אין איינעם פֿון מײַנע פֿריִערדיקע "בריוו פֿון ירושלים" האָב איך באַמערקט, אַז אין ירושלים געפֿינען זיך מער ווי 70 מוזעומס. מען קען זיי זען אין אַלע עקן פֿון שטאָט, אין די אַלטע און נײַע קוואַרטאַלן און געגנטן.
זיי זענען פֿול מיט חפֿצים און אָביעקטן פֿון פֿאַרשיידענעם כאַראַקטער, פֿון די אַלטערטימלעכע, פּרע־היסטאָרישע צײַטן, פֿון מיטל־אַלטער, פֿון די לעצטע יאָרהונדערטער.
עס זענען דאָ מוזעומס, וואָס שפּיגלען אָפּ די געשיכטע פֿון די דרײַ רעליגיעס, ייִדישע, קריסטלעכע און מוסולמענישע, אַנטוויקלונגען פֿון אינסטיטוציעס און באַוועגונגען, קונסט און קולטור פֿון די נאַציאָנאַלע און עטנישע גרופּעס, געשעענישן פֿון פֿאַרשיידענע צײַטן.
אין אַלגעמיין איז די גאַנצע שטאָט ירושלים אַליין אַ מוזעום; וווּ דו זאָלסט ניט גיין און שטיין, וווּ דו זאָלסט זיך ניט קערן און ווענדן, טרעפֿסטו זיך אָן אויף געוויסע איבערבלײַבענישן פֿון דער אַלטער פֿאַרגאַנגענהייט, דענקמעלער און אויסגראָבונגען, רעשטלעך פֿון הײַזער און מויערן, מאָנומענטן און ווידמונגען צו באַרימטע, פֿאַרדינסטפֿולע מענטשן, זייערע שאַפֿונגען, דערגרייכונגען און נאַציאָנאַלע טעטיקייטן.
די תּפֿיסה, וווּ דער אצ״ל־קעמפֿער מאיר פֿײַנשטיין ז״ל און זײַן חבֿר, דער לח״י־קעמפֿער משה באַראַזאַני ז״ל האָבן מיט 60 יאָר צוריק זיך אויפֿגעריסן עטלעכע שעה, איידער די ענגלענדער האָבן פּלאַנירט זיי אויפֿצוהענגען, איז איינער פֿון די קליינע, אָבער באַדײַטנדיקע מוזעומס, וואָס שפּילן אָפּ אַ וויכטיקן עטאַפּ און קאַפּיטל אין דער געשיכטע פֿון קאַמף פֿאַר דעם אויפֿקום פֿון אונדזער ייִדישער מדינה, מיט קרובֿ צו 60 יאָר צוריק.
עס הייסט "מוזעום המחתרות" — דער מוזעום פֿון די אונטערגרונט־באַוועגונגען (זע מײַן "בריוו פֿון ירושלים", "פֿאָרווערטס" 29סטער יוני, 2007). עס געפֿינט זיך ניט ווײַט פֿון דעם גרויסן הײַזער־קאָמפּלעקס, וואָס איז באַוווּסט ווי דער "מיגרש־הרוסים". וועגן אים וועל איך שרײַבן אין איינעם פון מײַנע בריוו אין דער צוקונפֿט.
הונדערטער ייִדישע אונטערגרונגט־קעמפֿער, וועלכע די ענגלישע מאַנדאַט־מאַכט האָט אַרעסטירט פֿאַר וועלכן־עס־איז טעראָר־ אָדער סאַבאָטאַזש־אַקט קעגן דער מאַכט, זענען דאָרטן געווען פֿאַרשפּאַרט אויף לאַנגע אַרעסט־טערמינען. אַ צאָל פֿון זיי, וועלכע זענען געוואָרן פֿאַרמישפּט צום טויט, האָבן זיך דאָרטן געפֿונען, ביז מען האָט זיי אַוועקגעפֿירט קיין עכּו, וווּ מען האָט אויסגעפֿירט זייער אורטייל — די תּליה.
