חורבן
פֿון ד״ר שלמה גאָלדמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

הײַיאָר האָט אַן אַמעריקאַנער משפּחה אין קאַליפֿאָרניע אָפּגעמערקט קרישטאָלנאַכט מיט אַ ספּעציעלער צערעמאָניע: אַ ספֿר־תּורה, וואָס זייער קרובֿ, דוד האַמבורגער, האָט געהאַט געראַטעוועט פֿון פֿויערשטענאַו, דײַטשלאַנד, עטלעכע טעג נאָך קרישטאָלנאַכט, איז מיט אַ חודש צוריק איבערגעגעבן געוואָרן צו "אַלמאַ־וויאַ" — אַ וווין־אָרט פֿאַר עלטערע לײַט, דורך האַבורגערס אור־אור־אייניקל, שאַרלאָט סמיט. אויפֿן בילד: שאַרלאָט און ראַבינער דזשערי לוי, דער גײַסטיקער פֿירער פֿון "אַלמאַ־וויאַ", בעת דער הכנסת־ספֿר־תּורה אין סאַן־ראַפֿאַעל, קאַליפֿאָרניע.
פֿינף און זיבעציק יאָר זײַנען פֿאַרלאָפֿן זינט דער היטלער־רעזשים האָט אָרגאַניזירט אַ טעראָר־אַטאַק אויף זײַנע ייִדישע בירגער, וואָס האָט ניט קיין גלײַכנס אין דער מענטשלעכער געשיכטע. שולן און ספֿרי־תּורות געשענדט און פֿאַרברענט און זײַנע ייִדישע בירגער אַטאַקירט און אויסגעשטעלט צו שאַנד און שפּאָט.
ווען מיר באַטראַכטן איצט מיט וואָס דאָס האָט זיך געענדיקט קאָנען מיר באַשטימען אַז "די קרישטאָל־נאַכט איז געווען דער אָנהייב פֿון דעם סוף".
"געדענקען — זכירה" איז אַ הייליקע אויפֿגאַבע און מיר ייִדן זײַנען, מער ווי אַלע אַנדערע פֿעלקער מקיים די מיצווה. געדענקען מיינט אויך עפּעס צו לערנען, קומען צו געוויסע מסקנות און באַשטימען אַ ריכטונג פֿאַר דער צוקונפֿט. אין רעטראָספּעקט, ווען מיר באַטראַכטן די לאַגע פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום, מוזן מיר מיט ווייטיק מודה זײַן, אַז קיין אויסוועג איז נישט געווען בנימצא. אייניקע געדאַנקען וועגן דעם מצבֿ וויל איך דאָ באַטאָנען:
א) די ייִדן אין צענטראַל־ און מיזרח־אייראָפּע זײַנען געווען אין אַ פּאַסטקע, פֿאַרמאַכט און פֿאַרשלאָסן. דאָס "ווײַסע פּאַפּיר" האָט כּמעט פֿאַרשלאָסן די טויערן פֿון ארץ־ישׂראל, און די טויערן פֿון אַמעריקע זײַנען ענלעך ניט געווען אָפֿן פֿאַר ייִדישע אימיגראַנטן.
ב) דער אַנטיסעמיטיזם אין אַלע אייראָפּעיִשע לענדער האָט אָנגענומען ווילדע פֿאָרמען, צום טייל אונטער דעם אײַנפֿלוס פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד און דער פֿאַשיסטישער איטאַליע.
ג) דער אומדערוואַרטער ניצחון פֿון די נאַצי־אַרמייען און די אָקופּאַציע פֿון פֿראַנקרײַך, בעלגיע, האָלאַנד און נאָרוועגיע און שפּעטער כּמעט דעם גאַנצן אייראָפּעיִשן קאָנטינענט האָבן פֿאַרשלאָסן אַלע וועגן. דער גורל פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום איז געוואָרן געחתמעט.
ד) די ראָלע פֿון אַמעריקע און אַמעריקאַנער ייִדן האָט נאָך געדאַרפֿט וואַרטן עטלעכע יאָר ביז זיי זײַנען געוואָרן פֿאַקטאָרן אין דער מלחמה און דער הצלה. צו שפּעט און צו ווייניק.
ה) צוויי אויסערגעוויינטלעכע געשיכטלעכע געשעענישן זײַנען דערשינען ווי די הויפּט־עלעמענטן אין פֿאָרמירן דעם נײַעם ייִדישן זעלבסט־באַוווּסטזײַן נאָך דער מלחמה. זיי זײַנען: די שואה און די תּקומת־מדינת־ישׂראל. זײַנען מיר געוואָרן דער סוביעקט פֿון געשיכטע אַנשטאָט איר אָביעקט (גלות).
וואָס דאַרפֿן מיר לערנען פֿון דעם גרעסטן בראָך און דעם גרעסטן נס, וואָס מיר, קינדער פֿון איין דור, האָבן איבערגעלעבט און דערלעבט?

