בעת דעם קאָנצערט "שלום אויף שעראָקאַ־גאַס" |
דער 17טער ייִדישער קולטור־פֿעסטיוואַל אין קראָקע, וואָס האָט זיך פֿאַרענדיקט פֿאַראַכטאָגן זונטיק, האָט אַרויסגערופֿן אַ זעלטענעם ענטוזיאַזם אין דער פּוילישער מעדיאַ, וועלכע האָט באַצייכנט די אונטערנעמונג ווי "עפּעס אויסערגעוויינטלעכס" און "אומפֿאַרגעסלעך". לויט אַ שאַצונג פֿון דער פּאָליציי, האָט די הויפּט־אַטראַקציע — אַ דרויסנדיקער 6־שעהדיקער קאָנצערט פֿון ייִדישער און קלעזמער־מוזיק מיטן נאָמען "שלום אויף שעראָקאַ־גאַס" — צוגעצויגן בערך 13,000 מענטשן, און דערבײַ פֿאַרזיכערט, אַז דער קראָקער פֿעסטיוואַל איז הײַנט די סאַמע גרעסטע ייִדישע קולטור־אונטערנעמונג אויף דער וועלט.
דער נײַן־טאָגיקער פֿעסטיוואַל, וואָס קומט פֿאָר יעדן זומער אינעם היסטאָרישן ברוקירטן ייִדישן קוואַרטאַל, קוזמיר (אויף פּויליש — קאַזימיערץ), איז אָבער מיט איין פּרט זייער אַנדערש ווי די ייִדישע אונטערנעמונגען אין אַמעריקע און ישׂראל: כּמעט 85% פֿון די באַזוכער, און ס׳רובֿ פֿון די אָרגאַניזירער און אָנפֿירער, זײַנען בכלל נישט קיין ייִדן.
דער "דיריגענט" פֿונעם פֿעסטיוואַל, יאַנוש מאַקוך, וועלכער איז דערצויגן געוואָרן אין אַ קאַטוילישער היים, האָט אין אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס" דערקלערט, אַז זײַן ציל איז נישט צו פֿאַרווײַלן דעם עולם, נאָר צו לערנען די פּאָליאַקן און די אַנדערע גויים וועגן דער ייִדישער קולטור, וואָס האָט הונדערטער יאָרן געבליט אין זייער לאַנד, אָבער וואָס איז כּמעט פֿאַרגעסן געוואָרן, צוליב דער טאָפּלטער טראַגעדיע פֿונעם חורבן און פֿון דער רעפּרעסיווער קאָמוניסטישער רעגירונג.
"קראָקע לעבט הײַנט אינעם שאָטן פֿון אוישוויץ — האָט מאַקוך באַמערקט — אָבער די שטאָט איז אויך אַן אָרט, וווּ די ייִדן האָבן געשאַפֿן אַ שפּרודלדיקע קולטור. און איצט, ווען דער קאָמוניזם איז זיך פֿונאַנדערגעפֿאַלן, האָט די יוגנט אַ געלעגנהייט זיך צו דערוויסן, אַז די פּוילישע קולטור איז נישט מאָנאָליטיש. צום גליק, האָבן די יונגע הײַנט נישט די קאָמפּלעקסן פֿון זייערע טאַטע־מאַמעס און זיידע־באָבעס. האָפֿנטלעך, וועלן מיר אויף דעם אופֿן קאָנען אויסמײַדן דעם אַנטיסעמיטיזם." זײַן השערה איז טאַקע גאַנץ רעאַליסטיש: צווישן די 50 יונגע וואָלונטירן, וואָס האָבן אַרויסגעהאָלפֿן יאַנוש מאַקוכן מיטן פֿעסטיוואַל, זענען אַלע, אַחוץ דרײַ פֿון זיי, געווען נישט־ייִדן.
