אַסיע ווײַסמאַן |
פֿאַראַן גרויסע זינגער, מיט קעלער וואָס קענען פֿאַרהילכן אַ זאַל. פֿאַראַן מוזיקער וואָס לאָזן זיך געדענקען די מינוט וואָס זייער מוזיק קריגט פֿליגל און פֿלאַטערט אַרום דער וועלט. און אַזוי ווי בײַ אונדז איז אַ זעלטנקייט צו הערן אַ רעפּערטואַר פֿון אַ יונגער אינטעליגענטער און אַ באַשיידענער זינגערין, איז פֿאַר מיר געווען אַ פֿאַרגעניגן צו זען און צו הערן מײַנע אַן אַמאָליקע תּלמידה אַסיע ווײַסמאַן, מיט אַ רעפּערטואַר פֿון זעלטענע ייִדישע לידער. איך זאָג זעלטענע, ווײַל מען הערט זיי זייער זעלטן. בדרך־כּלל נעמען זיך נישט די מי ייִדישע זינגער און זינגערינס אַרײַנצוקוקן אין אונדזער רײַכן לידער־אַלבאָם.
האָט זיך אַזוי געמאַכט, אַז דער ייִדישער קולטור־קאָנגרעס האָט אײַנגעאָרדנט אַן אָוונט, געווידמעט אונדזער אַמאָליקער טשערנאָוויץ, ווען זי איז נאָך געווען אַ ברויזנדיקע ייִדישע שטאָט, וווּ עס האָבן זיך געפֿונען אַ סך ייִדן און צווישן זיי פּאָעטן און שרײַבער, מענטשן פֿון קונסט און שעפֿערישקייט. דעריבער האָט די זינגערין אַסיע ווײַסמאַן, וועלכע איז אַליין געבוירן געוואָרן אין טשערנאָוויץ אין 1983, אויסגעקליבן אַ פּראָגראַם געווידמעט אַ קנאַפּער צאָל ייִדישע ווייניקער באַקאַנטע, און די וואָס האָבן זיך שוין פֿאַרדינט אַ שם בײַ ייִדן, פּאָעטן און מוזיקער ווי מאיר חרץ און לייבו לעווין, יעפֿים טשאַרני און ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, רחל קאָרן און קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, דוד איינהאָרן און שיקע דריז, סעלמאַ מייערבוים־אײַסינגער און אַסיע ווײַסמאַן. עס איז געגאַנגען אונטערן נאָמען "דער סוד פֿון מײַן האַרצן — לידער פֿון טשערנאָוויצער פּאָעטן און קאָמפּאָזיטאָרן". די פּראָגראַמקע איז געווען העכסט באַלערנדיק, וווּ אַסיע האָט אויך אָנגעגעבן אַ שטיקעלע ביאָגראַפֿיע פֿון יעדן איינעם פֿון דער פּלעיאַדע מוזיקער און פּאָעטן, מיט ענגלישער איבערזעצונג. אַ חוץ דעם אַלעם, האָט זי אַליין צוגעגעבן אַ פּאָר ווערטער וועגן דער פּראָגראַם. צווישן אַנדערן שרײַבט זי, אַז די לידער אַנטהאַלטן פֿאַרשיידענע זשאַנערס: ליבע־לידער, פֿילאָסאָפֿישע לידער, שלאָף־לידער און טאַנץ־לידער. און פֿאַרוואָס טשערנאָוויץ? ווײַל יעדער פֿון אָט די פּאָעטן איז אָדער געבוירן אין טשערנאָוויץ אָדער געווען ווי נישט איז פֿאַרבונדן מיט טשערנאָוויץ. זי