פּאָליטיק

די געשיכטע, ווי מיר ווייסן, איז אַ ריזיקער בית-עולם פֿון מצבֿות אין דער פֿאָרעם פֿון אָנדענק-טעג פֿון "היסטאָרישע פּאַסירונגען" — לויט דער סעלעקציע פֿון יעדן איינעמס אינטערעס, פֿון יעדן איינעמס פּערזענלעכן און קאָלעקטיוון זכּרון. הײַנטי­קע וואָך איז "אַנטהילט געוואָרן" נאָך אַ מצבֿה אויפֿן בית-עולם פֿון דער געשיכטע, ס'איז צוגעקומען נאָך אַ דאַטע אויף אונדזער קאָלעקטיוון אָנדענק-לוח: דער 12טער יולי — דער ערשטער יאָרטאָג פֿונעם אויסברוך פֿון דער צווייטער מלחמה אין לבֿנון.

דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש, דעם 5טן יוני, האָט די עפֿנטלעכקייט אין ישׂראל אָפּ­געמערקט דעם 40סטן יאָרטאָג נאָך דער זיגערישער זעקס-טאָגיקער מלחמה מיט איר אופֿאָריע און מיט אירע פֿילזײַטיקע פּאָליטישע אויסווירקונגען אין משך פֿון די פֿערציק יאָר. דעם אַנדערן טאָג, דעם 6טן יוני, איז די ישׂראלדיקע מעדיאַ — די געדרוקטע און די עלעקטראָנישע פּרעסע — פֿאַרבײַגעגאַנגען שטילשווײַגנדיק איבער דעם יאָרטאָג פֿון אַ צווייטער היסטאָרישער דאַטע: דעם 25סטן יאָרטאָג פֿון דער ערש­טער לבֿנונישער מלחמה — וועלכע האָט דעמאָלט נאָך נישט געוווּסט, אַז אַזוי וועט זי "הייסן" און אַז "אין איר אָנדענק" וועט באַשטימט ווערן דער נאָמען פֿון דער צווייטער מלחמה אין לבֿנון.

דער פֿאָרמעלער נאָמען פֿון דער ערש­טער איז געווען, ווי די לייענער געדענקען, "מבֿצע שלום־הגליל" — "אָפּעראַציע פֿאַרן פֿרידלעכן וווילזײַן פֿונעם גליל", ער זאָל נישט זײַן מער באַדראָט פֿון קיין קאַטיושעס און פֿון קיין אַנדערע כּלים פֿון טעראָר און הריגה. געזאָלט האָט דאָס זײַן אַ קורצווײַליקע מיליטערישע אַקציע פֿון 48 שעה, באַשטימט אויף א קורצן מהלך פֿון 40 קילאָמעטער — וואָס האָט זיך אָבער גיך פֿאַרוואַנדלט אין אַן אינוואַזיע פֿון איבער 150 קילאָמעטער ביז ביירוט, די הויפּטשטאָט פֿון לבֿנון, און געדויערט האָט זי פֿאַקטיש גאַנצע אַכצן יאָר, אין וועלכע ישׂראל האָט געהערשט איבער אַ ברייטן שטח פֿון דרום-לבֿנון.

פֿון איר — און נישט בלויז פֿון איר — האָבן מיר געלערנט, אַז אַ מלחמה, ווייסן מיר אַלע מאָל, ווי אַזוי זי האָט זיך אָנגע­הויבן, אָבער מיר קענען קיינמאָל נישט וויסן, ווי אַזוי און מיט וואָס זי וועט זיך פֿאַרענדיקן, און וואָס עס וועלן זײַן אירע נאָכווייענישן. די צווייטע מלחמה אין לבֿנון האָט פֿון דאָס נײַ באַשטעטיקט דעם דאָזיקן אייביקן אמת.

דעם נאָמען "ערשטע לבֿנונישע מלחמה" האָט זי באַקומען אין זכות פֿון דער צווייטער, וואָס איז אויך געקרוינט געוואָרן דורך די קאַפּיטאַנען פֿון דער מדינה אָן אַ טראָפּן חשק, אָבער בלית־ברירה, און וואָס איר ערשטער יאָרטאָג איז טאַקע אויסגעפֿאַלן הײַנטיקע וואָך, ווי אַ טרויעריקע דאַטע אויף אונדזער אָנדענק-קאַלענדאַר.

