קיין "בליצקריג" אין איראַק, ווי מ׳האָט אַפּנים געמיינט, האָט זיך נישט באַקומען. מ‘איז אַרײַן אין יענע זומפּן מיט ביידע פֿיס. הײַנט דערקלערט דער הויפּט פֿון דעם אַמעריקאַנער מיליטער אין איראַק, גענעראַל דייוויד פּעטרעוס, אַז די אַמעריקאַנער אַרמיי איז "אַרײַנגעשלעפּט געוואָרן אין אַן ‘אַכזריותדיקן קריג’; און אַז ‘איידער עס וועט ווערן אַ ביסל לײַכטער, וועט זײַן זייער שווער’".

דער בראַווער גענעראַל האָט אויך דער­מאָנט אין זײַן אינטערוויו דעם קאָרעס­פּאָנ­דענט פֿון BBC, אַז די מלחמה אין איראַק איז נישט דער איינציקער קאָנפֿליקט אין דער געשיכטע, וואָס אויף צו לייזן אים זײַנען אַוועק לאַנגע יאָרן; און ווי אַ בײַ­שפּיל ברענגט ער דעם קאָנפֿליקט אין צפֿון־אירלאַנד. ס׳איז שווער צו אַמפּערן זיך מיט גענעראַל פּעטרעוס, בפֿרט אַז ער איז גערעכט. צוריק גערעדט, צי דען ווייסן נישט וועגן דעם אויך יענע היציקע קעפּ אין די הויכע פֿענצטער פֿון וואַשינגטאָן, וועלכע רופֿן וואָס גיכער זיך צוריקצוציִען פֿון איראַק?

בײַשפּילן זײַנען באמת דאָ און נישט ווייניק פֿון פֿאַרשלעפּטע אויף לאַנגע יאָרן מלחמות. לייזן זיי אויף אַן אופֿן פֿון "צוריקצי־בליץ", מיינט פֿאַרפֿלאַנצן פֿרישע זוימען פֿון אַ צווייטער מלחמה. אַזוי איז געווען מיט 25 יאָר צוריק, ווען ישׂראל האָט זיך מיט אַ "בליץ־קריג" אַרײַנגעריסן אין לבֿנון און איז געבליבן דאָרט שטעקן אויף קנאַפּע 18 יאָר. מיט 6 יאָר צוריק האָט דער דעמאָלטיקער פּרעמיער אהוד ברק דורכגעמאַכט אַ "צוריקצי־בליץ", וואָס האָט געבראַכט צו דער אַזוי גערופֿענער צווייטער מלחמה אין לבֿנון, וואָס איר יאָרטאָג ווערט די טעג אָפּגעמערקט אין ישׂראל (לייענט י. לודענס אַרטיקל, זז‘ 1, 3).

אין אַמעריקע וואַקסט טאַקע די כוואַליע פֿון אומצופֿרידנקייט מיט דער מלחמה אין איראַק; און אין דער הייך פֿון דער כוואַליע גייט אָן די איצטיקע פּרעזידענטן־קאַמפּאַניע. מע וואָלט געדאַרפֿט אָבער פֿאַרשטיין, אַז אַן אײַליקער צוריקצי פֿון דאָרטן, קאָן זיך שפּעטער אומקערן, ווי אַ בומעראַנג, מיט נאָך שרעקלעכערע צרות סײַ פֿאַר איראַק גופֿא, סײַ פֿאַרן מיטעלן מיזרח, סײַ פֿאַר אַמעריקע און סײַ פֿאַר דער גאַנצער וועלט.

ישׂראל מוז שוין ווידער

זעט אויס, אַז אין גיכן וועט צוקומען אַ נײַער "פּלאַן" פֿון אויסרעגולירן דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. טאָני בלער, דער געוועזענער פּרעמיער־מיניסטער פֿון ענגלאַנד און דער פֿריש־אָפּגעבאַקענער שליח אין מיטעלן מיזרח פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן "קוואַרטעט", האָט באַקומען פֿון צען אייראָפּעיִשע אויסערן־מיניסטאָרן אַ פֿאָדערונג־בריוו צו שאַפֿן אַן אינטערנאַציאָנאַלן כּוח, וואָס זאָל האָבן אַ "פֿאַרלאָזלעכן מאַנדאַט" אײַנצושטיין אויף די פּאַלעסטינער שטחים.

אַזוי ווי דער בריוו איז אַן אָפֿענער, טראָגט זײַן אינהאַלט נישט קיין סודות. וואָס ער טראָגט יאָ, איז אַ סך עצות און פֿאָדערונגען, קודם־כּלל, צו ישׂראל, פֿאַרשטייט זיך. למשל: ישׂראל "מוז" אַרויסהעלפֿן מאַכמוד אַבאַסן אָנצוגיין ווײַטער, און צוליב דעם "מוז" די ישׂראל־רעגירונג אויסצאָלן דער אויטאָנאָמיע די שטײַער־געלטער, אַרויסלאָזן די פּאַלעסטינער אַרעסטאַנטן, פֿאַרמישפּט פֿאַר שווערע פֿאַרברעכנס, אויפֿהערן אויפֿצושטעלן נײַע ייִשובֿים און ליקווידירן די שוין עקזיסטירנדיקע אומגעזעצלעכע ייִשובֿים. און נאָך און נאָך אַנדערע "מוזן"...

אַוודאי מוז מען פֿאָדערן בײַ דער ישׂראל־רעגירונג, ווײַל פֿאָדערן בײַ די פּאַלעסטינער איז אַן אומזיסטיקע טירחה. די אַלע ביז־איצטיקע אינטערנאַציאָנאַלע "פּלענער" צו קומען צו אַ שלום זײַנען דאָך באַשטאַנען, קודם־כּל, פֿון פֿאָדערונגען צו ישׂראל; אָבער צעשטערט זײַנען זיי געוואָרן צוליב די פּאַלעסטינער.

לעצטנס, האָבן די אָפֿיציעלע פֿאָרשטייער פֿון דער אַראַבישער ליגע אויך געמאָלדן, אַז זיי ווילן באַזוכן ישׂראל. הגם קיין פּינקטלעכע דאַטע פֿון דער באַגעניש איז נאָך נישטאָ און מע האַלט נאָך נישט דערבײַ, ווערן אָבער שוין אַרויסגעשטעלט פֿאָדערונגען צו דער ישׂראל־רעגירונג: מע "מוז" פֿאַרלאָזן אַלע טעריטאָריעס וואָס זײַנען בײַ ישׂראל געבליבן פֿון נאָך דער 6־טאָגיקער מלחמה, דאָס הייסט, פֿון יאָר 1967; חוץ דעם "מוז" געשאַפֿן ווערן אַ פּאַלעסטינער מדינה און געלייזט ווערן די פּראָבלעם פֿון די פּאַלעסטינער פּליטים; מע מוז...

און אפֿשר וואָלט שוין כּדאַי געווען, אַז סײַ די מערבֿ־וועלט און סײַ די אַראַבישע וועלט זאָלן אויפֿהערן אַזוי פֿיל "מוזלען" לגבי ישׂראל. שוין זשע איז נאָך ביז אַהער נישט קלאָר, פֿון וואַנען עס קומט די חלאת אַרויס?