פּאָליטיק
פֿון ד״ר שלמה גאָלדמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין משך פֿון יאָרהונדערטער האָבן ייִדן געלעבט אָפּגעזונדערט פֿון דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט וואָס שייך קולטור, רעליגיע און סאָציאַלע צווישן־מענטשלעכע באַציִונ­גען. זיי זײַנען באַצייכנט געוואָרן ווי אַ "קאָרפּוס סעפּאַראַטום" — אַן אָפּגעזונדערטע קערפּערשאַפֿט, נישט אַ טייל פֿון דעם מער­הייט פֿאָלק. די באַציִונגען מיט דער קריסט­לעכער וועלט זײַנען געווען הויפּטזעכלעך עקאָנאָמישע, וואָס זײַנען געווען רעגולירט פֿון דעם קעניג, פֿירשט אָדער דעם לאָקאַלן לאַנדבאַזיצער און אַמאָל — אויך פֿון דער קריסטלעכער קירך. אין די ראַמען פֿון אַזאַ מכּלומרשטן "לעגאַלן סטאַטוס" האָבן ייִדן גענאָסן פֿון אַן אויטאָנאָמיע, פֿון אַן אינער­לעכער זעלבסטפֿאַרוואַלטונג, וואָס האָט רע­גו­לירט זייער לעבן אין אַלע הינזיכטן. מען האָט דאָס צומאָל אָנגערופֿן אַ "שטאַט אינערהאַלב דעם שטאַט".

קיין אָפֿיציעלער פֿאָרשטייער, אָדער פֿירער, פֿון דער קהילה איז נישט געווען. אין בבֿל איז אַזאַ אַמט יאָ געווען, און דער, וואָס איז געשטאַנען בראָש פֿונעם ייִדישן קיבוץ, האָט געהאַט דעם טיטל "ראָש גלותא" און זײַן סטאַטוס איז געווען גלײַך צו אַ פּרינץ. אין דער קריסטלעכער אייראָפּע, בפֿרט אין פּוילן, האָט זיך געשאַפֿן אַ נײַע שטעלע — די שטעלע פֿון שתּדלן. דאָס העברעיִשע וואָרט שתּדלן מיינט באַמיִען זיך. ער איז באַשטימט געוואָרן ווי דער אָפֿיציעלער אַמבאַסאַדאָר פֿון די ייִדן, כּדי זיך צו באַמיִען אין די "הויכע פֿענצטער" לטובֿת דער ייִדישער קהילה. ער איז געווען פֿאַראַנטוואָרטלעך צום ועד הקהילות, אָבער נישט געהאַט קיין אָפֿיציעלן סטאַטוס בײַ דער מלוכה. ער האָט געמוזט האָבן געהע­ריקע קוואַליפֿיקאַציעס: גוטע מאַניערן, געמוזט פּערפֿעקט באַהערשן די פּוילישע שפּראַך און האָבן נאָענטע באַציִונגען מיט דער פּוילי­­שער אַריסטאָקראַטיע, ועל־כּולם — קאָנען די מלאכה פֿון אַ דיפּלאָמאַט. יעדע סעסיע פֿון דעם פּוילישן פּאַרלאַמענט איז געווען קריטיש פֿאַר דעם וווילזײַן פֿון די ייִדן. די ראָלע פֿונעם שתּדלן, זײַנע פּריוואַטע באַגע­גענישן און אינטערווענצן מיט די דעפּוטאַטן האָבן זייער אָפֿט אָפּגעשטעלט, אָדער בטל געמאַכט גזירות־רעות, וואָס זײַנען געווען אויפֿן סדר־היום. אויב נייטיק, האָט ער גע­האַט קאָנטאַקטן מיטן קעניגלעכן הויף בכּדי אָפּצושרײַען די גזירה. אין ערגסטן פֿאַל האָט ער באַצײַטנס אינפֿאָרמירט די ייִדישע געזעלשאַפֿט וועגן אַ פֿאָרשטייענדיקער גע­פֿאַר. דאָס איז געווען בעצם אַ הינטער־טיר דיפּלאָמאַטיע. אויף אונדזער אַמעריקאַנער לשון איז דער שתּדלן געווען "לאַביסט".