דער אָרגאַניזאַטאָר, יאַנוש מוקאַך |
Credit: Pawel Mazur |
במשך פֿון הונדערטער יאָרן איז קוזמיר געווען דער גײַסטיקער צענטער פֿונעם פּוילישן ייִדנטום און פֿון אַ צאָל תּלמידי־חכמים, דער באַרימטסטער פֿון זיי — ר׳ משה איסערלס (דער רמ״אָ). דער בית־עולם, וווּ עס געפֿינט זיך זײַן קבֿר הייסט טאַקע דער "רמ״אָ־בית־עולם", און בעתן פֿעסטיוואַל, האָט דער הויפּט־רבֿ פֿון גאַליציע, ר׳ חיים־ברוך (עדגאַר) גלאָק, אָנגעפֿירט מיט אַ פּרטימדיקן טור איבערן הייליקן אָרט.
דער פֿעסטיוואַל איז פֿינאַנצירט געוואָרן פֿון דער פּוילישער רעגירונג, דער שטאָט קראָקע, "די ניו־יאָרקער פֿרײַנד פֿונעם קראָקעווער ייִדישן קולטור־פֿעסטיוואַל" און די "טאַובע־פֿונדאַציע פֿאַרן ייִדישן לעבן און קולטור" אין סאַן־פֿראַנציסקאָ. במשך פֿון די נײַן טעג האָט מען אָפּגעהאַלטן בערך 100 אַקטיוויטעטן, אַרײַנגערעכנט טאָג־טעגלעכע טורן פֿון די זיבן שילן און בית־עולמס, ייִדיש־ און הערברעיִש־קלאַסן, פֿילמען, לעקציעס, אויסשטעלונגען, וואַרשטאַטן פֿון ייִדישער קאָכערײַ, קאַליגראַפֿיע און חסידישע טענץ, טרעפֿונגען מיט ייִדישע שרײַבער און אַ טראַדיציאָנעל שבתדיק דאַווענען.
אין פֿאַרגלײַך מיט די בײַטאָגיקע אַקטיוויטעטן, וואָס האָבן בלויז געקאָסט צווישן 5 און 12 זלאָטעס (2־4 דאָלאַר), האָבן די קאָנצערט־בילעטן דערגרייכט צווישן 45 און 150 זלאָטעס, זיכער נישט ביליק פֿאַרן דורכשניטלעכן פּוילישן אײַנוווינער. דאָך, האָט עס נישט אָפּגעשטעלט די פּאָליאַקן פֿון קומען; פֿאַרקערט, אויף יעדן קאָנצערט איז דער זאַל געווען געפּאַקט ביז צו דער טיר.
דער פֿעסטיוואַל האָט זיך אָנגעהויבן מיט צוויי פּראָגראַמען פֿון חזנות — איינער אין דער "טעמפּל־סינאַגאָגע" מיט דרײַ אָנגעזעענע חזנים און אַ ייִנגל־כאָר פֿון ירושלים; דער צווייטער — אין באָבאָוו, וווּ אַ באַקאַנטער באָבאָווער חסיד, בן־ציון מילער, איז אויפֿגעטראָטן אין דער אָרטיקער רעמאָנטירטער שיל. דער קאָנצערט איז בשותּפֿות געשטיצט געוואָרן פֿון אַ צווייטער אונטערנעמונג, "די יאָרצײַט־טעג פֿונעם גאַליציאַנער שטעטל", אַ יערלעכע הזכּרה נאָך די אומגעבראַכטע ייִדן פֿון טורנע.
