טעאַטער
פֿון משה לאָיעוו (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בלויז 12 יאָר איז באַשערט געווען דער אויסערגעוויינטלעך טאַלאַנטירטער אַקטריסע רײַע יאַצאָווסקי צו באַשײַנען די בינע פֿונעם קיִעווער ייִדישן מלוכה־טעאַטער. די שוידערלעכע טיפֿוס־עפּידע­מיע האָט זי אַרויסגעריסן פֿונעם לעבן אויף איר 38סטן יאָר, אָבער דער אָנדענק וועגן איר, פֿאַר די וועלכע האָבן זי געקאָנט, געזען שפּילן, האָט זיך פֿאַרהיט אויפֿן גאַנצן לעבן.

זי האָט געשטאַמט פֿון ליטע, געלעבט אין קאָוונע (קאַונאַס). דער פֿאָטער אירער איז געווען אַ לערער פֿון מוזיק. רײַע, און דערנאָך אירע ייִנגערע ברידער, יעווסיי און אַלכּסנדר, האָבן באַקומען אַ מוזיקאַלישע בילדונג. זי האָט אויסגעצייכנט געשפּילט אויף אַ פֿאָרטעפּיאַנאָ, געזונגען און גע­טאַנצט. אויף די גימנאַזיסטישע אָוונטן, און שפּעטער אין די אַמאַטאָרישע פֿאָר-שטעלונגען און קאָנצערט־פּראָגראַמען, האָט זי געהאַט גרויס דערפֿאָלג.

זי האָט אָבער געטרוימט וועגן עפּעס העכערס, געטרוימט צו ווערן אַן אמתע אַקטריסע, אַ פּראָפֿעסיאָנעלע. עס האָט זי געצויגן קיין מאָסקווע, אין דער עכטער טעאַטראַלער "מעקאַ".

אין יאָר 1925 האָט זיך איר טרוים פֿאַר­ווירקלעכט. אין מאָסקווע האָט זי אויס­געהאַלטן די עקזאַמענס אינעם ייִדישן "גאָסעט". אָבער טרעטן טרעט זי אַרײַן אין דער טעאַטער־סטודיע "פֿרײַ־קונסט", וועלכע איז אין דעם זעלבן יאָר געשאַפֿן געוואָרן דורך אַ גרופּע געזעלשאַפֿטלעכע טוער, אין שפּיץ מיטן רעזשיסאָר פֿונעם באַרימטן מאָסקווער קינסטלערישן טעאַ­טער ("מכאַט"), באָריס ווערשילאָוו.

דאָ איז ווערט צו באַמערקן, אַז אין דער שאַפֿונג פֿון אָט דער ייִדישער טעאַטראַלער סטודיע, וועלכע איז אינגיכן פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַן עכטן טעאַטער, האָבן, צוזאַמען מיט ווערשילאָוון, אָנטייל גענומען דער באַרימטער שוין דאַן קאָמפּאָזיטאָר לייב יאַמפּאָלסקי, דער קינסטלער אַבֿרהם שולריכטער, און צווישן די פּעדאַגאָגן פֿון דער סטודיע זײַנען געווען אַ גאַנצע ריי באַרימטע בינע־מײַסטערס פֿונעם "מכאַט": אַלעקסיי דיקי, יעליזאַוועטע טעלעשעוואַ, ניקאָלײַ כמעלעוו און אַזאַרי אַזאַרין (ווע­מענס אמתער נאָמען איז געווען מע­סערער).

פֿאַר דער ערשטער פֿאָרשטעלונג איז געווען אויסגעקליבן לייוויקס פּאָעטישע לעגענדע "דער גולם", וועלכע איז מיט דערפֿאָלג געשפּילט געוואָרן אין אַ גאַנצער ריי מאָסקווער קלובן און טעאַטערס; און אין זומער 1926, צוגרייטנדיק נאָך איין פֿאָרשטעלונג — "נפֿתּלי באָטווין", לויט דער פּיעסע פֿונעם סאָוועטישן דראַמאַטורג אַבֿרהם וועוויאָרקע (וועגן דעם יונגן לעמבערגער שוסטער באָטווין, וואָס האָט דערשאָסן דעם פּראָוואָקאַטאָר צעכנאָווסקי און דערפֿאַר געוואָרן פֿאַרמישפּט צום טויט) — האָט דער טעאַטער זיך אַוועקגעלאָזט אויף גאַסטראָלן איבער די שטעט פֿון אוקראַיִנע.

