- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
קיין "בליצקריג" אין איראַק, ווי מ׳האָט אַפּנים געמיינט, האָט זיך נישט באַקומען. מ‘איז אַרײַן אין יענע זומפּן מיט ביידע פֿיס. הײַנט דערקלערט דער הויפּט פֿון דעם אַמעריקאַנער מיליטער אין איראַק, גענעראַל דייוויד פּעטרעוס, אַז די אַמעריקאַנער אַרמיי איז "אַרײַנגעשלעפּט געוואָרן אין אַן ‘אַכזריותדיקן קריג’; און אַז ‘איידער עס וועט ווערן אַ ביסל לײַכטער, וועט זײַן זייער שווער’". די געשיכטע, ווי מיר ווייסן, איז אַ ריזיקער בית-עולם פֿון מצבֿות אין דער פֿאָרעם פֿון אָנדענק-טעג פֿון "היסטאָרישע פּאַסירונגען" — לויט דער סעלעקציע פֿון יעדן איינעמס אינטערעס, פֿון יעדן איינעמס פּערזענלעכן און קאָלעקטיוון זכּרון. הײַנטיקע וואָך איז "אַנטהילט געוואָרן" נאָך אַ מצבֿה אויפֿן בית-עולם פֿון דער געשיכטע, ס'איז צוגעקומען נאָך אַ דאַטע אויף אונדזער קאָלעקטיוון אָנדענק-לוח: דער 12טער יולי — דער ערשטער יאָרטאָג פֿונעם אויסברוך פֿון דער צווייטער מלחמה אין לבֿנון. אין משך פֿון יאָרהונדערטער האָבן ייִדן געלעבט אָפּגעזונדערט פֿון דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט וואָס שייך קולטור, רעליגיע און סאָציאַלע צווישן־מענטשלעכע באַציִונגען. זיי זײַנען באַצייכנט געוואָרן ווי אַ "קאָרפּוס סעפּאַראַטום" — אַן אָפּגעזונדערטע קערפּערשאַפֿט, נישט אַ טייל פֿון דעם מערהייט פֿאָלק. די באַציִונגען מיט דער קריסטלעכער וועלט זײַנען געווען הויפּטזעכלעך עקאָנאָמישע, וואָס זײַנען געווען רעגולירט פֿון דעם קעניג, פֿירשט אָדער דעם לאָקאַלן לאַנדבאַזיצער און אַמאָל — אויך פֿון דער קריסטלעכער קירך. דער 17טער ייִדישער קולטור־פֿעסטיוואַל אין קראָקע, וואָס האָט זיך פֿאַרענדיקט פֿאַראַכטאָגן זונטיק, האָט אַרויסגערופֿן אַ זעלטענעם ענטוזיאַזם אין דער פּוילישער מעדיאַ, וועלכע האָט באַצייכנט די אונטערנעמונג ווי "עפּעס אויסערגעוויינטלעכס" און "אומפֿאַרגעסלעך". לויט אַ שאַצונג פֿון דער פּאָליציי, האָט די הויפּט־אַטראַקציע — אַ דרויסנדיקער 6־שעהדיקער קאָנצערט פֿון ייִדישער און קלעזמער־מוזיק מיטן נאָמען "שלום אויף שעראָקאַ־גאַס" — צוגעצויגן בערך 13,000 מענטשן, און דערבײַ פֿאַרזיכערט, אַז דער קראָקער פֿעסטיוואַל איז הײַנט די סאַמע גרעסטע ייִדישע קולטור־אונטערנעמונג אויף דער וועלט. מיר ביידע, מײַן ווײַב און איך, האָבן זיך ממש פֿאַרליבט אין קראָאַטיע. "פֿעמיניסטיש"-רעדנדיק, איז עס ניט קיין ריכטיקע ליבע — פּונקט ווי ס'איז "ניט ריכטיק" צו האָבן ליב אַ פֿרוי, ווײַל זי איז שיין. מיר געפֿעלט דאָס לאַנד צוליב דער געבענטשטער קאָמבינאַציע פֿון בערג, געוויקסן-וועלט און די צוויי ימען — אַ ים מיט שמאַראַגד-גרינעם, ציכטיקן וואַסער און אַ ים מיט זון, וואָס פֿעלט תּמיד אין ענגלאַנד. אין דער פּרשה "מטות" ווערט דערציילט וועגן דער מלחמה, וואָס די ייִדן האָבן געהאַלטן קעגן מדין, לויט דעם אייבערשטנס באַפֿעל, כּדי צו באַשטראָפֿן די מדינים פֿאַר די גרויסע צרות, וואָס זיי האָבן געבראַכט די ייִדן. די מפֿרשים זענען מסביר, אַז ווען די מואבֿישע פֿרויען האָבן פֿאַרפֿירט די ייִדן צו דינען עבֿודה-זרה, זײַענדיק גורם אַ שרעקלעכע מגיפֿה, האָבן זיי דאָס געטאָן צוליב דעם צוואַנג פֿון די מדינים, דעריבער האָט דווקא מדין, און נישט מואבֿ, געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַר דער פֿאַרפֿירונג. איידער איך האָב אָנגעהויבן זיך לערנען ייִדיש, בין איך קיין מאָל נישט געווען אויף אַ לוויה, אָבער זינט דעמאָלט, און ספּעציעל