|
קאַנצלער פֿון ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר, אַרנאָלד אײַזן |
|
ייִדישער פּלוראַליזם
עס איז איבעריק איבערצוחזרן דעם פֿאַקט, אַז ייִדן שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ פּלוראַליסטישע געזעלשאַפֿט פּאָליטיש, קולטורעל און רעליגיעז. ווי אַ וועלט־פֿאָלק, זײַנען הײַנט צו טאָג, נאָכן חורבן אייראָפּע, די שפּראַכלעכע אונטערשיידן די האַרבסטע. ייִדיש איז באַעוולט געוואָרן אין ישׂראל און העברעיִש האָט ניט פֿאַרנומען איר פּלאַץ אין די תּפֿוצות. ייִדיש איז געווען דער גלאָבאַלער בולטסטער פֿענאָמען פֿון "דאָס פּינטעלע ייִד". דער סאַמע פֿאַקט וואָס דער דורכשניטלעכער ייִד האָט אין די טערמינען פֿון די אויבנדעמאָנטע קאַטעגאָריעס, מער שײַכות מיט זײַן ניט־ייִדישן שכן ווי צו אַן אַנדערן ייִד, באַווײַזט די ערנסטקייט פֿון אונדזער מצבֿ.
אַנומלט, איינעם אַ שבת, איז מיר אויסגעקומען צו באַמערקן אַן אינטערעסאַנטע סיטואַציע. פֿון מײַן אָרט אין שיל האָב איך באַמערקט אַ יונג פּאָרל — ער אַ ברונעט און זי אַ בלאָנדע. אין אַ קאָנסערוואַטיווער שיל זעט מען ניט זייער אָפֿט אַזעלכע פּאָרלעך אין אַ געוויינטלעכן שבת. אַ ביסל שפּעטער האָב איך באַמערקט די טאָכטער פֿון אַ באַקאַנטער משפּחה, וואָס שטודירט אין ישׂראל, מיט אַ שיינעם הויכן בחור. ער, אָן אַ טלית און ניט קיין דאַוונער. איך האָב באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז דער בחור איז אַ סאַברע. אַ ביסל שפּעטער, נאָך בריאת־התּורה איז צוגעקומען אַ בעל־הביתל און זיך אַוועקגעזעצט לעבן אַן עלטערער פֿרוי און איר טאָכטער מיט אַ קליין קינד. כ'האָב פֿאַרשטאַנען, אַז ער איז דער מאַן און פֿאָטער פֿונעם קינד. ווען ער האָט אַרויסגענומען דעם טלית פֿונעם טלית־זעקל, אַ לאַנגער טלית מיט אַן עטרה, האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז ער איז אַן אָרטאָדאָקסישער ייִד, וואָס האָט שוין אָפּגעדאַוונט אין דער שכנותדיקער שיל און איז איצט געקומען לכּבֿוד זײַן פֿרוי און שוויגער. הגם ער האָט אָנגעטאָן דעם טלית למען דרך־ארץ, האָט ער, פֿאַרשטענדלעך, נישט געדאַוונט. ווען עס איז געקומען צו דער קדושה פֿון מוסף, האָט ער מיטגעהאַלטן מיטן עולם. וואָס שייך דאָס יונגע פּאָרל וואָס האָט געצויגן מײַן אויפֿמערק, ווען איך בין געקומען אין שיל אַרײַן, איז מײַן אײַנדרוק באַרעכטיקט געוואָרן. דער יונגער בחור, אַ חתן, און די כּלה, אַ גיורת, זײַנען אַרויפֿגעקומען אויף דער בימה און דער רבֿ האָט געמאַכט פֿאַר זיי אַ ספּעציעלן מי־שברך, ערבֿ דער חתונה. עד־כּאַן וואָס איך האָב געזען און באַמערקט. שעהען שפּעטער האָב איך אַ טראַכט געטאָן, אַז די דרײַ באַזונדערע עלעמענטן שפּיגלען אָפּ אַזוי טיפּיש דעם כאַראַקטער פֿון אונדזער געזעלשאַפֿט. דער אָרטאָדאָקסישער ייִד טאָר ניט דאַווענען אין אַ קאָנסערוואַטיווער שיל, וווּ זײַן פֿרוי איז אויפֿגעוואַקסן און די שוויגער איז אַ מיטגליד. אַן אַמעריקאַנער ייִדיש מיידל פֿילט זיך מער "אין דער היים" אין שיל, ווי איר ישׂראלדיקער בחור, וואָס איז געגליכן צו יוון אין דער סוכּה.