דערציילט אויך, אַז אין טשערנאָוויץ איז געשטאַנען דאָס וויגעלע פֿון ייִדישן ליד און מוזיק און די אַלע קינסטלער, אַרײַנגערעכנט וועלוול זשבאַרזשער און אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען — אוראייניקלעך פֿון די בראָדער זינגער — וועלכע האָבן צעלייגט די פּלויטן צווישן וועלטן און יאָרהונדערטער אין ייִדישן מוזיקאַלישן און קינסטלערישן לעבן פֿון די אַמאָליקע ייִדן פֿון יענע מקומות. דער קלאַנג פֿון זייערע פּאָעמעס און מוזיק ציט זיך פֿון דער ווײַטער וועלט־פּאָעזיע וואָס האָט זיך דערזונגען אַזש קיין טשערנאָוויץ. זייער געזאַנג האָט דעם אַראָמאַט פֿון סענטימענט, ראָמאַנטיק, אַ צעזונגענע ייִדישע לאַנדשאַפֿט, און די ציגײַנערשע דוינע. פֿאַרשטייט זיך, אַז דער העכסט באַוווּסטער צווישן זיי איז געווען איציק מאַנגער. אָבער אַסיע האָט אים אַרויסגעלאָזט פֿון דער רשימה, און דווקא געגעבן ס'וואָרט די ווייניקער באַוווּסטע דיכטער. און איך מוז אײַך זאָגן, אַז איר אָפּקלײַב איז געווען גלענצנדיק. זי האָט אַרײַנגענומען פֿערצן לידער אין איר רעפּערטואַר, צווישן זיי לידער, וואָס זי אַליין האָט פֿאַר זיי פֿאַרפֿאַסט די מוזיק.
רעדנדיק פֿון אַליין פֿאַרפֿאַסן ייִדישע מוזיק, זײַנען יאָ פֿאַראַן בײַ אונדז העכסט באַגאַבטע חבֿרה וואָס קענען דערלאַנגען זייער אייגענע מוזיקאַלישע סחורה, צווישן זיי, בנימין שעכטער, וועלכער צייכנט זיך אויס אין פֿאַרפֿאַסן מוזיק צו ווערטער־טעקסטן. פֿאַרשטייט זיך, אַז בײַ געזונטע באַדינגונגען וואָלט מען דעם בחור אויפֿגעכאַפּט. לעבן מיר דאָך אין אַ ייִדיש־קינסטלערישן מידבר, אָן אַ געלעגנהייט געהערט צו ווערן. און איך רעד דאָ נישט צו די אויסגעדראָשענע, צעקאַליעטשעטע און טאַלאַנטלאָזע עם־הארצישע אויפֿטריטן דאָ און דאָרט, און וווּנדער דערבײַ. מען מעג שוין זינגען ניבֿול־פּה אויך אויף דער כּמו־ייִדישער בינע, און דער עולם כאָכאָטשעט. מען מעג איבערזעצן ריזיקע מוזיקאַלישע ווערק פֿון באַרימטע בריטישע קאָמפּאָזיטאָרן און ליריקער אויף ייִדיש וואָס האָבן קיין שום שײַכות נישט מיטן אָריגינאַל, וועט דער עולם קײַכן. מען מעג שטעלן אַ טשעפּוכאַ מיט גראַם־שטראַם מאַך מיר אַ לעטניק, אַז קיינער איז שוין נישט געבליבן אָפּצושאַצן די ווילדע טענער, ווי רייזענס קירכן־גלאָקן, וואָס האָבן אַזוי געשראָקן. הײַנט שרעקן אונדז די אויפֿטריטן פֿון טשעפּוכאַ, וואָס איז אַ שאַנדע פֿאַר דער וועלט.
