|
מיכאַיִל זאַמעטקין |
|
אַז מע רעדט וועגן ייִדישע אַקטיוויסטן בכלל און וועגן די מחברים פֿון "פֿאָרווערטס" בפֿרט, קען מען ניט אויסמײַדן די טעמע פֿון אוטאָפּיעס. מיכאַיִל זאַמעטקין (1859 אָדער 1860—1935), איינער פֿון די גרינדער פֿון דער צײַטונג (אין 1900 און 1901 איז ער געווען איר מיטרעדאַקטאָר), האָט געהערט צו די סאָציאַליסטישע בעלי-חלומות פֿון דער זעלבער גרופּע פּאָליטיזירטע רוסיש-ייִדישע אימיגראַנטן, פֿון וועלכער ס׳איז אַרויס אויך אַב. קאַהאַן. צו דער צײַט, ווען זאַמעטקין איז אָנגעקומען קיין אַמעריקע, אין 1882, האָט ער שוין געהאַט אַ דערפֿאַרונג פֿון סאָציאַליסטישער טעטיקייט אין זײַן היימשטאָט אָדעס.
"מענטשן פֿון 'טשערנישעווסקיס חדר’" — אַזוי האָט סטיווען קעסעדי, דער אַמעריקאַנער פֿאָרשער, קאַטעגאָריזירט דעם קרײַז פֿון רוסיש-ייִדישע פּיאָנערן פֿון סאָציאַליזם אין אַמעריקע. אַזאַ דעפֿיניציע איז באַזונדערס פּאַסיק פֿאַר זאַמעטקינען, ווײַל ער האָט איבערגעזעצט אויף ייִדיש ניקאָלײַ טשערנישעווסקיס באַרימטן ראָמאַן "וואָס טוט מען?" (די איבערזעצונג איז אַרויס אין ניו-יאָרק אין 1917). פֿאַר אַזעלכע מענטשן ווי זאַמעטקין איז ייִדיש געווען וויכטיק אויף וויפֿל די שפּראַך איז געווען ניצלעך אין דער אַלגעמיינער סאָציאַליסטישער פּראָפּאַגאַנדע. כאַראַקטעריסטיש, אַז ער איז געווען איינער פֿון די מענטשן, וואָס האָבן גערעדט מיט קאַהאַנען רוסיש, ניט ייִדיש.
מיט זאַמעטקינס וויזיע פֿון דעם ציל, צו וועלכן עס האָט געדאַרפֿט שטרעבן אַ סאָציאַליסט, קען מען זיך באַקענען, למשל, פֿון זײַן אַרטיקל "אין דער צוקונקפֿטיקער געזעלשאַפֿט", וואָס איז אַרויס אין נומ׳ 50 (דעם 10טן אויגוסט 1906) פֿונעם זשורנאַל "דער צײַט-גײַסט" — אַ סאַטעליט-אויסגאַבע פֿונעם "פֿאָרווערטס". דער אַרטיקל פֿאַרגלײַכט, דווקא מיט הומאָר, די אוטאָפּישע אידעען פֿון אַ סך אַנאַרכיסטן און סאָציאַליסטן:
"בײַ זיי, די אַנאַרכיסטן, וועט זיך אין דער צוקונפֿט יעדער זײַן משוגע אויף זײַן אייגענעם סטיל, און בײַ אונדז, די סאָציאַל-דעמאָקראַטן, וועט מען מוזן שיקן אַ דעפּעשע אין דער צענטראַל-רעגירונג, אַז זי זאָל אונדז ענטפֿערן צי מע זאָל קאָכן לאָקשן אָדער פֿאַרפֿל. בײַ די אַנאַרכיסטן וועט זײַן אַזוי: אויב אַ הונדערט מענטשן וועלן וועלן שלאָפֿן און איינער וועט וועלן טאַנצן, וועלן די הונדערט זײַן געצוווּנגען אים ניט צו שטערן זײַן פּערזענלעכע פֿרײַהייט. בײַ אונדז [איז] אַזוי: אַז הונדערט וועלן וועלן עסן און איינער וועט וועלן פֿאַסטן, וועט מען אים דאָס עסן מיט געוואַלט אַרײַנשלינגען אין גאָרגל."