סאָציאָלאָגיש גערעדט, זײַנען פֿאַראַן נאָך מער קריטעריעס וואָס דעפֿינירן קאַטעגאָריעס פֿון "ווער איז אַ ייִד". איין זאַך איז זיכער: מען מוז זײַן אַ גרויסער אוהבֿ־ישׂראל צו מאַכן שלום מיטן אָנזאָג, אַז "כּל ישׂראל חבֿרים" און ווי דאָס ייִדישע ליד פּראָקלאַמירט: "וואָס מיר זײַנען, זײַנען מיר, אָבער ייִדן זײַנען מיר".
די מערכה פֿון דער קאָנסערוואַטיווער שיל־באַוועגונג
מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט גערי ראָזענבלאַט, דער רעדאַקטאָר פֿון "דזשויִש וויק", פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אינטערוויו מיטן קאַנצלער פֿון ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר אַרנאָלד אײַזן, בײַם אָפּמערקן דעם ערשטן יאָרטאָג פֿון זײַן הויכן אַמט. ווי באַקאַנט האָט די באַוועגונג פֿאַרלוירן דעם סטאַטוס פֿון דער ערשטראַנגיקער צווישן די דרײַ רעליגיעזע קערפּערשאַפֿטן. ערבֿ זײַן אײַנשווערונג האָט פּאַסירט אַזוי, אַז די "סאָלאָמאָן שעכטער־מיטלשול" אין טינעק, וואָס האָט באַדינט מאַנהעטן און ניו־דזשערזי, האָט פּלוצעמדיק פֿאַרמאַכט אירע טויערן. דאָס איז געווען אַ זייער ביטערער טראָפּן אַראָפּצושלינגען. די מיטגלידערשאַפֿט האַלט אין פֿאַלן און וואָס איז נאָך מער אומדערטרעגלעך איז דער פֿאַרלוסט פֿון די בעסטע און פֿעיִקסטע אַביטוריענטן וואָס שליסן זיך אָן אָדער אין אָרטאָדאָקסישע, אָדער אין די רעפֿאָרם־אָרגאַניזאַציעס. דאָס זײַנען בלויז צוויי פּרטים פֿון דעם אַרומנעמענדיקן שמועס וואָס ראָזענבלאַט האָט געפֿירט מיטן קאַנצלער. לייענער פֿון אונדזער צײַטונג וועלן זיך אפֿשר דערמאָנען אין די צוויי אַרטיקלען, וואָס איך האָב געווידמעט דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג.
די טעמע איז פֿון אַ גרויסער וויכטיקייט. דאָ איז כּדאַי צו באַמערקן אַז דער קאַנצלער, אַ חשובֿער פּראָפֿעסאָר פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע, איז איבערגעגעבן בלבֿ־ונפֿש אַרײַנצובלאָזן אַ נײַעם רוח־חיים אין דער באַוועגונג. ער איז אָפּטימיסטיש, אַז די באַוועגונג האָט אַ גרויסע צוקונפֿט און אַז דער סעמינאַר, ווי אַן אַקאַדעמישע אינסטיטוציע, באַרײַכערט דאָס ייִדישע לעבן מיט דערציִען נײַע כּוחות אויף אַלע געביטן פֿון ייִדישער וויסנשאַפֿט און חינוך. מיך אינטערעסירן דאָ ניט די אָרגאַניזאַציאָנעלע קערפּערשאַפֿטן וואָס זײַנען דער רוקנביין פֿון דער באַוועגונג, אַרײַנגערעכנט די בודזשעט־דאגות, וואָס ראָזענבלאַט האָט באַרירט אין דעם אינטערוויו. דער תּמצית פֿון דעם שמועס איז צו געפֿינען אין דער פֿראַגע, וואָס איז די פֿילאָסאָפֿיע, דער דרך־הלכה למעשׂה פֿון דער באַוועגונג? אײַזן איז מודה, אַז עס זײַנען פֿאַראַן פֿאַרשיידענע פֿילאָסאָפֿישע מקורות פֿאַר קאָנסערוואַטיווע ייִדן וואָס זוכן אַ באַלאַנס צווישן טראַדיציע און מאָדערניזם, אמת ניט קיין לײַכטע פֿראַגע: "לויט מיר, איז ניטאָ קיין ייִדישקייט אָן מיצוות, און די הויפּט־פֿראַגע איז צו באַשטימען וואָס די טראַדיציע (מסורה) אין איר גאַנצקייט פֿאָדערט פֿון אונדז צו טאָן".