וואָס עס קומט יאָ פֿאָר אויף דער ייִדישער גאַס. עס באַווײַזן זיך פֿרומע יונגע־לײַטלעך בײַ אַ סך ייִדישע אונטערנעמונגען. פֿאַר זיי איז עס גאָר אַ נײַעס. זיי האָבן קיין מאָל נישט געזען קיין ייִדיש טעאַטער, קיין מאָל נישט געהערט דאָס ייִדישע קינסטלערישע וואָרט, אַ קאָנצערט. פֿון יענע מקומות פֿון וואַנען זיי קומען איז עס אָסור. דער עיקר, קול־אישה. ס'איז נישט דערלויבט פֿאַר מענער צו הערן דאָס קול פֿון אַ פֿרוי בײַם זינגען, און דאָ — אַ פֿרײַע וועלט, מען מעג. טוען זיי זיך מחיה. זיי זײַנען נישט איבערקלײַבעריש. אַ גוטער ייִדיש — אַ שלעכטער ייִדיש, אַלץ איינס. זיי אַליין רעדן אַ באַזונדערע געמישטע שפּראַך. די ייִדישע ליטעראַטור איז פֿאַר זיי פֿרעמד. דאָס קינסטלערישע ייִדישע וואָרט עקזיסטירט נישט פֿאַר זיי. דעריבער פּאָסמאַקעווען זיי זיך מיט דעם וואָס זיי זעען אויף דער בינע. פֿאַר זיי איז אַלץ גוט. אַ שאָד נאָר וואָס אונדזערע קונסט־פֿאַרזאָרגער אַליין האָבן זיך אַראָפּגעלאָזט אַזוי נידעריק, אַז זיי פּאַסן זיך אַרײַן אין דער ייִדישער וועלט פֿון תּוהו־ובֿוהו.
און דאָ באַווײַזט זיך אַ פּנים־חדשות אין דער ייִדישער וועלט, גרייט צו גאָר אַ נײַעם צוגאַנג צום ייִדישן ליד. און איך רעד וועגן אינטערעס, אונטערנעמונגס־גײַסט און אַ נײַער ענערגיע. און כאָטש אַסיען פֿעלט נאָך די וואָקאַלע קלאַנג־אַפּאַראַטור, פֿאַרמאָגט זי אָבער די אינטעליגענץ גובֿר צו זײַן אירע שוואַכקייטן. זי וועט אָבער דערגרייכן דאָס טעלערל פֿון הימל, זי פֿאַרמאָגט אַ קעמפֿערישן גײַסט. אַסיען האָבן באַגלייט צוויי באַקאַנטע קלעזמער־מוזיקער און זאַלבע דריט האָבן זיי אָנגעצונדן דעם עולם מיט ענטוזיאַזם און עמאָציע. די מוזיק וואָס האָט געהערט סײַ צו אַסיען און סײַ צו אַנדערע קאָמפּאָזיטאָרן איז נישט געווען נאָסטאַלגיש, נאָר עמאָציאָנעל, לאַגאָדנע און ס'האָט זיך מיר געדאַכט, אַז איך הער רוסישע טענער. אַסיע דערציילט, אַז נאָך טשערנאָוויץ האָבן זיי געוווינט אין מאָסקווע ביז זיי האָבן אין 1991 זיך איבערגעצויגן און זיך באַזעצט אין אַמעריקע. דאָ, אין באַרנאַרד־קאַלעדזש, אַ טייל פֿון קאָלומביע, האָט זי באַקומען איר באַקאַלאַריאַט, און פֿון דאַנען אַוועק אין האַרוואַרדער אוניווערסיטעט, וווּ זי שרײַבט אַ דיסערטאַציע וואָס האָט צו טאָן מיט ייִדישע לידער פֿון חסידישע פֿרויען.
