ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור, ביאָגראַפֿיעס
פֿון שׂמחה סימכאָוויטש (טאָראָנטאָ)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם 27סטן יאַנואַר האָט זיך אָפּגעשיידט פֿון לעבן דער דיכטער אַלכּסנדר בעלאָוסאָוו, אַ יחיד־במינו אין דער הײַנטצײַטיקער ייִדי­שער ליטעראַטור. ער איז געבוירן גע­וואָרן אין קויבישעוו (הײַנט סאַמאַרע) אין 1948 אין אַ רוסיש־פּראַוואָסלאַוונער משפּחה און זײַן וועג צו ייִדן און ייִדישער ליטעראַטור איז ממש אומגלויבלעך. ווי ער דערציילט, זײַנען זײַנע יוגנט־חבֿרים אין גאַס און אויפֿן קויבישעווער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, וווּ ער האָט שטודירט, געווען ס׳רובֿ ייִדן און זײַנע ערשטע ייִדיש־לערער — ייִדישע פּליטים פֿון פּוילן און ליטע, וואָס האָבן אין די מלחמה־יאָרן געפֿונען אַ מקום־מיקלט אין קויבישעוו. נאָכן לייענען די ביבל אין רוסיש האָט דער יוגנטלעכער בעלאָוסאָוו באַשלאָסן צו דערלערנען דעם תּנ״ך אין אָריגינאַל. דער באַגער האָט אים ממילא געבראַכט צו דער שטאָטישער סינאַגאָגע, וווּ דער באַגאַבטער יונגער רוס האָט שוין אָפּגעפֿונען תּלמידי־חכמים, וואָס האָבן מיט אים געלערנט דעם ספֿר־הספֿרים מיט די טראַדיציאָנעלע מפֿרשים, מיטל־עלטערלעכע העברעיִשע ליטעראַטור, עבֿרית און ייִדיש.

אין 1969 האָט דער 21־יעריקער בע­לאָו­סאָוו פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע ערשטע ייִדיש־לידער אין זשורנאַל "סאָוועטיש היימ­לאַנד" און זיי האָבן אַרויסגערופֿן אַ וואַ­רע­מען אָפּ­קלאַנג אין סאָוועטן־רוסלאַנד און נאָך מער אין אויסלאַנד. פֿון דעמאָלט אָן האָט בע­לאָו­סאָוו פֿאַרעפֿנטלעכט לידער און פּאָע­מעס אין ייִדישע צײַטשריפֿטן אויך מחוץ רוסלאַנד און אָנגעהאַלטן אַ קאָרעס­פּאָנדענץ מיט אָנגעזעענע העברעיִשע און ייִדישע שרײַבער אין מדינת־ישׂראל און אַמעריקע.

אין 1990 האָט אַלכּסנדר בעלאָוסאָוו עולה געווען, צוזאַמען מיט זײַן ייִדישער פֿרוי און זייער זון, קיין מדינת־ישׂראל און זיך באַזעצט אין מעלה אדומים, ניט ווײַט פֿון ירושלים, און פֿאַרדינט זײַן חיונה ווי אַ פּשוטער אַרבעטער בײַם בויען הײַזער אין די פֿאַרנומענע שטחים. כאָטש בעלאָוסאָוו איז געווען באַקאַנט און אָנערקענט ווי אַ טאַלאַנטירטער ייִדישער דיכטער, און איז צוויי מאָל פּרעמירט געוואָרן (1992, 1998) פֿאַר זײַן שאַפֿן, האָט ער דאָך ניט באַוויזן בײַם לעבן אַרויסצוגעבן אַ זאַמלונג פֿון זײַנע לידער. עס קומט דעריבער אָנערקענונג דער ירושלימער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט, און איר פֿאָרזיצער מרדכי דוניץ, פֿאַר זען, אַז בעלאָוסאָווס ליטעראַרישער עזבֿון זאָל ניט גיין לאיבוד. מיט דער מיטהילף פֿון אַ צאָל קולטור־פֿאָנדן איז אַרויס אין ירושלים אין 2006 אַ באַנד אַלכּסנדר בעלאָוסאָווס אויסגעוויילטע לידער מיטן נאָמען "די ווינטערדיקע מנורה". דאָס בוך פֿון 199 זײַטן, אין האַרטן אײַנבונד, איז באַזאָרגט מיט אַרײַנפֿירן פֿון מרדכי דוניץ, באָריס סאַנדלער און העלענאַ אַקסעלראָד, ווי אויך, בײַם סוף פֿון בוך, מיט אַרטיקלען און אָפּשאַצונגען פֿון ש. ל. שנײַדערמאַן, ד״ר משה קיכאַק, מרדכי יושקאָווסקי, מרדכי דוניץ, ווי אויך מיט דער דערקלערונג פֿון דער זשורי פֿון דוד האָפֿשטיין־פּריז פֿאַר ליטעראַרישער שאַפֿונג אין ייִדיש, וואָס איז צוגעטיילט געוואָרן בעלאָוסאָוון אין 1998. אײַנגעשלאָסן אין בוך איז אויך אַ פּאָרטרעט פֿון דיכטער און אַ ריי פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון מחבר מיט אָנגעזעענע ייִדיש־סאָוועטישע און ישׂראלדיקע שרײַבער.