אין צענטער פֿון די באַטראַכטונגען פֿאַרבלײַבט די האַרבסטע קשיא: וואָס איז די באַציִונג פֿון דער באַוועגונג צו דער הלכה. מיר מוזן דאָ נאָך אַ מאָל באַטאָנען: די באַוועגונג טענהט, אַז זי פֿונקציאָנירט אינערהאַלב אין די דלתּ אַמות פֿון הלכה. די באַוועגונג איז זייער צעשפּליטערט אין דער הינזיכט און ספּעציעל ווען די רבנים פֿון בית־מדרש לרבנים האָבן באַשלאָסן אָנצונעמען די האָמאָסעקסואַליסטן און לעסביען־פֿרויען ווי קאַנדידאַטן אויף סמיכה; אַ באַשלוס, אַגבֿ־אורחה, וואָס אײַזן האָט אונטערשטיצט. יהודית האַופּטמאַן, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון תּלמוד אין "סעמינאַר", אַליין אַ רבֿ, טענהט, אַז יונגע מענטשן ווילן וויסן, וועלכע באַוועגונג איז פֿעיִק צו באַפֿרידיקן זייערע גײַסטיקע באַדערפֿענישן. "ווי אַ לעבנס־לאַנגע קאָנסערוואַטיווע חבֿרה ווייס איך ניט וואָס קאָנסערוואַטיווע ייִדישקייט מיינט אין 2008. איך האָב דאָס געוווּסט מיט פֿופֿציק יאָר צוריק. הײַנט אָבער מוזן מיר זײַן ביכולת דאָס צו פֿאָרמולירן אין דרײַ זאַצן". זי איז זייער ענטוזיאַסטיש וואָס שייך אײַזנס באַמיִונגען אָנצוּווײַזן דעם דרך.
ווי אַ לאַנג־יאָריקער מיטגליד פֿון דער באַוועגונג און אַקטיווער פֿירער אויפֿן געביט פֿון חינוך, מוז איך, מיט באַדויערן, אויסדריקן מײַנע ספֿקות. מײַן אַנטוישונג איז ניט אַזוי געווענדט קעגן די נײַע שטראָמען וואָס זייער ציל איז צו אָנערקענען די רעכט פֿון האָמאָסעקסואַליסטן אויף אַלע געביטן, אײַנגעשלאָסן דאָס רעכט צו גרינדן אַ משפּחה־לעבן. עס איז אָבער אַ גאָר אַנדערער ענין אָנצונעמען מיטגלידער פֿון דער סעקסואַלער ריכטונג ווי קאַנדידאַטן אויף רבנות. אַוועקצושטעלן אָט די פֿראַגע אין צענטער ווי די הויפּט־דאגה פֿון דער באַוועגונג, ניט רעכענענדיק זיך מיטן דעת־הקהל, איז פּשוט אומפֿאַראַנטוואָרטלעך. והאָ־ראַיה: די מיטגלידערשאַפֿט, ווי אויך די "ראַביניקל־אַסעמבלי" — די כּנסת־הרבנים. די פּראָבלעם פֿאָדערט מער צײַט צו שטודירן. די ברענענדיקע פֿראַגע איז, ווי אַזוי מדריך צו זײַן דעם ברייטן עולם צו אַ ייִדישן אורח־חיים, צו פֿאַרטיפֿן זייער וויסן וועגן ייִדישקייט (יאָ, לויטן נוסח פֿון קאָנסערוואַטיווער ייִדישקייט), ווי אַזוי אויסצולערנען דעם עולם עבֿרי, אַ פּסוק חומש מיט רש"י. עס איז אַ ביסל פּריקרע פֿאַר מיר צו באַמערקן, אַז דעם קאַנצלערס חידוש צו אַקצענטירן די "מיצווה", איז ניט קיין חידוש... און אַוודאי ניט פֿאַר אַ באַוועגונג וואָס איז איבער הונדערט יאָר אַלט. מיר האָבן אַן אַלטן כּלל פֿון שבֿ ואַל תּעשׂה, ווען אַ באַשלוס קאָן פֿאַרערגערן די סיטואַציע אַנשטאָט זי צו לייזן. דאַקעגן, האָבן מיר אַ מיצוות־עשׂה וואָס פֿאָדערט ענערגישע און באַלדיקע ענטפֿערס: "מיצווה שבאה לידך אַל תּחמיצנה" — אַ מיצווה, וואָס איז אין דײַנע הענט זי מקיים צו זײַן, לייג זי ניט אָפּ אויף שפּעטער. ווי אַ מיטגליד אין צוויי קאָנסערוואַטיווע שילן, טראַכט איך זייער אָפֿט וועגן פּלוני־בן־פּלוני: וואָס קאָן ער איצט מער וואָס ער האָט ניט געקאָנט פֿערציק אָדער פֿופֿציק יאָר צוריק? די מיסיע פֿון די רבנים און מחנכים דאַרף זײַן: צוריק אין חדר!