אויסטערליש זענען די מאָסן, מיט וועל­כע דער קאָלעקטיווער זכּרון מעסט די באַ­גריפֿן פֿון צײַט: עס האָט זיך אָנגענומען דער זאָג, אַז יענע ערשטע לבֿנונישע מלחמה, וואָס איז געפֿירט געוואָרן דורך דעם דרײַ­לינג שרון-ראַפֿול-בעגין, האָט געדויערט גאַנ­צע אַכצן יאָר. נישט געקוקט אָבער דערויף, וואָס איר יורשטע, די צווייטע, וואָס איז געפֿירט געוואָרן אונטערן שטעמפּל פֿון שרונס יורש, אהוד אָלמערט, האָט געדויערט בלויז 33 טעג — ווערט גראָד זי, די יורשטע, הײַנט באַטראַכט ווי די לענגסטע פֿון אַלע ישׂראלדיקע מלחמות... דאָס איז דערפֿאַר, ווײַל דאָס באַציט זיך צו זייער אַקטיוון דויער, און דער פֿאַרגלײַך ווערט געמאַכט מיט דער זעקס-טאָגיקער מלחמה, וואָס איר תּכלית ווערט איצט העפֿטיק דיסקוטירט אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט מיטן אָפּצייכענען, אין די זעלבע טעג, איר פֿערציקסטן יאָרטאָג.

אין קעגנזאַץ צו דער יום-כּיפּור מלחמה, וועלכע האָט געבראַכט נאָך זיך, כאָטש פֿינף יאָר שפּעטער, דעם שלום מיט עגיפּטן — האָט די זעקסטאָגיקע מלחמה געבראַכט נאָך זיך פֿערציק יאָר אָן אַ סטאַביליטעט, נאָר מיט אַ הוידלקע פֿון אויפֿשטײַג און ירידה, אַ תּקופֿה פֿון טיפֿע קאָנטראַסטן צווישן געעפֿנטע פֿענצטער און פֿאַרשלאָסענע, פֿאַרפּאַסטע געלעגנהייטן.

די ערשטע יאָרן פֿון פּאָליטישע הצלחות און פֿון חסד זענען געוואָרן פֿאַרטאַכליעוועט און האָבן זיך גיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ געפֿעכט צווישן געעפֿנטע פֿענצטער און פֿאַרשלאָסענע, פֿאַרפּאַסטע געלעגנהייטן, פֿון נישט געלייזטע קריזיסן.

די פֿערציק יאָר פֿון ישׂראלס מלוכישן רײַף ווערן — צווישן דעם זעקסטאָגיקן נצחון און דער צווייטער מלחמה אין לבֿנון — זענען געוואָרן אַ תּקופֿה פֿון מלוכישן בלי און פֿון וויאַנונג, פֿון אויסברייטערונג און פֿאַרשמעלערונג און טיפֿע קריזיסן, פֿון טעכנאָלאָגישע דערגרייכונגען און פֿון מאָראַלישע סקאַנדאַלן און בושות, פֿון פֿײַנטלעכן טעראָר און פֿון "פֿרײַנטלעכער" מלוכישער קאָרופּציע — פֿערציק יאָר פֿון עקזיסטענציאַלן געראַנגל צווישן גוט און שלעכט, צווישן האָפֿערדיקייט און ייאוש, פֿון נחת און פֿון אַנטוישונגען.

בקיצור — דאָס זענען געווען יאָרן פֿון דראַמאַטישער שפּאַנונג אויף די מערסטע געביטן פֿונעם מלוכיש-געזעלשאַפֿטלעכן לעבן.

אויב פֿון דעם מיליטעריש-סטראַטעגישן קוקווינקל איז געווען אַ תהומיקער קאָנ­טראַסט צווישן די דאָזיקע צוויי מלחמות — צווישן דער קירצסטער און דער לענגסטער — זענען זייערע פּאָליטישע רעזולטאַטן נישט ווײַט איינע פֿון דער אַנדערער. אויב עס גייט אין זייער תּכלית, איז דער תּכלית פֿון דער זעקסטאָגיקער מלחמה געווען אַ צווייפֿלהאַפֿטער, בעת די 33־טאָגיקע מלחמה פֿון פֿאָריקן יאָר איז געווען בכלל אָן אַ תּכלית. און ביידע זענען געבליבן נישט פֿאַרענדיקט — אָן אַ שלום, אָן אַ הסכּם. דער פֿירנדיקער דרײַלינג האָט געזוכט אין דער מלחמה דעם נצחון, און נישט דעם תּכלית, און אין זײַן פֿרי־צוגעאײַלטער "נצחון-רעדע" אויפֿן 14טן טאָג פֿון דער מלחמה האָט דער פּרעמיער אָלמערט מיט קיין איינציקן רמז נישט דערמאָנט דאָס וואָרט "שלום", ווי איך האָב דאָס אָנ­געוויזן שוין דעמאָלט, אין אַן אַרטיקל אין "פֿאָרווערטס" פֿון 22.08.06, אין וועלכן איך האָב אויך ציטירט אָלמערטס אָנזאָג וועגן אַ "פּרעצעדענטלאָזער ענדערונג אין דעם גאַנצן מיטעלן מיזרח", וועלכן די מלחמה זאָל האָבן, כּלומרשט, געבראַכט.