באָריס ווערשילאָוו איז געווען נישט נאָר אַ הויכטאַלאַנטירטער רעזשיסאָר, נאָר אויך אַן אויסגעצייכנטער פּעדאַגאָג, אַ דערציִער פֿון יונגע טאַלאַנטן. רײַע יאַצאָווסקי איז געווען זײַן באַליבטע שילערין. אונטער זײַן אָנפֿירונג האָט זיך אויסגעפֿורעמט איר העלער ליריש־דראַמאַטישער טאַלאַנט.

אין 1930 האָט באָריס ווערשילאָוו אָנ­גענומען דעם פֿאָרשלאַג אַריבערצופֿאָרן צוזאַמען מיט זײַן טעאַטער־סטודיע קיין קיִעוו און ווערן דער קינסטלערישער אָנ­פֿי­רער פֿונעם דאָרטיקן ייִדישן מלוכה־טעאַ­טער. פֿון דעם מאָמענט הייבט זיך אָן אַ נײַער עטאַפּ אין דער שעפֿערישער טע­טיקייט פֿונעם טעאַטער, זײַן אויפֿשטײַג צו קינסטלערישע הייכן און צוזאַמען מיט אָט דעם נײַעם עטאַפּ, די שעפֿערישע ביאָגראַפֿיע פֿון רײַע יאַצאָווסקין.

ווערשילאָוו האָט געשטעלט אַ גאַנ­צע ריי אויסגעצייכנטע קלאַסישע און הײַנט­צײַטיקע פּיעסעס, דערונטער: קאַרל גוצקאָווס "אוריאל אַקאָסטאַ", שעקספּירס "דער סוחר פֿון ווענעדיק", ליפּע רעזניקס "דער ערשטער ייִדישער רעקרוט" (לויט ישׂראל אַקסענפֿעלדן), לעוו סלאַווינס "אינ­טער­ווענציע", ניקאָלײַ פּאָגאָדינס "די פּאָע­מע וועגן אַ האַק", נאַטאַן זאַרכיס "די גאַס פֿון פֿרייד", וועוויאָרקעס "דרײַענדיקע פֿליגל", און אַנדערע פּיעסעס; און אין יעדער פֿון זיי האָט זיך אויסגעטיילט רײַע יאַצאָווסקיס טאַלאַנט.

אין לעבן איז זי געווען אַן אומבאַ­מערקבאַרע, זומער־שפּרענקעלעך אויפֿן פּנים, אויף די אויגן ברילן, רויטלעכע האָר. אָבער אויף דער בינע פֿלעגט זי זיך פֿולקום איבערשטאַלטן; געווען צאַרט און חנעוודיק. איר זינגעוודיקע שפּראַך, לײַכטע, פּלאַסטישע באַוועגונגען, טעמפּעראַמענט, פֿרוייִשער חן האָבן גערעגט און געפֿרייט דאָס אויג. דערבײַ פֿלעגט זי אין יעדער ראָלע אַרײַנטראָגן אירע אייגענע, פֿון קיינעם נישט געירשנטע שטריכן: איידלמוטיקייט, אוממיטלבאַרקייט, פֿעיִקייט צו דענקען, און גאָר צולעצט — קלוגשאַפֿט און פֿעיִקייט טיף אַרײַנצודרינגען אינעם כאַראַקטער פֿונעם געשטאַלט.

צום ערשטן מאָל האָב איך זי דערזען אויף דער בינע אין דער ראָלע פֿון נאָרען אין הענריק איבסענס דראַמע "דאָס ליאַלקע־הויז" (בײַ אונדז, ווי אין פֿיל אַנדערע טעאַ­טערס, איז די פּיעסע געגאַנגען מיטן נאָמען "נאָראַ"). דאָס איז געווען דער אַקטריסעס עכטער טריִומף. מיט גרויס מײַסטערשאַפֿט האָט זי דורכגעפֿירט די סצענע, אין וועלכער נאָרע געזעגנט זיך מיט דער שטוב אין וועלכער זי האָט זיך געפֿילט בלויז ווי אַ ליאַלקע, דעם מאַנס ליאַלקע. וויפֿל מו­טערלעכע ליבע האָט זי אַרויסגעבראַכט גע­זעגענענדיק זיך מיט די קינדער, וועלכע ס׳וויל איר נישט אָפּגעבן איר מאַן, דער האַרצלאָזער שערער קראָגסטאַג.

און ווי האַרציק איז זי געווען אין דער ראָלע פֿון יודיפּין, אוריאל אַקאָסטעס געליבטער. די העלדין איז געווען נישט בלויז צויבערדיק, נאָר זי ווערט אויך איר געליבטנס טרײַע שילערין, מיטדענקערין, וואָס איז מיט אים אַוועקגעגאַנגען אין אַן אַנדער וועלט, ווײַל לעבן אָן אים האָט זי שוין נישט געקאָנט. און ווידער דערמאָן איך די לעצטע סצענע זייערע — זי און אוריאל, וועלכן ס׳האָט גלענצנדיק געשפּילט דניאל דניעפּראָוו.