פּובליציסטיק
פֿון ד״ר שלמה גאָלדמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אינעם טאָג פֿון יום־העצמאות אין ישׂראל
ווי אַן אַרײַנפֿיר צו די ענינים וואָס מיר וועלן באַהאַנדלען אין דעם אַרטיקל און ענלעכע אין די קומענדיקע וואָכן, וועל איך קלאָר מאַכן, אַז זיי געהערן צו דער קאַטעגאָריע פֿון די "שעומדים ברומו של עולם" — וואָס זײַנען זייער וויכטיק און קריטיש פֿאַר אונדז ייִדן, סײַ אין ישׂראל, ווי אויך אין די תּפֿוצות. עס זײַנען פֿאַראַן מיצוות שהזמן גרמה — וואָס די צײַט דיקטירט אַוועקצושטעלן זיי אויפֿן סדר־היום.

די מיצווה פֿון געדענקען

אָט זײַנען מיר אין חודש ניסן און גרייטן זיך צו פֿײַערן דעם יום־טובֿ פּסח, דעם זמן־חרותנו. פֿון די זעקס זכירות וואָס די חכמי־הקבלה האָבן באַשטימט וואָס אַ ייִד דאַרף דערמאָנען יעדן טאָג איז "למען תּזכּור את יום צאתך מארץ־מצרים כּל־ימי חייך" — דו זאָלסט דערמאָנען דעם טאָג פֿון דײַן באַפֿרײַונג (אַרויסגאַנג) פֿון מצרים אַלע טעג פֿון דײַן לעבן — די סאַמע ערשטע. אַזוי וויכטיק איז די געשעעניש ביז גאָר, אַז דער "אָנוכי" — דאָס ערשטע וואָרט פֿון די עשׂרת־הדיברות ווען דער אייבערשטער שטעלט זיך פֿאָר פֿאַר דעם פֿאָלק איז: "איך בין דײַן גאָט וואָס האָט דיך אַרויסגעצויגן פֿון מצרים". איז קיין וווּנדער ניט אַז די דראַמע פֿון יציאת־מצרים און דער מעמד הר־סיני זײַנען די הויפּט־עלעמענטן אין דעם פּראָצעס וואָס האָט פֿאַרוואַנדלט די שבֿטים אין אַ פֿאָלק. "היום הזה נהיית לעם לד’ אלוהיך" — הײַנטיקן טאָג ביסטו געוואָרן פֿאַר אַ פֿאָלק צו גאָט דײַן האַר (יהואש, דבֿרים כ״ז: 9). מיר לעבן איבער די דראַמע בײַם אָפּריכטן דעם סדר און זײַן מקיים די מיצווה פֿון דור צו דור מיט אַ פֿײַערלעכער שטימונג, גײַסטיקער דערהויבוננג און נאַציאָנאַלן שטאָלץ. די הגדה איז דאָס איינציקע רעליגיעזע בוך, וואָס איז ניט געחתמעט. מיר האַלטן אין איין רעדאַגירן, צוגעבן נײַע קאַפּיטלעך און פּירושים, ווײַל די דראַמע האָט זיך נישט געענדיקט. וועלכער פֿריִערדיקער דור פֿאַר אונדזער האָט דערפֿאַרן, איבערגעלעבט די שואה — דעם חורבן פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום און דעם אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל?