זייער העלדישקייט און גבֿורה, זייער גרייטקייט מקריבֿ צו זײַן זייערע לעבנס אין קאַמף קעגן דעם שׂונא "למען העם והארץ" — פֿאַרן פֿאָלק און לאַנד, דינט הײַנט, פֿאַר אונדז, און פֿאַר די קומענדיקע דורות, ווי אַ ליכט־טורעם, אַ קוואַל פֿון אינספּיראַציע און מוט אין אונדזער אָנגייענדיקן געראַנגל קעגן די אַלע שׂונאים, וואָס פּראָקלאַמירן אומאויפֿהערלעך, אַז מדינת־ישׂראל האָט ניט קיין עקזיסטענץ־באַרעכטיקונג און זיי זענען גרייט זי אָפּצוּווישן פֿון דער ערד־אייבערפֿלאַך.
ווען דו באַטרעטסט דעם שוועל פֿון דעם דאָזיקן קליינעם מוזעום, קאָנסטו ניט בלײַבן גלײַכגילטיק צו דעם, וואָס דו זעסט פֿאַר דײַנע אויגן. עס נעמט דורך אַ ציטער, ווען דו שטייסט פֿאַר די גראַטעס פֿון יעדער צעל, ווען דו לייענסט די אויפֿשריפֿטן, וואָס דערציילן וועגן די אַרעסטאַנטן, וועלכע זענען דאָרטן געזעסן, וועגן די שטראָפֿן און פּײַניקונגען, וואָס זיי האָבן דאָרטן געליטן.
זייערע בילדער הענגען אַראָפּ פֿון די ווענט אַרום, זייערע יונגע פּנימער טראָגן דיך אַריבער צו יענע יאָרן, ווען דו האָסט געהערט אָדער געלייענט וועגן זיי, וועגן זייערע העראָיִשע טאַטן, פֿאַר וועלכע זיי זענען געזעסן אין די דאָזיקע קאַלטע, פֿינצטערע צימערן, יעדער איינער מיט זײַן פּערזענלעכן גורל, זײַן פּײַן און ווייטיק.
* * *
דער בנין פֿון דעם מוזעום איז אויפֿגעבויט געוואָרן אין יאָר 1856, ווי אַ טייל פֿון דעם רוסישן בנינים־קאָמפּלעקס, וואָס האָט געדינט ווי אַן אַכסניה פֿאַר די רוסישע פּילגרימען.
נאָך דעם ווי די ענגלענדער האָבן פֿאַרטריבן די טערקן פֿון פּאַלעסטינע, האָבן זיי באַשטימט דעם דאָזיקן שטח ווי דער צענטער פֿון זייערע אַדמיניסטראַטיווע אינסטאַנצן.
נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן זיי געשלאָסן אַלע טיר־און־טויערן פֿאַר דער אומלעגאַלער מאַסן־עליה פֿון דער שארית־הפּליטה, פֿון די לעבן־געבליבענע פֿון דעם נאַצישן גיהנום.
די אונטערגרונט־גרופּעס ווי "אצ״ל", לח״י", ווי אויך די "הגנה" האָבן פֿעיִק געקעמפֿט קעגן דער בריטישער בלאָקאַדע פֿון די ברעגן פֿון ארץ־ישׂראל, אויספֿירנדיק פֿאַרשיידענע טעראָר־ און סאַבאָטאַזש־אַקטן. אַ סך פֿון זיי זענען געפֿאַלן אין די דאָזיקע קאַמפֿן. הונדערטער זענען געזעסן אין די בריטישע תּפֿיסות, אָדער פֿאַרשיקט געוואָרן קיין ציפּערן, קעניאַ, עריטרעאַ און אַנדערע פֿאַרוואָרפֿענע פּלעצער אונטער דער בריטישער קאָלאָניסטישער מאַכט־ אין יענער צײַט.
כּדאַי צו באַמערקן, אַז די קעמפֿער פֿון דער ייִדישער אונטערגרונט־באַוועגונג, וועלכע זענען פֿאַרמישפּט געוואָרן צום טויט, האָט מען אויפֿגעהאָנגען ניט אין דער תּפֿיסה אין ירושלים, נאָר אין דער תּפֿיסה פֿון דער אַראַבישער שטאָט עכּו, ווײַל די ענגלענדער האָבן מורא געהאַט, אַז די עקזעקוציעס וועלן אַרויסרופֿן אומרוען אין ירושלים און אין אַנדערע פּלעצער און אַז די קעמפֿער פֿון אצ״ל און לח״י וועלן נקמה נעמען אין די ענגלענדער פֿאַר דעם טויט פֿון זייערע חבֿרים און אויספֿירן טעראָר און סאַבאָטאַזש־אַקטן.