לעצטנס, בין איך געוואָרן אַ גרויסער מבֿין אויף לווית. איך ווייס שוין פֿון פֿריִער, וווּ די לוויה וועט פֿאָרקומען, ווער ס׳וועט רעדן און וואָס מע וועט זאָגן; כ׳האָב אַ פּלאַץ רעזערווירט בײַ דער מיזרח־וואַנט און כ׳ווייס, ווי אַזוי זיך אַרײַנצושלײַכן שטילערהייט, ווען איך קום אָן שפּעט און די צערעמאָניע האָט זיך שוין אָנגעהויבן. אין איינעם פֿון מײַנע פֿריִערדיקע "בריוו פֿון ירושלים" האָב איך באַמערקט, אַז אין ירושלים געפֿינען זיך מער ווי 70 מוזעומס. מען קען זיי זען אין אַלע עקן פֿון שטאָט, אין די אַלטע און נײַע קוואַרטאַלן און געגנטן. זיי זענען פֿול מיט חפֿצים און אָביעקטן פֿון פֿאַרשיידענעם כאַראַקטער, פֿון די אַלטערטימלעכע, פּרע־היסטאָרישע צײַטן, פֿון מיטל־אַלטער, פֿון די לעצטע יאָרהונדערטער. מינסק, ווײַסרוסלאַנד. — אַלעקסאַנדר אָסטרוך איז שולדיק אַ דאַנק לעאָניד ברעזשניעוון פֿאַר זײַן הילף בײַם צונויפֿשטעלן איינעם פֿון די קאָמפּליצירטסטע און אַרומנעמיקסטע ייִדישע ווערטערביכער; אַ ווערטערבוך אין ווײַסרוסיש, אַ שפּראַך וואָס אַפֿילו ס‘רובֿ ווײַסרוסן קענען זי נישט. די ייִדישע איבערזעצונגען פֿון די פֿיל־בענדיקע זכרונות פֿונעם אַמאָליקן סאָוועטישן פֿירער זענען זייער צוניץ געקומען אָסטרוכן, אַ מינסקער אינטעלעקטואַל, קונסט־רעסטאַוורירער און ייִדישיסט. פֿאַראַן גרויסע זינגער, מיט קעלער וואָס קענען פֿאַרהילכן אַ זאַל. פֿאַראַן מוזיקער וואָס לאָזן זיך געדענקען די מינוט וואָס זייער מוזיק קריגט פֿליגל און פֿלאַטערט אַרום דער וועלט. און אַזוי ווי בײַ אונדז איז אַ זעלטנקייט צו הערן אַ רעפּערטואַר פֿון אַ יונגער אינטעליגענטער און אַ באַשיידענער זינגערין, איז פֿאַר מיר געווען אַ פֿאַרגעניגן צו זען און צו הערן מײַנע אַן אַמאָליקע תּלמידה אַסיע ווײַסמאַן, מיט אַ רעפּערטואַר פֿון זעלטענע ייִדישע לידער. איך זאָג זעלטענע, ווײַל מען הערט זיי זייער זעלטן. בדרך־כּלל נעמען זיך נישט די מי ייִדישע זינגער און זינגערינס אַרײַנצוקוקן אין אונדזער רײַכן לידער־אַלבאָם. דעם 27סטן יאַנואַר האָט זיך אָפּגעשיידט פֿון לעבן דער דיכטער אַלכּסנדר בעלאָוסאָוו, אַ יחיד־במינו אין דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור. ער איז געבוירן געוואָרן אין קויבישעוו (הײַנט סאַמאַרע) אין 1948 אין אַ רוסיש־פּראַוואָסלאַוונער משפּחה און זײַן וועג צו ייִדן און ייִדישער ליטעראַטור איז ממש אומגלויבלעך. ווי ער דערציילט, זײַנען זײַנע יוגנט־חבֿרים אין גאַס און אויפֿן קויבישעווער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, וווּ ער האָט שטודירט, געווען ס׳רובֿ ייִדן און זײַנע ערשטע ייִדיש־לערער — ייִדישע פּליטים פֿון פּוילן און ליטע, וואָס האָבן אין די מלחמה־יאָרן געפֿונען אַ מקום־מיקלט אין קויבישעוו. בלויז 12 יאָר איז באַשערט געווען דער אויסערגעוויינטלעך טאַלאַנטירטער אַקטריסע רײַע יאַצאָווסקי צו באַשײַנען די בינע פֿונעם קיִעווער ייִדישן מלוכה־טעאַטער. די שוידערלעכע טיפֿוס־עפּידעמיע האָט זי אַרויסגעריסן פֿונעם לעבן אויף איר 38סטן יאָר, אָבער דער אָנדענק וועגן איר, פֿאַר די וועלכע האָבן זי געקאָנט, געזען שפּילן, האָט זיך פֿאַרהיט אויפֿן גאַנצן לעבן. זי האָט געשטאַמט פֿון ליטע, געלעבט אין קאָוונע (קאַונאַס). דער פֿאָטער אירער איז געווען אַ לערער פֿון מוזיק. רײַע, און דערנאָך אירע ייִנגערע ברידער, יעווסיי און אַלכּסנדר, האָבן באַקומען אַ מוזיקאַלישע בילדונג. זי האָט אויסגעצייכנט געשפּילט אויף אַ פֿאָרטעפּיאַנאָ, געזונגען און געטאַנצט. |