כאָטש בעלאָוסאָוו האָט זיך ניט מגייר געווען, האָט ער זיך געהאַלטן פֿאַר אַ דורכויס ייִדישן פּאָעט. ער שרײַבט:

כאָטש אויף דער וועלט צו קומען כ׳האָב פֿאַרשפּעטיקט
און ווייניק ווער דערהערט האָט מײַן געבעט,
מ׳זאָל מיך דערמאָנען ניט ווי אַ גר־צדק
נאָר ווי אַ ייִדישן פּאָעט. (ז׳ 83)

אין אַ בריוו צו ש. ל. שנײַדערמאַנען קלערט בעלאָוסאָוו אויף זײַן פֿאַרבינדונג מיט ייִדן און ייִדישן גורל: "ווי באַלד איך האָב זיך אויסגעלערנט ייִדיש און ליב געקראָגן דאָס ייִדישע פֿאָלק און זײַן קולטור, ווי באַלד אַלע ליידן און פֿריידן פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק זענען גע­וואָרן מײַנע, האַלט איך פֿאַר מײַן חובֿ בײַ­צושטײַערן צו זײַן קולטור, אויב מײַנע שוואַכע און באַגרענעצטע כּוחות וועלן מיר דערלויבן" (ז׳ 171). און ער האָט טאַקע געשאַפֿן גרויסצוגיקע לידער און פּאָע­מעס, וואָס רופֿן זיך איבער אין זייער פּאַ­טאָס מיט די נאַציאָנאַלע שאַפֿונגען פֿון ח. נ. ביאַליק אָדער חיים גראַדע. מיט דאַנק­שאַפֿט דערמאָנט בעלאָוסאָוו זײַנע קויבי­שע­ווער לערער, וואָס האָבן אים בהדרגהדיק אַרײַנגעפֿירט אין היכל פֿון יהדות און ייִדישער ליטעראַטור.

בײַ האַרציקע מענטשן מײַן ליד כ׳האָב געירשנט,
וואָס איצט אין מײַן האַרצן עס יאָמערט און בריט:
בײַ פּליטים פֿון ריגע, פֿון ווילנע, פֿון וואַרשע,
פֿון מינסק און פֿון קיִעוו — פֿון וואַנען נאָר ניט? (ז׳ 104)

בעלאָוסאָוו דערקלערט, אַז זײַן איינ­ציק האָב־און־גוטס איז זײַן ייִדיש ליד, זײַן "ייִדיש־קודש און נשמה־לשון" (ז׳ 134) און אין זײַן התרוממות שווערט ער בײַ די פֿאַרלאָזענע מצבֿה־שטיינער פֿון אַ ייִדישן בית־עולם:

איך שווער בײַ די הייליקע טײַערע שטיינער
זיי טרײַ זײַן, כּל־זמן כ׳האָב אַ פּען אין די פֿינגער,
ווײַל ווער וועט דיך טרייסטן, מײַן פֿאָלק, און פֿאַרשטיין דיך,
אויב ניט דײַן אויף אייביק פֿאַרטרויערטער זינגער? (ז׳ 20)

פֿון דעסט וועגן געפֿינען מיר אין אייניקע פֿון בעלאָוסאָווס לידער שפּורן פֿון דעם אינערלעכן ויתרוצצו צווישן זײַן רוסישער און ייִדישער אידענטיטעט. אין ליד "צו רוסלאַנד" (געדרוקט אין "פֿאָרווערטס", מײַ 15, 1992) קומט צום אויסדרוק אָט דער אינערלעכער געראַנגל. דער דיכטער בעט זיך בײַ זײַן "מאַמע רוסלאַנד":

לאָז מיך שוין אָפּ,
איך קאָן אַזוי ניט מער,
וועסט, מוטער, שטענדיק בלײַבן די גערעכטע.