אין אַלגעמיין איז די צאָל פֿון ייִדן צווישן די קרימינעלע אַרעסטאַנטן געווען קלענער ווי די צאָל פֿון אַנדערע עטנישע גרופּעס, זייער צאָל איז געווען באַדײַטנדיק גרעסער צווישן די פּאָליטישע אַרעסטאַנטן און צווישן די, וועלכע האָבן זיך פֿאַרזינדיקט פֿאַר אַנדערע ציווילע און אַדמיניסטראַטיווע חטאים.
באַזונדערס איז זייער צאָל געווען גרויס פֿאַר אַרײַנשמוגלען אין לאַנד אומלעגאַלע עולים, פֿאַר טראָגן און אײַנשאַפֿן געווער, פֿאַרבאָטענע חפֿצים, קלעפּן אין די גאַסן אומלעגאַלע אַפֿישן און פֿאַר נאָך אַ ריי פֿאַרבאָטענע טעטיקייטן.
* * *
אין איינעם פֿון די צימערן אין דער דאָזיקער תּפֿיסה הענגט נאָך אַלץ די תּליה־שטריק איבער דעם טיפֿן אָפּגרונט, אין וועלכן עס פֿלעגט אַרײַנפֿאַלן דער טויטער קערפּער נאָכן הענגען.
עס נעמט דיך אַדורך אַ ציטער, ווען דו שטייסט פֿאַר דעם דאָזיקן איבערבלײַב פֿון דער ענגלישער מאַכט, פֿון פֿאַר דעם אויפֿקום פֿון דער ייִדישער מדינה.
כאָטש, ווי שוין געזאָגט אין די פֿריִערדיקע שורות, אַז מען האָט ייִדן ניט אויפֿגעהאָנגען אין דער ירושלימער תּפֿיסה, נאָר אין דער תּפֿיסה פֿון עכּו, דאָך איז עס אַ קאָנקרעטע דערמאָנונג אין דער ברוטאַלער מאַכט פֿון די ענגלענדער, וואָס האָט געהערשט אין ארץ־ישׂראל, אין זייער אַכזריות צו די הונדערטער העלדישע ייִדישע קעמפֿער פֿון דער הגנה, אצ״ל און לח״י, וועלכע האָבן מקריבֿ געווען זייערע יונגע לעבנס אין קאַמף פֿאַר דער אַנטשטייונג פֿון דער ייִדישער מדינה. עס איז אויך אַ דערמאָנונג, אַז אויך אין דער איצטיקער צײַט שטייען אויף דער וואַך די זעלנער פֿון דער ישׂראל־אַרמיי, וועלכע באַשיצן טאָג און נאַכט אונדזערע גרענעצן און די זיכערהייט פֿון דער באַפֿעלקערונג אין דער מדינה גופֿא. צום באַדויערן, פֿאַלן אויך איצטער נאָך קרבנות "למען העם והארץ" — פֿאַרן פֿאָלק און פֿאַרן לאַנד, פֿאַר דער עקזיסטענץ פֿון אונדזער זעלבשטענדיקער ייִדישער מדינה.
* * *
און צום סוף, וויל איך אויך דערציילן אונדזערע לייענער וועגן דעם לעגענדאַרן "ירושלים צדיק", הרבֿ אַריה לעווין זצ״ל. ער פֿאַרנעמט אַ זייער חשובֿן און בכּבֿודיקן פּלאַץ אין דער געשיכטע פֿון די אונטערגרונט־קעמפֿער, ווען זיי זענען געזעסן אין דער דאָזיקער ירושלימער תּפֿיסה.