"אַ מלחמה, אין וועלכער עס ווערן נישט גענומען אין באַטראַכט די פּאָליטישע אויסווירקונגען און וואָס האָט נישט קיין רעאַלן פּאָליטישן ציל פֿאַר אַ פֿרידלעכער לייזונג גלײַך נאָך איר, איז אויסגעשטעלט אויף אַ דורכפֿאַל" — האָב איך דעמאָלט גע­שריבן. ווען מיר מאַכן איצט דעם חשבון און ציִען אונטער דעם סך-הכּל פֿון דעם ערשטן פֿאַרענדיקטן יאָר נאָך דער דאָזיקער "זיגערישער" מלחמה ווײַזט זיך אַרויס, אַז אירע צוויי הויפּט-צוועקן זענען ביז איצט נאָך אַלץ נישט רעאַליזירט געוואָרן, און דאָס זענען: צוריקקערן די צוויי פֿאַרכאַפּטע זעלנער און אַנטוואָפֿענען די "כעזבאָלאַ". און — אַזוי ווי די יום-כּיפּור מלחמה פֿון אָקטאָבער ,1973 האָט זיך די צווייטע לבֿנוני­שע מלחמה פֿאַרענדיקט מיט אַ מאַסיווער פּראָטעסט-באַוועגונג און מיט דער פֿאָדע­רונג אויפֿצושטעלן אויספֿאָרש-קאָמיסיעס צו געפֿינען די פֿאַראַנטוואָרטלעכע פֿאַר דעם דורכפֿאַל.

אָבער עס זעט אויס, אַז נישט ווייני­קער דראַמאַטיש איז דאָס יאָר פֿון נאָך דער מלחמה — אַ יאָר, וואָס איז פֿול גע­ווען מיט אַ סך דערוואַרטונגען און נאָך מער אַנטוי­שונגען, מיט גרויסע ענדערונגען אויפֿן לוח פֿון די פּאַרטיייִשע פֿאַרהעלטענישן — סײַ אין דער קאָאַליציע און סײַ אָפּאָ­זיציע.

אַ יאָר איז שוין אַריבער נאָך דעם אויס­ברוך פֿון דער מלחמה, וועלכע האָט שוין באַוויזן מיט אירע טיילווײַזע באַריכטן צו באַזײַטיקן פֿון דער מאַכט צוויי פֿון דעם מלחמה-פֿירנדיקן דרײַעק — דעם מיליטע­רישן הויפּט-קאָמאַנדיר און דעם זיכערהייט-מיניסטער, אין דער צײַט ווען דער דריטער, דער "שפּיץ" פֿון דעם דרײַעק, וואַרט מיט זײַן גורל אויף נאָך די ימים־נוראָים — אויף די "פֿאָרכטיקע טעג", ווען עס וועט פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן דער פֿולער באַריכט מיט די ענד-מסקנות פֿון דער ווינאָגראַד-קאָמיסיע.

דער פּרעמיער אָלמערט וואַרט, דאָס פֿאָלק וואַרט — אָבער די צײַט וואַרט נישט, זי שטייט נישט אויף אַן אָרט. אַ סך פּאַסי­רונגען האָט דער מיטעלער מיזרח בכלל, און מדינת־ישׂראל בפֿרט, אַדורכגעמאַכט אין דעם יאָר פֿון נאָך דער מלחמה. עס זענען שוין געוואָרן צוגעזאָגט "נײַע האָרי­זאָנטן" פֿאַרן מיטעלן מיזרח, אָבער אויפֿן האָריזאָנט איז שוין אויסגעוואַקסן און האַלט אין איין וואַקסן דער אַטאָמישער קאָשמאַר פֿון איראַן און עס שטאַרקט זיך דער טעראָר-רעזשים פֿון "כאַמאַס" אין דעם פּאַלעסטינער עזה-פּאַס.

און — אין לאַנד האָט אין דעם יאָר זיך אָפּגעשפּילט דער עקלהאַפֿטער ספּעקטאַקל אין הויז פֿון דעם מדינה-פּרעזידענט, וואָס איז געוואָרן באַפֿלעקט מיט שאַנד דורך דער אויפֿפֿירונג פֿון משה קצבֿ. צום גליק, האָט זיך דער דאָזיקער קאָשמאַר פֿאַרענדיקט — מיטן אײַנשווערן דעם 15טן יולי אין דער כּנסת דעם אַלטן מנהיג שמעון פּערעס ווי דעם נײַעם נשׂיא פֿון מדינת־ישׂראל.

תּל-אָבֿיבֿ, דעם 10טן יולי 2007