אויב חלומען איך הייב שוין אָן אויף עבֿרית —
לאָז מיך אָפּ, אָ, מוטער,
צו זײַן אַזוי צעצווייט, כ׳קאָן שוין מער ניט
איז כאַפּ מיך ניט בײַ נאַכט ווי אַ ניט־גוטער. (ז׳ 176)

בעלאָוסאָוו האָט, ווײַזט אויס, אינ­סטינקטיוו דערפֿילט, אַז זײַן אָפּזאָגן זיך אָנ­צונעמען, אַפֿילו פֿאָרמעל און אויבער­פֿלעכלעך, דעם ייִדישן דת, האָט אים ניט געמאַכט פֿאַר קיין פּאָלנעם ייִד. אין אַ קאָשמאַר־חלום זעט ער זיך שטיין בײַ אַן אָפֿענעם גרוב מיט ייִדישע הרוגים און פֿון דאָרטן הערט ער אַ געשריי:

וואָס אָט דאָ אָ־דער?
ער איז ניט ווערט,
ער איז ניט איינער פֿון זיי! (ז׳ 111)

בעלאָוסאָוו טרייסט זיך, אַז אויב פֿיל וועלן אים באַטראַכטן ווי אַ שטיפֿזון, איז ער דאָך אַ זון, אַ ייִדיש־שאַפֿער, וואָס האָט זיך פֿאַרקנסט צו מאַמע־לשון ייִדיש.

אַ שטיפֿזון בין איך, אָבער דאָך אַ זון.
עס זאָל פֿאַר קיינעם ניט זײַן קיין חידוש —
ניטאָ וואָס זיך צו וווּנדערן דערפֿון,
וואָס כ׳רוף דיך אָן מײַן מאַמע־לשון ייִדיש! (ז׳ 33)

בעלאָוסאָוו באַדויערט אויך דאָס ניט־דער­שאַצן פֿון ייִדיש־לשון אין דער ייִדי­שער מדינה.

איך האָב אַהער געטראָגן פֿײַער אין די פּאָלעס,
געהאָפֿט דאָ אויפֿבלאָזן די רעשט פֿון אונדזער הייליקן געזאַנג —
און פּלוצעם אינעם ייִדן־לאַנד איך פֿיל זיך גאָר אין גלות
און איך פֿאַרנעם ניט קיין שום ווידער­קלאַנג. (ז׳ 143)

אין אַ ריי לידער דערמאָנט אַלכּסנדר בעלאָוסאָוו מיט גרויס יראת־הכּבֿוד זײַנע חבֿרים, די ייִדיש־סאָוועטישע דיכטער: שמואל האַלקין, מאָטל גרוביאַן, שיקע דריז; ער לויבט זייער מוט און באַוויינט זייער מאָרד דורך די סטאַלינישע הענקער. איז דעריבער זייער קשה, וואָס די זאַמלונג ענדיקט זיך מיט אַ קורץ לויב־ליד צו דער סאָוועטישער מאַכט, וואָס וואָלט כּלומרשט געהאַלטן אין צוים די מוסולמענישע טעראָריסטן פֿון בין־לאַדענס סאָרט. ווײַזט אויס, אַז בעלאָוסאָווס קאָמוניסטישע גירסא־דינקותא האָט זיך ניט אין גאַנצן אויס­גע­וועפּט, ווײַל אין אַ בריוו צום שרײַבער ירחמיאל בריקס (געדרוקט אין "ייִדישע קולטור", מערץ 1971) דערקלערט ער: "איך וויל קאָמוניזם פֿאַר דער גאַנצער וועלט. און איך גלייב, אַז, סוף־כּל־סוף, וועט ער זיגן אין דער גאַנצער וועלט" (ז׳ 158).

נאָך אַלעמען איז בעלאָוסאָוו געווען אַ טראַגישע פֿיגור. ער פֿלעגט זײַן עלנטקייט און צעריסנקייט אָפֿט פֿאַרטויבן מיטן ביטערן טראָפּן. ער איז געשטאָרבן יונג און איז באַערדיקט, מיט דער הסכּמה פֿון דער ירושלימער חבֿרה־קדישא, אויפֿן ייִדישן בית־עולם אין גבֿעת־שאול אָן אַ ייִדישן אָדער קריסטלעכן צערעמאָניאַל.