זײַן בילד הענגט דאָרטן פּראָמינענט, נאָענט פֿון דער צעל, אין וועלכער די צוויי ייִדישע העלדישע קעמפֿער האָבן זיך אויפֿגעריסן מיט דער הילף פֿון אַ גראַנאַט, וואָס איז אַרײַנגעשמוגלט געוואָרן אין דעם אינגעווייד פֿון אַ מאַראַנץ. אין דעם הינטערגרונט פֿון בילד הענגט אַראָפּ אַ בלוי־ווײַסער טלית, לעבן בילד ליגט אָנגעשפּאַרט אַן אַלטער ספֿר־תּהילים. איבער דעם אַלעם הענגט אַ רירנדיקע דערקלערונג:
הרבֿ לא הוציא אותני מבין החומות אל החופֿש —
הוא פּשוט הכניס לנו את החופֿש אל בין החומות
דער רבֿ האָט אונדז ניט אַריסגענומען פֿון צווישן די ווענט
צו דער פֿרײַהייט — ער האָט פּשוט אַרײַנגעבראַכט צו אונדז די פֿרײַהייט צווישן די ווענט.
אין די וואָכן־טעג איז דער צימער־נומער 29 געווען אַ געוויינטלעכע אַרעסטאַנטן־צעל, אָבער אין די שבתים און יום־טובֿ־טעג האָט מען עס פֿאַרוואַנדלט אין אַ בית־הכּנסת.
יעדן שבת און יום־טובֿ, פֿלעגן זיך דאָרטן צונויפֿלײַבן אַלע ייִדישע אַרעסטאַנטן אין דער תּפֿיסה, סײַ די רעליגיעזע און סײַ די סעקולערע — ניט קיין געוויינטלעכע דאַוונערס, צו אַ תּפֿילה און קידוש נאָכן דאַוונען.
די הויפּט־סיבה פֿון דעם דאָזיקן צוזאַמענקום איז געווען די אָנוועזנהייט פֿון הרבֿ אַריה לעווין זצ״ל. דער ירושלימער צדיק, וועלכער פֿלעגט במשך גאַנצע 20 יאָר קומען אין דער תּפֿיסה יעדן שבת און יום־טובֿ. ער האָט געוווינט אין דעם קוואַרטאַל "משכּנות", ניט ווײַט פֿון דעם מאַרק מחנה־יהודה.
ניט געקוקט אויף זײַן עלטער און שוואַכן געזונט, פֿלעגט ער גיין צו פֿוס, אין רעגן, שטורעם, אין די זומער־היצן און אין ווינטער, כּדי צו באַזוכן די ייִדישע אַרעסטאַנטן אין דער תּפֿיסה, צו דאַוונען מיט זיי און צו טרייסטן זיי אין זייער שווערן מצבֿ. ער איז פֿאַר זיי ממש געווען ווי אַ לייבלעכער פֿאָטער.
נאָכן דאַוונען, ווען ער פֿלעגט זיך אומקערן אַהיים צו זײַן משפּחה, פֿלעגט ער זיך באַמיִען צו באַזוכן משפּחות פֿון די אַרעסטירטע אין דער תּפֿיסה, וועלכע האָבן איבערגעשיקט זייער גרוסן, און געוויסע ידיעות, צו זייערע פֿאַרזאָרגטע טאַטע־מאַמע, צו זייערע חבֿרים אין דרויסן.
* * *
דער דאָזיקער באַשיידענער "מוזעום המחתרות" אין ירושלים איז אפֿשר קליין אין זיין סטרוקטור און פֿאַרנעם. ער איז אָבער גרויס און אויסנעמלעך אין פֿאַרגלײַך צו די אַנדערע מאָנומענטאַלע פֿאַרנעמיקע מוזעומס אין שטאָט.
דער געוויינטלעכער טוריסט־באַזוכער און תּלמיד, וועלכער טרעט אַריבער דעם שוועל פֿון דעם מוזעום, ווערט דאָרט טיף גערירט פֿון אַלץ, וואָס ער זעט, הערט און פֿילט.
די אײַנדרוקן פֿון אַזאַ באַזוך בלײַבן לאַנג אין זכּרון. עס איז שווער צו פֿאַרגעסן די טיפֿע, עמאָציאָנעלע געפֿילן, וואָס יעדער איינער קען דאָרטן איבערלעבן.