דזשאָאַנאַ קרוטשאַק, אַ 32־יאָריקער קאַטוילישע פּירסום־דירעקטאָרין פֿון קראָקע, וועלכע קומט שוין דאָס פֿערטע יאָר אויפֿן פֿעסטיוואַל, האָט איבערגעגעבן, אַז דער חזנות־קאָנצערט איז געווען איר באַליבטסטער טייל. "איך האָב זיך צעוויינט, ווײַל מע דערקענט, אַז דאָס געזאַנג קומט אַרויס פֿון האַרצן," האָט זי באַמערקט. אויף דער פֿראַגע, פֿאַר וואָס קומט זי יעדעס יאָר, האָט זי געענטפֿערט: "ס׳איז נישטאָ קיין גלײַכן. עס קומען זיך צונויף מענטשן פֿון אַלע עלטערס און קולטורן. דאָס ערשטע מאָל וואָס כ׳בין געקומען אַהער, האָט עס מיך אַזוי גערירט, אַז גלײַך נאָך דעם בין איך, צום ערשטן מאָל אין לעבן, געפֿאָרן קיין ישׂראל און באַזוכט ירושלים, בית־לחם און תּל־אָבֿיבֿ."
דער הויפּט־רבֿ פֿון גאַליציע, ר׳ חיים-ברוך גלאָק, פֿירט אַ טור איבערן "רמ״אָ־בית־עולם" |
בײַם סאַמע ערשטן פֿעסטיוואַל, אין 1988, איז קוזמיר געווען אַן אָפּגעלאָזענע געגנט, באַקאַנט פֿאַר אירע נאַרקאָמאַנען און פֿאַרברעכער — אַ טרויעריקער פּועל־יוצא פֿונעם באַשלוס מצד די קאָמוניסטן צו "פֿאַרשיקן" אינעם אויסגעליידיקטן ייִדישן קוואַרטאַל די "אויסוווּרפֿן" פֿון דער געזעלשאַפֿט. אָבער נאָך דעם ווי עס האָבן אָנגעהויבן זיך אַרײַנציִען אַהין קינסטלער און מוזיקער, האָט די געגנט אָנגענומען אַ גוטע רעפּוטאַציע, און סײַ די שטאָט, סײַ פּריוואַטע קוואַלן האָבן אָנגעהויבן אַנטפּלעקן איר פּאָטענציאַל. אין פֿאַרגלײַך מיט וואַרשע, וווּ כּמעט אַלע בנינים זענען חרובֿ געוואָרן פֿון די באָמבאַרדירונגען בעת דער מלחמה, זענען די כּמעט 200־יאָריקע בנינים אין קוזמיר געבליבן גאַנץ. הײַנט, אַז ס׳רובֿ פֿון זיי זענען פֿריש באַמאָלן און רעמאָנטירט, דערקענט מען דעם אַלט־מאָדישן חן, וואָס האָט געפֿעלט בעת דער קאָמוניסטישער תּקופֿה.
בערך אַ העלפֿט פֿון די סעסיעס בײַם פֿעסטיוואַל האָט מען אָנגעפֿירט אויף ענגליש, מיט פּוילישער איבערזעצונג; די אַנדערע — פֿאַרקערט. פּאַוועל פּילך, אַ 34־יאָריקער איבערזעצער האָט געזאָגט, אַז בעת אַ רעפֿעראַט וועגן דעם רעליגיעזן שורש פֿון ייִדישע ווערטער, אָנגעפֿירט פֿון מײַקל וועקס, מחבר פֿון Born to Kvetsh, האָבן פּילך און זײַן אַסיסטענט געמוזט גיך צוטראַכטן פּוילישע עקוויוואַלענטן פֿון ייִדישע אויסדרוקן ווי "אַ נעכטיקער טאָג" און קאָמפּליצירטע לשון־קודשדיקע טערמינען. "בעת איך האָב געפּרוּווט אָנכאַפּן דאָס ריכטיקע וואָרט, בין איך געווען אַזוי נערוועז, אַז איך האָב אָנגעהויבן ׳רעדן מיט די הענט׳ אויף אַ ייִדישלעכן אופֿן."