געשיכטע
פֿון ד״ר שלמה גאָלדמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ "פֿאַראייניקטער פֿראָנט" אויפֿן געביט פֿון ייִדישער בילדונג. — נאָוועמבער 1949 איז געפֿײַערט געוואָרן די פֿאַראייניקונג פֿון דעם ייִדישן לערער־סעמינאַר מיט די אַרבעטער־רינג קורסן פֿאַר העכערער בילדונג, אין ניו־יאָרק. אויפֿן בילד זעט מען די הויפּט־געסט בײַ דער פֿײַערונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין קעפּיטאָל האָטעל. עס זיצן (פֿון רעכטס צו לינקס): לואיס סיגעל, זרובבֿל, שמואל ניגער, ד״ר פֿ. פֿרידמאַן, מ. בראַון, נ. כאַנין, פּ. גינגאָלד, י. בערג. שטייענדיק: י. פּופּקאָ, שׂרה ליבערט, ח. בעז, ז. יעפֿרויקין, ל. געלפּאַר, לייבוש לעהרער, יעקבֿ פּאַט, פּינחס שוואַרץ, לאה קאָרעצקי און ש. גאָלדמאַן.
דאָס אַקאַדעמישע לערניאָר 1949—1950 אין דעם ייִדישן לערער־סעמינאַר אין ניו־יאָרק פֿאַרדינט אַ ספּעציעלע אָפּהאַנדלונג צוליב אַ ריי טעמים. פֿיר יאָר נאָכן סוף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן די פּליטים־לאַגערן אין אייראָפּע זיך אָנגעהויבן אויסצוליידיקן און די שארית־הפּליטה האָט געשטראָמט אין אַלע ריכטונגען. די טויערן פֿון דער נײַ־אויפֿגעשטאַנענער מדינת־ישׂראל האָבן אַבסאָרבירט די טויזנטער לעבן־געבליבענע וואָס האָבן געגאַרט צו קושן דעם שטויב פֿון דעם הייליקן גרונט פֿון ארץ־ישׂראל, גלײַכצײַטיק האָבן פֿיל טויזנטער עמיגרירט קיין צפֿון־ און דרום־אַמעריקע, אויסטראַליע און אַ געוויסער פּראָצענט האָט זיך באַזעצט אין אייניקע אייראָפּעיִשע לענדער.
די שארית־הפּליטה האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַן אייגנאַרטיקע געמיינשאַפֿט: גאָר ווייניק עלטערע מענטשן און כּמעט אָן קינדער. די וואָס האָבן בײַם אויסבראָך פֿון דער מלחמה דערגרייכט דעם עלטער פֿון יוגנטלעכע אָדער דערוואַקסנשאַפֿט, האָבן געהאַט אַלגעמיינע און אַקאַדעמישע בילדונג, ווי אויך פֿאַכמענישע קענטענישן און לעבנס־דערפֿאַרונג.
איך בין אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק דעם דריטן סעפּטעמבער 1949 צוזאַמען מיט מײַן פֿרוי סאָניע. אין עלטער פֿון 27 יאָר האָב איך געהאַט די זכיה צו שטודירן פֿאַר דער מלחמה אין אַ העברעיִשער גימנאַזיע ווי אויך אין חדר און בית־המדרש. נאָך דער באַפֿרײַונג האָב איך שטודירט געשיכטע און פֿילאָסאָפֿיע אויף דעם אוניווערסיטעט פֿון אינסברוק אין עסטרײַך. מײַן קענטעניש פֿון ייִדיש, העברעיִש, פּויליש און דײַטש האָט בלי־ספֿק געהאַט אַ השפּעה אויף מײַן לעבנסגאַנג.