און ווי קאָן מען זי פֿאַרגעסן אין דער ראָלע פֿון דער אומגליקלעכער מוטער, וועלכע איז אַראָפּ פֿון זינען נאָך דעם ווי די "לאָווטשעס" האָבן געכאַפּט איר איין־און־איינציקן זון נחמנען, און אים אָפּגעגעבן אין דינסט צו די סאָלדאַטן אויף 25 יאָר? (דאָס איז שוין פֿון דער פֿאָרשטעלונג "דער ערשטער ייִדישער רעקרוט").

אַ באַזונדער וואָרט וועגן רבֿקהן, דער העלדין פֿון ליפּע רעזניקס פּסיכאָלאָגישער דראַמע "שוועסטער", וועלכע ער האָט געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון יצחק־לייבוש פּרצעס איינאַקטערס און דערציילונגען.

אין אַ פֿינצטערן, עיפּושדיקן קעלער, וווּ ס׳איז קיינמאָל נישט פֿאַראַן קיין זון און נישט קיין מזל, טוליעט זיך אַן אַלטע אלמנה שׂרה מיט אירע דרײַ טעכטער: חנהן, רבֿקהן און טרײַנען. די אויסמאַטערנדיקע אַרבעט, די אָרעמקייט, שלאַפֿקייטן און פֿריִער טויט — אַזאַ איז דער גורל פֿון זיי — די דרײַ שוועסטער — וועשנייטאָרינס.

דאָס צענטראַלע אָרט אין דער פֿאָר­שטעלונג פֿאַרנעמט דער גורל פֿון דער שיינהייט רבֿקה. זי האָט ליב אַ יונגן בחור, מאיר, נאָר האָבנדיק רחמנות אויף דער מאַמעס גרויע האָר און דער שוועסטערס קראַנק האַרץ, האָט זי חתונה מיטן פֿאַר­האַסטן 75־יאָריקן רײַכן וווּכערניק, זײַנוול, וועלכער האָט שוין פֿאַרמוטשעט דרײַ ווײַבער. איצט גייט אַראָפּ פֿון זינען און שטאַרבט דאָס פֿערטע ווײַב זײַן — די שיינהייט רבֿקה.

אַן אומפֿאַרגעסלעכע פֿאָרשטעלונג! און טאַקע דער עיקר אין איר האָט רײַע יאַצאָווסקי אַרויסגעוויזן די אייגנאַרטיקייט פֿון איר שאַפֿונג: דאָס קאָנען טיף און פּינקטלעך איבערגעבן די דינסטע עמאָציעס פֿונעם געשטאַלט, די פּינקטלעכסטע אויס­דריק­פֿולקייט פֿון דער פֿאָרעם, די דער­נענטקייט פֿון די קלאַסישע געשטאַלטן צו דער הײַנטצײַטיקייט. הײַנט, איר גלענצנ­דיקער טעמפּעראַמענט!

אויב דאָס אַלץ איז נאָך ווייניק, וועל איך דערמאָנען, אַז זי, די אומפֿאַרגעסלעכע רײַע, האָט נישט בלויז באַשײַנט די פֿאָר­שטעלונגען פֿונעם טעאַטער, נאָר אויך מײַסטעריש און חנעוודיק אויסגעפֿילט לידער און טענץ פֿון כּלערליי סאָוועטישע פֿעלקער.

און נאָך וועל איך צוגעבן, אַז אין לעבן איז אָט די געטלעכע אַקטריסע געווען אַ באַשיידענע, דעליקאַטע און איידלמוטיקע. איר מאַן האָט זי פֿאַרלאָזט מיט אַ קליין קינד, אָבער קיין בייז האָט זי אויף אים נישט געהאַלטן. נאָך מער, ווען מיט אים האָט געטראָפֿן אַן אומגליק, ווען מען האָט אים רעפּרעסירט אויף גאַנצע צען יאָר, האָט זי אים געטרייסט, געשיקט פּעקלעך (פּערעדאַטשעס) און בריוו.