דער קורצער אַרײַנפֿיר דערלויבט אונדז צו באַקומען אַ באַגריף וועגן פֿאַרשיידענע פֿאָרמען פֿון ייִדישער זעלבסט­פֿאַרוואַלטונג פֿון ווײַטן עבֿר ביז צום הײַנטיקן טאָג.

אין דער נײַער וועלט, צוליב איר אַנדערשקייט אין פֿאַר­גלײַך מיט אייראָפּע, האָט אויך דאָס ייִדישע קהילה־לעבן אָנגענומען אַנדערע פֿאָרמען. די טראַדיציאָנעלע "קולטוס געמיינדע" האָט דאָ נישט קיין אָפֿיציעלן סטאַטוס, סאַנקציאָ­נירט פֿונעם געזעץ. די הויפּט־סיבה דערפֿאַר איז די סעפּאַ­ראַציע צווישן שטאַט און רעליגיע. אָנגעהעריקייט צו אַן אינסטיטוציאָנעלער רעליגיע איז אַ פּריוואַטער ענין. די ייִדישע, ווי אויך אַנדערע, עטניש־רעליגיעזע געמיינשאַפֿטן, זײַנען אָרגאַניזירט אין פֿאַרשיידענע פֿאַרבאַנדן, וואָס קולטי­ווירן זייערע נאַציאָנאַלע, רעליגיעזע און קולטור־אינטערעסן. דער שלל פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס פֿון יעדן מין איז אין לשער — איז אוממעגלעך צו ציילן. די וויכטיקסטע צווישן זיי זײַנען די רעליגיעזע פֿאַרבאַנדן, די צדקה־פֿעדעראַציעס און די נאַציאָנאַלע באַוועגונגען. וואָס שייך דער לעצטער קאַטעגאָריע זײַנען די ציוניסטישע אָרגאַניזאַציעס נאָך אַלץ די אַקטיווסטע און פּאָפּולערסטע צווישן די ייִדישע מאַסן. אַן אינטערעסאַנטער שטריך פֿון אַ ריי לאַוו־דווקא ציוניס­טישע אָרגאַניזאַציעס — ווי, צום בײַשפּיל, "בני־ברית", "אַמע­ר­י­קאַנער ייִדישער קאָנגרעס", "ייִדישער וועלט־קאָנגרעס", "אַמעריקען דזשויִש קאָמיטי", די "ייִדישע פֿאַרטיידיקונגס־ליגע", איז די פּראָמינענץ וואָס די פּראָ־ישׂראל טעטיקייטן פֿאַרנעמען אין זייערע פּראָגראַמען.

אַ באַזונדער באַמערקונג פֿאַרדינט דער "אַמעריקאַנער־ישׂראל קאָמיטעט פֿאַר עפֿנטלעכע עינים" (AIPAC), וואָס איז אָנערקענט פֿון פֿרײַנד און פֿײַנט ווי די שטאַרקסטע, העכסט אײַנפֿלוסרײַכע "לאַבי" אין וואַשינגטאָן. שׂונאי־ישׂראל רעדן וועגן אים מיט גרויס קנאה.

די דערשײַנונג איז קודם־כּל אַ באַשטעטיקונג פֿון דער צענטראַלער ראָלע, וואָס מדינת־ישׂראל פֿאַרנעמט אין לעבן פֿון ייִדישן פֿאָלק. ווי באַקאַנט, האָבן ייִדישע סאָציאָלאָגן פֿאָרמולירט די באַהויפּטונג, אַז מדינת־ישׂראל איז די ציווילע רעליגיע פֿון ייִדישן פֿאָלק. דער פּאָפּולערער ציוניסטישער טעאָרעטיקער און היסטאָריקער, אַרטור הערצבערג ז״ל, האָט אַמאָל סאַרקאַסטיש אַ זאָג געטאָן, אַז ווען שלום וועט "אויסברעכן" צווישן ישׂראל און די אַראַבער, וועלן די אַלע אָרגאַניזאַציעס פֿאַרלירן זייער עקזיסטענץ־באַרעכטיקונג, אָדער אויפֿן פּשוטן פֿאָלקס־לשון: זיי וועלן בלײַבן אָן אַ שטאָך־אַרבעט. דער בולטסטער בײַשפּיל פֿון אָט דעם פֿענאָמען איז די קאָנפֿערענץ פֿון פּרעזידענטן פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַצעס. זי, און נישט די ציוניסטישע פֿעדעראַציע, איז דער פֿאָרום פֿאַר אַלע ישׂראל־פּראָבלעמען. ישׂראל־פּרעמיערן און פֿאָרשטייער קומען צו זייערע, און נישט צו ציוניסטישע, קאָנפֿערענצן און זיצונגען.

