װעלט פֿון ייִדיש

איטשע גאָלדבערג, 2004
איטשע גאָלדבערג, 2004
יעדער כּלל־טוער אין דער ייִדישער קולטור דאַרף האָבן ברייטע פּלייצעס צו טראָגן דאָס אַחריות וואָס איז אויף אים אַרויפֿגעלייגט געוואָרן — אָבער איטשע גאָלדבערגס פּלייצעס זענען געווען די ברייטסטע. טאָג און נאַכט, יאָר-אײַן, יאָר-אויס, האָט ער געהאָרעוועט, כּדי די ייִדישע קולטור זאָל ווײַטער אָנגיין, זי זאָל נישט אָפּגעשוואַכט ווערן אויף קיין איין האָר, ווי ווײַט ס׳איז פֿאַר אים נאָר מעגלעך געווען. ייִדישיסטן פֿון אַלע באַוועגונגען, פּערספּעקטיוון און אינסטיטוציעס האָבן באַוווּנדערט זײַן איבערגעגעבנקייט און געטרײַשאַפֿט צו דעם ענין. לאַנג נאָך דעם ווי אַ סך האָבן זיך אונטערגעגעבן און אַוועק אויף אַנדערע דרכים האָט איטשע גאָלדבערג זיך געהאַלטן שטאָל און אײַזן בײַם קאַמף פֿאַר ייִדיש און מענשטלעכקייט. אין דער טראַדיציע פֿון י. ל. פּרץ און חיים זשיטלאָווסקי, זײַנע העלדן, האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז אין ייִדיש ליגט אַן אוצר פֿון וויסן, חכמה און הומאַניזם; נישט נאָר די ייִדן, נאָר די גאַנצע וועלט דאַרף געניסן פֿון דעם.

סײַ ליטעראַריש, סײַ געזעלשאַפֿטלעך איז איטשע גאָלדבערג געווען איינער פֿון די אָנפֿירנדיקע כּוחות אין אונדזער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור־סבֿיבֿה במשך פֿון עטלעכע דורות. ווי אַ לערער, אַ פּעדאַגאָג, אַ שרײַבער, ליטעראַטור־קריטיקער און רעדאַקטאָר האָט ער פֿאַרדינט אַ פּאָזיציע בײַם אויבן אָן פֿון אונדזער קולטור־וועלט. טויזנטער תּלמידים זײַנע זענען פֿון אים אינספּירירט געוואָרן און האָבן אײַנגעזאַפּט די אוניוואַרסאַלע ווערטן אין ייִדישקייט, וואָס ער האָט אַנטפּלעקט אין אונדזער ליטעראַטור.

אויף ייִדישע קולטור־זיצונגען, אין וועלכע מיר האָבן ביידע זיך באַטייליקט, האָט מען נאָר געקענט זיך חידושן מיט וואָס פֿאַר אַ קלאָרקייט, חריפֿות און טיפֿקייט ער נעמט אַלץ אַרײַן — און גיט צוריק; מיט וואָס פֿאַר אַן אָפּטימיזם און האָפֿערדיקייט ער באַטראַכט דעם מאָרגן פֿון דער ייִדישער גאַס. ער האָט קיין מאָל נישט אַראָפּגעלאָזט די הענט, קיין מאָל נישט געוואָרן פֿאַרביטערט, נאָר געטראַכט פּראַקטיש: וואָס קען מען טאָן צו פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ, ווי אַזוי זאָל מען אָנגיין ווײַטער. מיר, אויף די זיצונגען, וואָס זענען געווען אַן ערך אַ האַלב יאָרהונדערט ייִנגער פֿון איטשען, האָבן געקוקט איינער אויפֿן אַנדערן און געטראַכט — ווי קומט צו אים מער ענערגיע און כּוח ווי ס׳איז דאָ בײַ אונדז? כאָטש זײַן פּאָליטישער וועג אין אַמעריקע האָט אים פֿאַרשאַפֿט צרות, איז ער געבליבן מיט אַ וויזיע, אַן אידעאַל.

און זײַן וויזיע האָט דערפֿירט צו וויכטיקע מעשׂים: די פֿאַרשפּרייטע שול־נעץ פֿון די "אָרדן־שולן", אין וועלכע טויזנטער תּלמידים האָבן זיך געלערנט; די פּעדאַגאָגישע און קינדער־זשורנאַלן — "פּראָלעטאַרישע דערציִונג", "היים און דערציִונג", "יונגוואַרג"; לערן־ביכער, וואָס ער האָט אָנגעשריבן; די "זשיטלאָווסקי־פֿונדאַציע"; פֿערציק יאָר ווי דער רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל "די ייִדישע קולטור"; זײַנע קריטישע ווערק וועגן דער דראַמאַטורגיע, און צוויי בענד "עסייען", וואָס באַווײַזן ווי אַרומנעמיק און טיף ס׳איז געווען זײַן פֿאַרשטאַנד פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.

איצט אַז איטשע גאָלדבערג איז אַוועק, איז אַוודאי אַוועק מיט אים אַ קאַפּיטל ייִדישע געשיכטע. מיר וועלן זיכער שוין נישט קענען קיין מענטש, ווי איטשע, וואָס איז בײַגעווען אויף פּרצעס לוויה, וואָס האָט זיך געטראָפֿן, ווי אַ תּלמיד, מיט לודוויג זאַמענהאָף, וואָס איז בײַגעווען און געהאָלפֿן גרינדן די ייִדישע קולטור אין אַמעריקע.

מיר וועלן תּמיד געדענקען זײַן איידלקייט, גרייטקייט צו העלפֿן אַנדערע, ווי אויך זײַן ענציקלאָפּעדיש וויסן. זאָל זײַן גוטער נאָמען זײַן אַ טרייסט פֿאַר דער משפּחה און אונדז אַלעמען.