חורבן
פֿון ד״ר שלמה גאָלדמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
לעבן־געבליבענע פֿונעם קעלצער פּאָגראָם וואַרטן אויף זייער
פֿאַרלאָזן פּוילן — קעלץ, פּוילן, זומער 1946

דער חורבן פֿון דעם אַשכּנזישן ייִדנטום אין אייראָפּע איז און וועט פֿאַרבלײַבן לדור־דורות אַ יחיד־במינודיקייט אין דער וועלט־געשיכטע. נישט געקוקט דערויף וואָס די אַכזריותדיקע מערדערײַען זײַנען געוואָרן אַ טאָג־טעגלעכע דערשײַנונג און ווערן זייער אָפֿט באַצייכנט מיטן נאָמען "האָלאָקאָסט", אײַנגעשלאָסן יחידים און קרײַזן וואָס פֿאַרלייקענען דעם חורבן בכלל — איז עס אָבער אַ פֿאַקט, אַז דער חורבן שטייט נאָך אַלץ אויפֿן סדר־היום, אויף דעם געוויסן פֿון דער וועלט. די צאָל ביכער, מעמואַרן און דראַמאַטישע אויפֿפֿירונגען זאָגן עדות, אַז דווקא דער נאָך־מלחמהדיקער דור זוכט ענטפֿערס אויף די ביז איצט נישט־געשטעלטע פֿראַגעס, און האָט דעם מוט אויסצופֿאָרשן די מעשׂי־אָבֿות בשעת דער מלחמה.

חורבן
פֿון ד״ר שלמה גאָלדמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ גרופּע ייִדישע קינדער אויף אַ טראַמווײַ אין וואַרשעווער געטאָ, 1940

(סוף פֿון פֿריִערדיקן נומער)

מיר האָבן פֿאַרענדיקט דעם ערשטן טייל פֿון דער סעריע, באַטאָנענדיק, אַז מיר קאָנצענטרירן זיך אויף די גרויסע ייִדישע שטעט, ווײַל מיר האָבן אויטענטישע דאָקומענטן ווי אויך געשריבענע גבֿית־עדות, הגם דער זעלבער גורל איז באַפֿאַלן אומצאָליקע ייִדישע שטעטלעך און ייִשובֿים. אין צענטער פֿון די גרויזאַמקייטן שטייען פֿאַר אונדזערע אויגן די האַרצרײַסנדיקע סצענעס פֿון דער פֿאַרניכטונג פֿון ייִדישע קינדער.

חורבן
פֿון ד״ר שלמה גאָלדמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"על־אלה אני בוכיה עיני, עיני ירדה מים —
דערויף טו איך וויינען, מײַן אויג,
מײַן אויג רינט וואַסער"
(איכה א’, ט״ו, ייִדיש יהואש)

מײַן לעצטער אַרטיקל "ייִדישע געדענקטעג", ("פֿאָרווערטס", פֿעברואַר 19—25), קאָן באַטראַכט ווערן ווי אַן אַרײַנפֿיר צו די געדענקטעג וואָס הייבן זיך אָן די ערשטע סדר־נאַכט — דער טראַגיש־העראָיִשער אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ און כ״ז ניסן — דער יום־השואה.

ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
פֿון ד״ר שלמה גאָלדמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די טעמע וואָס איך קלײַב זיך צו באַהאַנדלען איז, לויט מײַן מיינונג, וויכטיק גענוג מיך אַרויסצורײַסן פֿון מײַן זעלבסט־אַרויפֿגעצוווּנגענעם איבעררײַס אין מײַן זשורנאַליסטישער טעטיקייט. די סיבה דערצו איז דאָס אַוועקגיין אין דער אייביקייט פֿון וויליאַם סאַפּיר, דעם פּראָמינענטן קאָלומניסט פֿון דער New York Times און לינגוויסט. אַגבֿ, כּדאַי צו באַמערקן, אַן אוהבֿ פֿון מדינת־ישׂראל.

קהילה־לעבן, רעליגיע
פֿון ד״ר שלמה גאָלדמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
קאַנצלער פֿון ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר, אַרנאָלד אײַזן

ייִדישער פּלוראַליזם

עס איז איבעריק איבערצוחזרן דעם פֿאַקט, אַז ייִדן שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ פּלוראַליסטישע געזעלשאַפֿט פּאָליטיש, קולטורעל און רעליגיעז. ווי אַ וועלט־פֿאָלק, זײַנען הײַנט צו טאָג, נאָכן חורבן אייראָפּע, די שפּראַכלעכע אונטערשיידן די האַרבסטע. ייִדיש איז באַעוולט געוואָרן אין ישׂראל און העברעיִש האָט ניט פֿאַרנומען איר פּלאַץ אין די תּפֿוצות. ייִדיש איז געווען דער גלאָבאַלער בולטסטער פֿענאָמען פֿון "דאָס פּינטעלע ייִד".