עס באַקומט זיך אַ סיטואַציע, אַז די באַאַמטע פֿון אַ סך פֿון די אָרגאַניזאַציעס ווערן די הויפּט וואָרטזאָגער וואָס שייך ייִדישע און ישׂראל־אינטערעסן. קיין דעמאָקראַטישער רעזשים איז דאָס בהחלט נישט. עס האָט זיך אויסגעבילדעט אַ שיכט פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע שתּדלנים — לאַביסטן. כּמעט אַלע דערמאָנטע אָרגאַניזאַציעס האָבן ביוראָס אין וואַשינג­טאָן. דער פּאַראַדאָקס באַשטייט אין דעם, וואָס איינע פֿון די הויפּט־בײַטראָגן פֿון דער ציוניסטישער וועלט־אָרגאַני­זאַציע איז געווען די דעמאָקראַטיזאַציע פֿון ייִדישן לעבן. דער פּראָצעס איז איצט כּמעט ווי פֿאַרשוווּנדן. די "זי־אָ־איי" — די אַמעריקאַנער ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע — האָט אַ פּערמאַנענטן פּרעזידענט. אַן אַנדערע ציוניסטישע אינסטיטוציע, וואָס איז פּשוט פֿאַרהייליקט געוואָרן, אַפֿילו פֿון נישט־ייִדן, איז ביז נישט לאַנג צוריק געווען אין די הענט פֿון די ציוניסטישע אָרגאַניזאַציעס. אויך זי האָט פֿאַרלוירן דעם פֿאָלקס־כאַראַקטער. "קרן קימת לישׂראל" האָט יעדע צוויי, אָדער פֿיר, יאָר אויסדערוויילט אַ נײַעם פּרעזידענט. ווי באַקאַנט, געהערט דאָס שוין אויך צו דער פֿאַרגאַנגענהייט.

אַ נײַע שיכט פֿון רײַכע ייִדן — מיליאָנערן — וואָס זייערע טעטיקייטן לטובֿת דעם ייִדישן כּלל זײַנען בלי ספֿק לויבווערטיקע, דערגרייכן די העכסטע שטאַפּלען אין אונדזערע קהילה־סטרוקטורן (אויך ציוניסטישע). אין מײַנע אויגן איז דאָס אַ נײַע פֿאָרעם פֿון שתּדלנות, נוסח אַמעריקע. די אַמביציע איז צו דערגרייכן דעם אַמט פֿון פֿאָרזיצער פֿון דער פּרעזידענטן־קאָנפֿערענץ. אַ קאַנדידאַט מוז זײַן אַן אַמטירנדיקער פּרעזידענט פֿון אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס איז אַ מיטגליד פֿון דער קאָנפֿערענץ. אַני הקטן געדענק, ווען בײַ אַ זיצונג פֿון דער פֿאַרוואַלטונג פֿון קק״ל האָט איינער פֿאָרגעשלאָגן די קאַנדידאַטור פֿון אַ יחיד, וואָס איז געווען גרייט צו געבן אַ מיליאָן דאָלאַר בכדי אויסדערוויילט צו ווערן אויפֿן אַמט פֿון פּרעזידענט. וכּך הוה! — אַזוי איז געשען. מיט דער צײַט איז ער אויך דערוויילט געוואָרן ווי דער פֿאָרזיצער פֿון דער פּרעזידענטן־קאָנפֿערענץ.