ייִדן האָבן באַזונגען זייערע שטעט און שטעטלעך. זעלטן ווען מען האָט געהערט גויים באַזינגען לימעריק אין אירלאַנד אָדער גאָטענבונג אין שוועדן, צי שעפּעטעווקע אין אוקראַיִנע, אָדער טימבאַקטן אין אַפֿריקע. אין אַמעריקע זײַנען פֿאַראַן לידער וועגן ניו־יאָרק, שיקאַגאָ, אָקלאַהאָמאַ און אַלאַבאַמאַ. כ'וועל זיך מיט אײַך וועטן, אַז די לידער האָבן פֿאַרפֿאַסט ייִדן. בײַ אונדז באַזינגט מען בעלץ און ווילנע, יאַס און קאָלאָמיי, אָדעס און דזשאַנקוי. ייִדן האָבן זיך געפֿילט צוגעבונדן צו די שטעט און שטעטלעך, דערפֿער און ייִשובֿים, פֿון וועלכע זיי האָבן אָפּגעשטאַמט. מיט אַזוי פֿיל ליבשאַפֿט, ווי צו אַן אייגענער מאַמען, האָבן ייִדן באַזונגען יעדעס שטיינדעלע פֿון זייער שטעטעלע. איך האָב אַלע מאָל געטראַכט, אַז אין טשערנאָוויץ און פֿון דעם קאַרפּאַטישן דרײַ־לענדער־ווינקל — גאַליציע, רומעניע און אוקראַיִנע מיט די אַרומיקע געגנטן — איז דער הימל מיט די שטערן געווען אַ סך נעענטער צום לאַנד. די לופֿט, דאָס וואַסער, דער אַרום, דער אַראָמאַט. ייִדן האָבן יעדעס קרישקעלע אָפּגעשאַצט. דעריבער אַזאַ פּלעיאַדע פֿון ייִדישע שרײַבער, קינסטלער און פּאָעטן האָבן זיך געיאַוועט פֿון יענע מקומות, צווישן זיי נישט נאָר איציק מאַנגער, נאָר יעקבֿ פֿרידמאַן, שלמה ביקל (דער עסיייִסט און שרײַבער), און אַנדערע. עפּעס איז דאָרט געווען די אומגעבונג אַנדערש פֿון וואַרשע אָדער לאָדזש. פֿאַרהאַוועטע, פֿאַרהאָרעוועטע גרויסע שטעט, כאָטש פֿון דאָרט זײַנען אויך אַרויס ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן. זיי האָבן אָבער געזונגען אַן אַנדער ליד. ס'האָט זיי געפֿעלט די נאַטור, דער פּאַסטעך מיט דער פּאַסטושקע. די טשערעדע מיט קאַטשקעס און גענדזלעך. ייִדן האָבן געלעבט און געשאַפֿן אין פֿאַרשיידענע וועלטן, אַרומגערינגלט פֿון פֿאַרשיידענע פֿעלקער, פֿון וועלכע זיי האָבן גענאָסן. דער בעל־שם־טובֿ אַליין האָט ליב געהאַט אַרומצובלאָנקען צווישן קאָסעוו ביז קיטעוו אויפֿן וועג פֿון יענער לאַנדשאַפֿט. נאָך אַלעמען האָט מען דאָרט אַראָפּגעלאָזט אַ פּעקעלע הונדערטער מיט הונדערטער יאָרן.
הײַנט דערמאָנען מיר טשערנאָוויץ און ווילנע, ווײַל בײַ אונדז אין די אויגן האָבן זיי אויסגעזען ווי ייִדישע שטעט און שטעטלעך. אײַ, עס האָבן אין זיי אויך געלעבט גויים. דאָס האָט אונדזער פֿאַנטאַזיע מסביר געווען בזה־אופֿן — נישט־געלאַדענע געסט, קוואַרטיראַנטן. און בלויז אַזוי האָבן מיר געקענט שאַפֿן אַזוי פֿרײַ און אײַנגעקאָוועט אין דעם יסוד. קאַדיע מאָלאָדאָווסקי האָט באַזונגען בראַנזוויל אין ברוקלין. גלאַנץ לעיעלעס האָט באַזונגען ניו־יאָרק, משה נאַדיר, וועלכער האָט אַמאָל באַזונגען מאַראַיעוו, האָט מיט אַ מאָל גענומען באַזינגען ריווינגטאָן־סטריט. י. י. שוואַרץ האָט אַפֿילו באַזונגען קענטאַקי. וואָס ס'האָט געפֿעלט אין די אַלע לידער איז געווען דער יסוד, די אײַנגעבירגערטקייט, די דורותדיקע יניקה. עס האָט געפֿעלט דאָס געפֿיל פֿון דער היים, דער מאַמעס מאכלים, דעם רבינס טאַדלען "יונגאַטש". ביזן הײַנטיקן טאָג באַזינגט מען ווייניק דילענסי און אָרטשאַרד־סטריט, אָבער טשערנאָוויץ... שוין אַוועק זעכציק יאָר נאָכן חורבן און מיר דערמאָנען נאָך אַלץ טשערנאָוויץ. כ'גלייב נישט, אַז זביגניעוו בזשעזינסקי זאָל דערמאָנען אַזוי פֿיל מאָל וואַרשע ווי מיר, ייִדן, דערמאָנען די נאַלעווקעס, כאָטש דער דור פֿון די נאַלעווקעס אין וואַרשע און באַלוט אין לאָדזש גייט צו ביסלעך אַוועק פֿון דער וועלט און ס'וועט שוין קיינער נישט בלײַבן זיי צו דערמאָנען. מיר, ייִדן, האָבן אַ לאַנגן זכּרון, בײַ אונדז ווערט אַלץ פֿאַרצייכנט און פֿאַרנאָטירט. עם־הספֿר.