פּובליציסטיק
פֿון ד״ר שלמה גאָלדמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די שײַכות פֿון אַ פּראָזאַיִשער דאַטע און אַ משיחישער מיסיע

זינט דער גרינדונג פֿון קרן־קימת לישׂראל בײַם פֿינפֿטן ציוניסטישן קאָנגרעס אין 1901 האָט דער פֿאָנד זיך קאָנצענטרירט אויף דעם גאַנג פֿון ייִדיש־נאַציאָנאַלן חינוך נישט וויי­ניקער ווי אויף זאַמלען מיטלען צו קויפֿן באָדן אין ארץ־ישׂראל. דאָס איז, בלי־ספֿק, איינע פֿון די סיבות וואָס האָט באַווויגן דאָס פֿאָלק צו אָנערקענען דעם פֿאָנד ווי אַ סימבאָל פֿון אונדזער "סוּווערעניטעט, זעלבסט­שטענדיקייט אויפֿן וועג".

פּאָליטיק
פֿון ד״ר שלמה גאָלדמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין משך פֿון יאָרהונדערטער האָבן ייִדן געלעבט אָפּגעזונדערט פֿון דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט וואָס שייך קולטור, רעליגיע און סאָציאַלע צווישן־מענטשלעכע באַציִונ­גען. זיי זײַנען באַצייכנט געוואָרן ווי אַ "קאָרפּוס סעפּאַראַטום" — אַן אָפּגעזונדערטע קערפּערשאַפֿט, נישט אַ טייל פֿון דעם מער­הייט פֿאָלק. די באַציִונגען מיט דער קריסט­לעכער וועלט זײַנען געווען הויפּטזעכלעך עקאָנאָמישע, וואָס זײַנען געווען רעגולירט פֿון דעם קעניג, פֿירשט אָדער דעם לאָקאַלן לאַנדבאַזיצער און אַמאָל — אויך פֿון דער קריסטלעכער קירך.

רעליגיע
פֿון ד״ר שלמה גאָלדמאַן
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די חורבן־ליטעראַטור, ווי עס איז געווען צו דערוואַרטן, האַלט אין איין וואַקסן: מעמואַרן, ראָמאַנען, פֿאָרשאַרבעטן, דאָקומענטאַציע־פֿילמען און פּיעסן, ועל כּולם הארץ — רײַסנדיקע פּאָעזיע אויף אַלע לשונות און בפֿרט, ייִדיש און העברעיִש, האָבן שוין דערגרייכט זייער ציל, הגם דער פּראָצעס גייט אָן אין אויפֿשטעלן אַ בנין עדי עד אין אָנדענק פֿון חורבן אייראָפּע. אַלע פֿאָרמען פֿון מענטשלעכער שעפֿערישקייט זײַנען רעפּרעזענטירט און זיי זײַנען נישט באַגרענעצט בלויז צו ייִדן.

פּאָליטיק
פֿון ד״ר שלמה גאָלדמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יעדע באַוועגונג מוז אין לויף פֿון צײַט זיך צופּאַסן צו נײַע באַדינגונגען, וואָס פֿאָדערן אַ פּירוש אויף די גרונט יסודות פֿון דער אידעאָלאָגיע, ווען זי איז פֿאָרמולירט געוואָרן בײַ איר געבורט. די אינטערפּרעטאַציעס מוזן בלײַבן געטרײַ די גרונט־יסודות פֿון דער אמונה, פֿילאָס אָפֿיע אָדער אידעאָלאָגיע פֿון דער באַוועגונג. דער קלאַסישער בײַשפּיל איז אונדזער אייגענע טראַדיציע (מסורה). נישט נאָר איז די תּורה שבכּתבֿ הייליק, נאָר אויך די תּורה שבעל פּה פֿאַרמאָגט די זעלבע קדושה, הגם זי איז דער פּירוש אויף דער תּורה שבכּתבֿ.