... ווען רײַען איז געוואָרן גאָר שלעכט, האָט דער דירעקטאָר פֿונעם טעאַטער, הירש ספּעקטאָראָוו, געשיקט אַ טעלעגראַמע צו אירע עלטערן, וועלכע האָבן זיך באַוויזן צו עוואַקויִרן פֿון קאַונאַס קיין קאַזאַן. איר מאַמע איז תּיכּף געקומען קיין דזשאַמבול. נאָר העלפֿן רײַען האָט שוין קיינער נישט געקאָנט. זי איז געשטאָרבן אין גרויסע ליידן דעם 25סטן סעפּטעמבער 1943 און געוואָרן באַערדיקט אויפֿן דזשאַמבולער צענטראַלן בית־עולם. שטעלן איר אַ דענק­מאָל האָט מען שוין נישט באַוויזן; דער טעאַטער האָט זיך אַריבערגעקליבן קיין אוזבעקיסטאַן — צוערשט קיין קאָקאַנד, דערנאָך אין פֿערגאַנאַ. גאָט ווייסט, צי ס׳איז געבליבן כאָטש אַ זכר פֿון איר קבֿר.

* * *

עיקר־שכחתּי: אין יאָר 1978 זײַנען אינעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן "מלחמה־נאָטיצן". אָנגעשריבן האָט זיי רײַע יאַצאָווסקיס עלטערער ברודער, יעווסיי. פֿון זיי האָב איך זיך דערוווּסט, אַז איר יִיִנגערער ברו­דער, אַלכּסנדר, איז אומגעקומען נאָך אין מערץ 1942. ער איז געווען אַ מיטגליד פֿון אַ גרופּע מיליטער־לײַט, וועלכע זײַנען געפֿלויגן קיין ליטע צו אָרגאַניזירן דאָרטן די פּאַרטיזאַנער־באַוועגונג. צוליב אַ פֿעלער איז דער עראָפּלאַן, אויף וועלכן ס׳איז געפֿלויגן די גרופּע, אַראָפּ פֿונעם פֿלי־קורס און אַראָפּגעוואָרפֿן די גרופּע נישט אין ליטע, נאָר אין לעטלאַנד, וווּ זיי זענען אומגעקומען אין אַ נישט גלײַכער שלאַכט מיט די היטלעראָווצעס.

און נאָך האָב איך זיך דערוווּסט, אַז צווישן די צען אָנטיילנעמער פֿון דער אומגעקומענער גרופּע, זײַנען געווען זיבן אָדער אַפֿילו אַכט ייִדן.

וואָס שייך יעווסייען אַליין, האָט ער אָנטייל גענומען אין די מלחמה־שלאַכטן פֿונעם ערשטן טאָג, און ווען ס׳איז פֿאָרמירט געוואָרן די 16טע ליטווישע שיסער-דיוויזיע אין באַשטאַנד פֿון דער 48סטער אַרמיי, איז ער געוואָרן אַריבערגעפֿירט אַהין און ווײַטער אָנטייל גענומען אין די שלאַכטן ביזן לעצטן טאָג פֿון דער מלחמה. דערנאָך האָט ער זיך געלערנט אין אַ יורידישן אינסטיטוט, געוואָרן אַ יוריסט און אויך אַ פּובליציסט; פֿאַרנומען פֿאַראַנטוואָרטלעכע מלוכה־שטעלעס, געווען אַן אַקטיווער גע­זעלשאַפֿטלעכער טוער. אָבער אין פֿעב­רואַר 1994, אָנווערנדיק דעם גלויבן אין דער קאָמוניסטישער וועלט־אָנשויוּנג, פֿאַר­עפֿנטלעכט ער אינעם ניו־יאָרקער ייִדישן "פֿאָרווערטס" אַ ווידוי "אַ פֿאַרשפּעטיקטע חרטה אין דרײַ לעבנס־וועגן". די דריטע טייל איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין דער צײַטונג, ווען ער איז שוין נישט געווען צווישן די לעבעדיקע.

וואָס שייך רײַעס זונדעלע, האַנס־סאַניע, האָט אים אויסגעכאָוועט זײַן באָבע, וועלכע האָט געלעבט נאָך דער מלחמה אין ריגע. דערנאָך האָט אים צוגעומען צו זיך זײַן פֿאָטער; געלערנט אים, געמאַכט פֿאַר אַן אינזשענער. ער האָט חתונה גע­האַט, אָבער געשטאָרבן זייער פֿרי, אין די 1980ער יאָרן.

אָט אַזאַ לעבנס־גורל איז אויסגעפֿאַלן אויף דער אויסנעמלעכער אַקטריסע רײַע יאַצאָווסקי און איר גאַנצער פֿאַמיליע. זאָל אָט די פֿאַצייכענונג מײַנע וועגן איר, פֿאַרבײַטן אַ קראַנץ בלומען אויף איר אומ­באַוווּסטן קבֿר.