און דאָ מוז איך אָפּגעבן אַ יישר־כּוח דעם אָנפֿירער פֿון ייִדישן קולטור־קאָנגרעס, שיין בייקער. וואָס ער האָט באַוויזן אויפֿצוטאָן מיט זײַנע אָוונטן, קאַווע־צונויפֿקומען, פֿאָרלעזונגען און קאָנצערטן אויף אַזאַ קליינעם שטח אין ייִדישן קולטור־קאָנגרעס, איז צו באַוווּנדערן. יאָרן־לאַנג איז עס אײַנגעשטאַנען אין די הענט פֿון אַן אַלטער גוואַרדיע, וועלכע האָבן אָפּערירט אונטערן זעלבן פּלאַקאַט ווי אַלע אַלטע אָנפֿירער פֿון ייִדישע אינסטיטוציעס, "אַפּרע מואַ, דעלוזש" — נאָך מיר זאָל קומען דער מבול; איך וועל שוין זײַן אַ בר־מינן, קיינער איז דאָך שוין סײַ ווי נישט פֿאַרבליבן, נעם איך דעם שליסל און פֿאַרשליס די טיר נאָך זיך. אָבער זינט שיין בייקער האָט עס גענומען אין די הענט אַרײַן, האָט די אינסטיטוציע אויפֿגעלעבט. ער איז ענערגיש, אַ מענטש מיט קלאָרע געדאַנקען און אָן אונטערשיסעלעך. ער דאַרף זיך מיט קיינעם נישט אָפּרעכענען. דעריבער איז דער קאָנצערט, געווידמעט טשערנאָוויץ מיט אַסיע ווײַסמאַן געווען אַזוי געלונגען. ס'איז געקומען אַ שיינער עולם און הנאה געהאַט. הלוואַי וואָלט מען געעפֿנט דעם "היברו עקטאָרס יוניאָן" פֿאַר אַזעלכע אונטערנעמונגען; אַ בנין שטייט ליידיק און קיינער שמעקט נישט אַרײַן דערין. ווידער אַ מאָל האָט דער בנין געליטן פֿון די פֿאַרעקשנטע, נאָך מיר דער מבול־זקנים, וואָס האָבן קיינעם נישט אַרײַנגעלאָזט, נאָר אַליין גערייכערט דאָס לעמפּל ביז דאָס לעמפּל איז אויסגעגאַנגען. און דאָס זעט אויס צו זײַן דער גורל פֿון דעם ביסעלע ייִדישן זשיפּעכץ. קיינער זאָרגט נישט פֿאַר דער צוקונפֿט, ווײַל די צוקונפֿט איז אויסגעגאַנגען מיטן פֿאַררייכערטן פֿערציק וואַט־לעמפּל, וואָס האָט אויסגעהויכט איר נשמה פֿאַר אונדזערע אויגן, אָבער נישט אַרײַנגעלאָזט. שאַרפֿע ווערטער. אָבער קיינער רופֿט זיך בײַ אונדז נישט אָן; בלויז איך טשעפּע די פֿאַרשלאָפֿענע. די צרה איז, אַז איך אַליין ווער אויך אַוועקגעווישט מיט דער כוואַליע. איך בין געקומען הײַנט צו באַזינגען אַסיע ווײַסמאַן און נישט צו באַוויינען דעם ייִדישן גורל. דאָס לעבן איז שטאַרקער פֿון אונדז און ווער ווייסט, אפֿשר וועט פֿון ערגעץ וווּ עפֿענען זיך אַ לעבעדיקער קוואַל און אונדז ראַטעווען. הלוואַי!