לויט זאַמעטקינען, איז זײַן דור געווען נאָך ניט גרייט צו לעבן אין אַ וועלכער עס זאָל ניט זײַן אידעאַלער געזעלשאַפֿט, ווײַל "מיר זײַנען נאָך צו שלעכט און צו דום דאַפֿור. מיר זײַנען נאָך ניט מאָראַליש און אינטעלעקטועל גענוג אַנטוויקלט דאַצו. מיר זײַנען נאָך צו אַ נידעריקער טיפּ פֿון דער מענטשהייט. [...] פּונקט ווי אַ קריסטוס און אַ דאַרווין שטייען העכער אַלס מענטשלעכער טיפּ פֿון אַ דזשעק-דער-ריפּער, פּונקט אַזוי פֿיל העכער פֿאַר אונדז וועט דאַרפֿן זײַן דער מענטש, וועלכער וועט זיך פּאַסן צו דעם געזעלשאַפֿטלעכן אידעאַל..." ס׳איז, פֿאַרשטייט זיך, גאָר ניט צופֿעליק, אַז דער מחבר דערמאָנט קריסטוסן און, בכלל, מײַדט ער אויס ייִדישע "נאַציאָנאַליסטישע" אימאַזשן.
זאַמעטקין האָט ניט געגעבן קיין פּראָגנאָזן, וויפֿל צײַט ס׳וועט געדויערן די אויסבעסערונג פֿונעם מענטשלעכן מין. די איינציקע זאַך, וועלכע ער איז געווען גרייט צו זאָגן אין דעם שײַכות, האָט געהאַט צו טאָן מיטן געדאַנק, אַז דעם וועג צו דעם ליכטיקן עתיד האָט מען געדאַרפֿט אָנהייבן דורכלייגן מיט שאַפֿן "אַזאַ געזעלשאַפֿטלעכע אָרדענונג, אין וועלכער מיר, אונדזערע מענטשן, אַזוינע צוויי-פֿיסיקע חיות פֿון אונדזער טיפּ, וועלן זײַן די הויפּט-טוער. אַלץ וואָס מיר וועלן קענען טאָן, וועט זײַן צו פֿאַרניכטן דעם הויפּט-שׂונא פֿון מענטשלעכן גליק און פֿון מענטשלעכער פֿרײַהייט — און דאָס איז די אָרעמקייט און, מיט איר, דאָס אומוויסן. [...] ערשט דאַן וועלן מוזן אַוועק גענעראַציעס נאָך גענעראַציעס, ביז וואַנען דער בעסטיאַלער גיפֿט פֿון שׂינאה, קנאה און אָבערגלויבן ... וועט פֿון אונדז אין גאַנצן אַרויסגעוואַשן ווערן. אין קורצן, גענעראַציעס גאַנצע וועלן מוזן לעבן אין עקאָנאָמישער זיכערקייט, ביז די מענטשהייט וועט ענדלעך זײַן דערוואַקסן גענוג, אַז איינער זאָל האַלטן דעם אַנדערן אַזוי טײַער ווי זיך אַליין, אַז דער עגאָיִזם פֿון איינעם זאָל הייסן דאָס גליק פֿון אַנדערן."
ווי אַ פּועל-יוצא פֿון דעם, וואָס דער מענטש איז דערווײַל ניט גרייט צו לעבן אין אַ סאָציאַליסטיש-יושרדיקער געזעלשאַפֿט, וועט מען די סאָציאַלע רעוואָלוציע מוזן מאַכן "מיט ביקסן אין די הענט", כּדי צו צווינגען די קעגנער "זיך אונטערוואַרפֿן אונדזער ווילן". און שוין נאָך דער רעוואָלוציע וועט מען מוזן קעמפֿן, "מיט ביקסן און האַרמאַטן", "קעגן די שיכּורים, גראָבע-יונגען און פֿויליאַקעס — די גאַנצע גרויסע מחנה אָרימע און רײַכע טרעמפּס, אָרימע און רײַכע פּאַראַזיטן, פּעדלער, ביזנעסלײַט אאַ״וו." און נאָך איין אינטערעסאַנטער געדאַנק, דהײַנו: אַז אַ פּאָר דורות שפּעטער וועט מען זיך, אַ פּנים, מוזן אַרײַנמישן אין אַזעלכע ענינים ווי "די ליבע און אײַפֿערזוכט", טאָמער "זיי וועלן זײַן שטאַרקער פֿון דעם ערן-געפֿיל פֿון די פֿאַראינטערעסירטע פּערזאָנען".
נאָך עטלעכע דורות וועלן קומען און אַוועקגיין ביז די מענטשהייט וועט זײַן גרייט פֿון אַלע תּפֿיסות מאַכן שפּיטאָלן און פֿון אַלע קלויסטערס אוניווערסיטעטן. "דאַן וועט שוין זײַן ניט שלעכט אויף דער וועלט."
אַ סבֿרא, אַז בײַ דעם האַלט מען נאָך ניט אַפֿילו איצט, אין אַ יאָרהונדערט אַרום.