אַגניעסקאַ לעגוטקאָ, אַ 32־יאָריקע פֿרוי געבוירן און דערצויגן אין קראָקע, האָט אָנגעפֿירט מיטן טור פֿון די שילן אין קוזמיר. הגם זי שטאַמט פֿון אַ קאַטוילישער משפּחה, האָט זי זיך גוט אויסגעקענט אויף די ייִדישע מינהגים און רעליגיעזע חפֿצים, רופֿנדיק זיי בײַם לשון־קודשדיקן נאָמען. חבֿרטע לעגוטקאָ האָט זיך באַקענט מיטן ייִדישן לעבן־שטייגער נאָך דעם ווי איר מאַמע האָט זי מיט יאָרן צוריק געבראַכט צום פֿעסטיוואַל. זי איז דעמאָלט אַזוי פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון דער ייִדישער קולטור, אַז הײַנט איז זי אַ דאָקטאָראַנט אין דער ייִדישער ליטעראַטור בײַם קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט און לערנט די ייִדישע שפּראַך — מיט ייִדישע סטודענטן!
ווי יעדעס יאָר זענען די פּאָפּולערסטע קאָנצערטן בײַם פֿעסטיוואַל געווען פֿאַרבונדן מיט ייִדיש געזאַנג, חזנות און קלעזמער־מוזיק. בלויז צוויי אָדער דרײַ פֿון די קלעזמער־קאַפּעליעס האָבן טאַקע געשפּילט די טראַדיציאָנעלע ייִדישע מעלאָדיעס; די נײַן אַנדערע האָבן צונויפֿגעגאָסן קלעזמער־מוזיק מיט אַנדערע סטילן ווי דזשעז, טאַנגאָ און היפּ־האָפּ. בעת אַלע קאָנצערטן האָט כּמעט יעדעס ליד אַרויסגערופֿן ווילדע אַפּלאָדיסמענטן און געשרייען. ס׳רובֿ זענען פֿאָרגעקומען אין דער פּרעכטיקער, "טעמפּל־סינאַגאָגע" און אַנדערע — אין מער אינטימע ערטער ווי "אַלכעמיע" — אַ פֿאַררייכערטער נאַכט־לאָקאַל, ראָמאַנטיש באַלויכטן מיט פֿלאַקערנדיקע ליכטלעך.
די שילד פֿון אַ ייִדישן רעסטאָראַן אין קוזמיר |
אין צווישן דער פֿריילעכער מוזיק זענען אָבער בײַ געוויסע ייִדישע באַזוכער אויך געווען מאָמענטן פֿון דיסאָנאַנץ. אַ ניו־יאָרקער ייִד, דערצויגן אין פּוילן, האָט דערציילט, אַז ער האָט געהערט, ווי אַ יוגנטלעכער אויף דער גאַס האָט אַרויסגעשאָסן מיט אַ פּוילישן ניבֿול־פּה קעגן ייִדן. "די קללה איז געווען אַזוי גראָב, אַז איך האָב עס קיין מאָל אַפֿילו נישט געזען געדרוקט," האָט ער געזאָגט. אַ צווייטער גאַסט, פֿון ענגלאַנד, האָט איבערגעגעבן, אַז בעת אַ טור פֿון זיבן געוועזענע שטעטלעך, וווּ די מאַנסבילן האָבן געטראָגן יאַרמלקעס, האָבן עטלעכע אָרטיקע קינדער אָנגעצילעוועט זייערע שפּיל־ביקסן אויף זיי און גענומען "שיסן".
יאַן צודאַק, אַן אַמעריקאַנער־געבוירענער פּאָליאַק, וועלכער וווינט הײַנט אין כעלם, האָט דערקלערט, אַז ס׳רובֿ פּוילישע קינדער ווייסן כּמעט גאָרנישט וועגן דעם חורבן, ווײַל דעם לימוד לערנט מען נישט ביז דער מיטלשול. "צום טייל איז עס אויך, ווײַל ס׳רובֿ דערוואַקסענע אין פּוילן, וואָס ווייסן יאָ וואָס ס׳איז געשען, אָדער וואָלטן געדאַרפֿט וויסן, האָבן נאָך אַלץ נישט אָנגענומען דאָס אַחריות פֿאַר די אַכזריותן, פֿון די פּאָליאַקן צו די ייִדן. ווען מע דערמאָנט יעדוואַבנע, אָדער די פּאָגראַמען נאָכן חורבן, ענטפֿערן זיי: ׳יאָ, אָבער לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, אַז אַ סך פּאָליאַקן האָבן אויך געראַטעוועט ייִדן פֿון די דײַטשן.׳ תּיכּף זענען זיי גרייט מיט אַן ענטפֿער."
