן אויף ייִדיש (שמואל גאָרדאָן, דוד בערגעלסאָן, דער ניסתּר, מאיר ווינער), פּויליש (ברונאָ יאַסענסקי, אַלכּסנדר וואַט, יוליאַן טובֿים), און דײַטש (שלמה מײַמאָן). אייניקע רעפֿעראַטן באַהאַנדלען קעגנזײַטיקע השפּעות און פּאַראַלעלן צווישן דער רוסישער קולטור און פֿאַרשידענע צווײַגן פֿון דער ייִדישער קולטור. למשל, קאָנסטאַנטין בורמיסטראָוו, אַ מאָסקווער פֿאָרשער פֿון מיסטיציזם און קבלה, האָט אַנטדעקט אינטערעסאַנטע פֿאַרבינדונגען צווישן די געדאַנקען פֿונעם רוסישן פֿילאָסאָף וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו און די קבליסטישע טעאָריעס פֿון דעם רבֿ שמואל אַלעקסאַנדראָוו פֿון באָברויסק.
דורך דער פֿאָרשונג פֿון די ווערק פֿון איינצלנע יחידים אָדער דורך אַ פֿאַרגלײַכיקן אַנאַליז פֿון פֿאַרשידענע קולטורעלע דערשײַנונגען, פּרובירן די פֿאָרשער אויסצוקלאָרן די פֿראַגע׃ "אין וואָס באַשטייט דער מהות פֿון דער רוסיש־ייִדישער קולטור? וואָס מאַכט אַ טעקסט אָדער אַ בילד, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אינעם רוסישן קולטורעלן קאָנטעקסט, ייִדיש?" דאָס פֿירט צו אַן אַנדערער פֿראַגע: וואָס איז וויכטיקער אין די ווערק פֿון אַ ייִדישן שרײַבער אָדער קינסטלער, וועלכער שאַפֿט אין אַ פֿרעמדער קולטור׃ זײַן געטרײַשאַפֿט צו דער ייִדישער טעמאַטיק אָדער די קינסטלערישע קוואַליטעט פֿון זײַנע ווערק? אין זײַן אַרטיקל וועגן שמעון פֿרוג, מיט וועלכן עס עפֿנט זיך דאָס בוך, באַמערקט פּראָפֿעסאָר ברײַען האָראָוויץ פֿון אוניווערסיטעט טוליין (ניו־אָרלעאַן), אַז פֿרוגס דיכטונג איז געווען פּאָפּולער צווישן דעם רוסיש־ייִדישן עולם פֿון זײַן צײַט ניט צוליב איר פּאָעטישער שיינקייט אָדער אָריגינעלקייט (אַלע קריטיקער זײַנען געווען איינשטימיק, אַז פּאָעטיש איז פֿרוג שוואַך און ניט אָריגינעל), נאָר צוליב דעם דיכטערס אויסגעשפּראָכענער סאָלידאַריטעט מיט ייִדישע ליידן אין דער תּקופֿה פֿון דער פּאָליטישער רעאַקציע. פֿרוגס שאַפֿונג איז געווען אַ גײַסטלעכע היילונג פֿאַר ייִדישע וווּנדן, אָבער איר עסטעטישע ווערט איז געווען שוואַך. אַזאַ אויסטײַטשונג העלפֿט צו פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס פֿרוגס דיכטונג איז פֿאַרגעסן געוואָרן באַלד נאָך זײַן טויט.
״רוסיש־ייִדישע קולטור״ |
די צווייטע נײַע אויסגאַבע פֿונעם מאָסקווער פֿאָרשונג־צענטער פֿון רוסישן און מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום פּובליקירט נײַע אַרכיוואַלע מאַטעריאַלן פֿון רוסיש־ייִדישער געשיכטע. דאָ באַווײַזן זיך אין דרוק, צום ערשטן מאָל, די רוסישע פֿראַגמענטן פֿון ש. אַנ־סקיס באַרימטן בוך "חורבן גאַליציע", וועלכע האָבן זיך אָפּגעהיט אינעם אַרכיוו פֿון דער אַקאַדעמישער ביבליאָטעק אין קיעוו (פּובליקאַציע פֿון אירינאַ סעראָוואַ, קיִעוו), ווי אויך די זיכרונות וועגן אַנ־סקין פֿון דעם רוסישן רעוואָלוציאָנער וויקטאָר טשערנאָוו, וועלכע געפֿינען זיך אינעם אַרכיוו פֿון הוּווער־אינסטיטוט אין סטענפֿאָרד (פּובליקאַציע פֿון אַלעקסאַנדר נאָוויקאָוו, מאָסקווע). דער מאָסקווער היסטאָריקער יצחק ראָזענטאַל האָט פֿאַרעפֿנטעלכט די פּראָטאָקאָלן פֿון די וויכּוחים, וועלכע מען האָט געפֿירט אויף דעם פֿינפֿטן צוזאַמענפֿאָר פֿון "בונד" אין ציריך אין 1903 אַרום דער פּראָבלעם פֿון דער נאַציאָנאַל־קולטורעלער אויטאָנאָמיע. דער דאָזיקער ענין האָט געשפּילט די צענטראַלע ראָלע אין די אידעאָלאָגישע חילוקי־דעות צווישן דעם "בונד" און דער רוסישער סאָציאַל־דעמאָקראַטישער פּאַרטיי, און האָט גורם געווען אַ שפּאַלטונג אין דער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג, וועלכע האָט דערמעגלעכט די באָלשעוויקעס צו פֿאַרכאַפּן די פֿירנדיקע פּאָזיציעס אין דער סאָציאַל־דעמאָקראַטישער פּאַרטיי.
די נײַע זאַמלונגען שפּיגלען אָפּ די הערשנדיקע טענדענץ אין דער רוסיש־ייִדישער פֿאָרשונג. דערווײַל לייגט מען דעם טראַף אויף איינצלנע עפּיזאָדן, וועלכע ווערן צומאָל באַהאַנדלט איזאָלירט פֿון דעם אַלגעמיינעם גאַנג פֿון דער ייִדישער געשיכטע. אַזאַ מין צוגאַנג איז בטבֿע כאַראַקטעריסטיש פֿאַר די היסטאָריקער פֿון דער אַלטער שול, וועלכע זײַנען אויסגעהאָדעוועט געוואָרן בעת דער סאָוועטישער תּקופֿה. מען דאַרף מן־הסתּם וואַרטן ביז עס וועט אונטערוואַקסן אַ נײַער דור פֿאָרשער, באַהאַוונט סײַ אין דער רוסישער, סײַ אין דער ייִדישער געשיכטע; זיי וועלן שוין זײַן בכּוח צונויפֿברענגן ביידע טיילן אין איין גאַנצקייט.