די לעצטע אַנטוויקלונגען אין דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון ייִדישן וועלט־קאָנגרעס און די דערוויילונג פֿון ראָנאַלד לאַודער צום פּרעזידענט־אַמט, האָבן מיך באַווויגן צו שרײַבן דעם איצטיקן אַרטיקל. דער אַרויסגעבער און הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון "דזשויִש וויק", גאַרי ראָזענבלאַט, שרײַבט (מײַ 11, 2007) אונטער לאַודערס בילד אויף זײַט 13: "ראָנאַלד לאַודער וואָס אַספּירירט צו פֿאַרנעמען בראָנפֿמאַנס אָרט ווי פּרעזידענט פֿונעם וועלט־קאָנגרעס, איז לויט באַריכטן גרייט אונטערצוקויפֿן ישׂראל זינגער, אַן אָנקלאַגע וואָס זיי ביידע פֿאַרלייקענען".

איך וויל באַטאָנען, אַז מײַן כּוונה איז נישט צו קריטיקירן און אַוודאי נישט צו אַטאַקירן קיינעם פּערזענלעך. ווי געזאָגט, זײַנען די מעצענאַטן גוטע, וווילטעטיקע ייִדן וואָס אַרבעטן אומדערמידלעך לטובֿת הכּלל. עס זײַנען אין די לעצטע יאָרן דערשינען ייִדישע מאַגנאַטן, וואָס פֿי­נאַנ­צירן ייִדישע פּראָיעקטן, אײַנגעשלאָסן ייִדישע חינוך־אינ­סטיטוציעס.

לפֿי עניות דעתי — לויט מײַן באַשיידענער מיינונג — איז דאָס נישט קיין געוווּנטשענע אַנטוויקלונג. מיר לעבן אין אַ דעמאָקראַטישער מדינה. אין די אויגן פֿון אונדזערע נישט־ייִדישע מיטבירגער זײַנען מיר די אַממיינסטן ליבעראַלע און דעמאָקראַטיש־געשטימטע בירגער. ווען מען קוקט אַרײַן אין אונדזער אייגענעם געמויזעכץ, באַווײַזט זיך אַ בילד פֿון אַ רעזשים וואָס אין פּאָליטישן ווערטערבוך ווערט דעפֿינירט ווי פּלוטאָקראַטיע אָדער אָליגאַרכיע. אין אַזאַ רעזשים האָט דער ברייטער ציבור ווייניק וואָס צו זאָגן און האָט נישט קיין מעגלעכקייט אויסצודריקן דעם דעת הקהל.

די אָפּוועזנהייט פֿון די אַמאָליקע נאַציאָנאַלע באַוועגונ­גען האָט רעדוצירט די אידעאָלאָגישע דעבאַטעס צו הילף־אַקציעס מכּל המינים (אײַנגעשלאָסן לטובֿת ישׂראל). עס איז אַ גרויסער פּאַראַדאָקס, וואָס דווקא די שיל, די סינאַגאָגע, וואָס לויט אַלע כּללים איז זי די קרוין־אינסטיטוציע פֿון ייִדישן טראַדיציאָנאַליזם און ייִדישן אורח־חיים, איז הײַנט־צו־טאָג די אַממיינסטן דעמאָקראַטישע אָרגאַניזאַציע. יעדע שיל האָט אַ קאָנסטיטוציע און אַלע וויכטיקע ענינים ווערן באַשטעטיקט פֿון דער מיטגלידערשאַפֿט. הלוואַי אויף אַלע אונדזערע וועלטלעכע אָרגאַניזאַציעס געזאָגט!

אויף וויפֿל די ייִדישע טעמאַטיק ווערט באַהאַנדלט פֿון אַן אידעאָלאָגישן אָדער טעאָרעטישן שטאַנדפּונקט זײַנען דאָס ענינים וואָס האָבן צו טאָן מיט די פֿאַרשיידענע פֿאָרמען פֿון ייִדישקייט, איר פֿילאָסאָפֿיע און טעאָלאָגיע. די מערהייט פֿון אַלע אַנדערע אָרגאַניזאַציעס קאָנצענטרירן זיך אויף "הילף־אַקציעס פֿאַר יענעם", וואָס געהערן צו דער קאַטעגאָריע פֿון צדקה.

נאָכן חורבן אייראָפּע און כּמעט 60 יאָר נאָכן אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל, זײַנען מיר נאָך אַלץ "מבֿקשי דרך" — אויסשפּירער פֿון שליאַכן, וואָס דאַרפֿן אונדז אַרויפֿפֿירן אויף דעם דרך־המלך צו ייִדישער אייביקייט.