מאַגדאַ בראַניעווסקאַ, אַ וואַרשעווער אײַנוווינערין, וועלכע אַרבעט אינעם פֿינאַנץ־אָפּטייל פֿון דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע, האָט געזאָגט, אַז עס שטערט איר וואָס ס׳איז נישטאָ קיין טאָוול לזכּרון די ייִדישע קרבנות, אומגעקומען בעת אַ פּאָגראָם לעבן דער טעמפּל־סינאַגאָגע, אין אויגוסט 1945. "איך פֿאַרשטיי נישט פֿאַר וואָס די ייִדישע קהילה האָט ביז איצט גאָרנישט געטאָן וועגן דעם. נאָך אַלעמען, זענען די פּאָליאַקן הײַנט נײַגעריק צו וויסן וואָס ס׳איז געשען, און דערפֿאַר איז איצט די פּערפֿעקטע צײַט דאָס צו טאָן."
אויף דער פֿראַגע, פֿאַר וואָס זענען אַזוי פֿיל פּאָליאַקן פֿאַראינטערעסירט אין דער ייִדישער קולטור, האַלט צודאַק, אַז עס זענען דאָ צוויי סיבות — "ביידע נישט זייער פֿויגלדיקע. ערשטנס, איז דאָ אַ געוויסער חלל אין דער געזעלשאַפֿט, אַז דאָס ייִדישע פֿאָלק לעבט דאָ נישט מער, און דער איינציקער אופֿן דאָס צו לייזן איז אַרומצורעדן וואָס איז געשען צווישן די פּאָליאַקן און די ייִדן אינעם 20סטן יאָרהונדערט. ס׳איז אַ סך גרינגער דאָס צו טאָן, ווען מע דערקלערט עס בײַ אַ גלאָז קאַלטן ביר, הערנדיק די אויסערגעוויינטלעכע קלעזמער־מוזיק.
"די צווייטע סיבה איז אַ פּשוטע: געלט. די ייִדישע קולטור פֿאַרקויפֿט זיך זייער גוט אין פּוילן. אַ געמיש פֿון אָסקאַר שינדלער מיט ׳פֿידלער אויפֿן דאַך׳. די פֿעסטיוואַלן האָבן שוין אַפֿילו אָנגעהויבן קאָנקורירן איינער מיטן צווייטן. איין אָרגאַניזאַטאָר האָט לעצטנס פּאַטענטירט דעם נאָמען פֿון זײַן פֿעסטיוואַל, כּדי אַ צווייטער זאָל בײַ אים, חלילה, נישט אויסכאַפּן."
מאַקוך איז מסכּים, אַז מע דאַרף נאָך אַ סך אַרבעטן אין דעם געביט. "דאָס איז אַ פּראָצעס, וואָס וועט דויערן אַ לאַנגע, לאַנגע צײַט. פֿון דער צווייטער זײַט, ווען מע פֿאַרגלײַכט פּוילן מיט די פּראָצעסן, וואָס קומען פֿאָר אין אייראָפּע בכלל, דאַרף מען פֿרעגן: וואָלט הײַנט געקאָנט אין אַן אַנדער אייראָפּעיִש לאַנד פֿאָרקומען אין דרויסן אַזאַ ריזיקער ייִדישער קאָנצערט?"
אַ ייִדיש־קלאַס |