- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איידער איך האָב אָנגעהויבן זיך לערנען ייִדיש, בין איך קיין מאָל נישט געווען אויף אַ לוויה, אָבער זינט דעמאָלט, און ספּעציעל לעצטנס, בין איך געוואָרן אַ גרויסער מבֿין אויף לווית. איך ווייס שוין פֿון פֿריִער, וווּ די לוויה וועט פֿאָרקומען, ווער ס׳וועט רעדן און וואָס מע וועט זאָגן; כ׳האָב אַ פּלאַץ רעזערווירט בײַ דער מיזרח־וואַנט און כ׳ווייס, ווי אַזוי זיך אַרײַנצושלײַכן שטילערהייט, ווען איך קום אָן שפּעט און די צערעמאָניע האָט זיך שוין אָנגעהויבן. אַ מאָל פֿאַרגעס איך גאָר ווער ס׳איז געשטאָרבן — דעמאָלט טראַכט איך מיר: שוין צײַט צו גיין אויף אַ בר־מצווה אָדער אַ ברית... אָבער אין אונדזער באַיאָרטער ייִדיש־וועלט מאַכט זיך זעלטן די געלעגנהייט אָפּצובײַטן די לוויות מיט עפּעס אַנדערש. דעריבער האָב איך זיך באַזונדערס דערפֿרייט די פֿאַרגאַנגענע וואָך ווען איך האָב געהאַט די געלעגנהייט צו גיין אויף אַ חתונה. נישט סתּם אַ חתונה: צווישן מײַנע חבֿרים יעקבֿ־פּרץ בלום און לאה שוגאַר, ביידע גוט באַקאַנט אינעם קליינעם "שטעטל" פֿון יונגע ייִדישיסטן דאָ אין ניו־יאָרק. יעקבֿ איז פֿריִער פֿון לאהן געוואָרן אַ שטעטל־אײַנוווינער, שוין אויף דער "ייִדיש־וואָך" סוף אויגוסט 2004. ער האָט נישט לאַנג צוריק אָנגעהויבן זיך לערנען מאַמע־לשון און ביז דעמאָלט האָט ער נאָך נישט געהאַט מיט וועמען צו רעדן. פֿאַקטיש האָט ער זיך נישט געלערנט אין קיין ייִדיש־קלאַס ביזן הײַנטיקן טאָג: אַלצדינג האָט ער אײַנגעזאַפּט אין זיך פֿון די ביכער און פֿון שמועסן. מיט זײַן גוואַלדיקן שפּראַך־טאַלאַנט קען יעקבֿ שוין ייִדיש, העברעיִש, פּאָרטוגעזיש, אונגאַריש, רוסיש, און ער אַרבעט אויף נאָך עטלעכע שפּראַכן. נישט קיין חידוש, וואָס ער טראַכט אַרײַנצוגיין אין אַ גראַדויִר־פּראָגראַם און שטודירן לינגוויסטיק! זײַן אונגאַריש האָט יעקבֿ גענאַשט בײַ לאהן, וואָס אירע עלטערן זענען אויפֿגעוואַקסן אין בודאַפּעשט. נאָך בעסער איז איר ענגליש, ווײַל זי האָט שטודירט דראַמאַטורגיע; עטלעכע פּיעסעס אירע האָט מען שוין אויפֿגעפֿירט. און דווקא אַ פּיעסע האָט זיי אינספּירירט חתונה צו האָבן: מיט אַ יאָר צוריק האָט יעקבֿ געשפּילט די ראָלע פֿון מאָטל אין דער "פֿאָלקסבינע"־פֿאָרלייענונג פֿון "דאָס גרויסע געווינס" פֿון שלום־עליכם. נאָך דעם ווי ער האָט שוין דרײַ מאָל חתונה געהאַט אויף דער בינע, איז אים אײַנגעפֿאַלן צו פֿרעגן לאהן אויף אַן אמת. אויב דער לייענער מיינט, אַז איך וויל דאָ בלויז שרײַבן וועגן מײַנע חבֿרים און זיי אָפּגעבן מזל־טובֿ אויף זייער חתונה, האָט ער אַ טעות. איך שרײַב וועגן אַ ביטער־שווערן ענין: שידוכים און חתונות. וווּ געפֿינט מען הײַנט אַ ייִדיש־רעדנדיקן זיווג? און ווי אַזוי פּראַוועט מען אַ ייִדישיסטישע חתונה? יעקבֿ האָט שוין געטראַכט וועגן די פֿראַגעס און ער האָט פֿאַר זיי געפֿונען ענטפֿערס, וואָס וועלן אַלע יונגע ייִדישיסטן צו נוץ קומען. דער ערשטער טריט אין דעם לאַנגן פּראָצעס פֿון חתונה האָבן איז זײַן אויף אַן אָרט, וווּ מע קען זיך טרעפֿן מיט מעגלעכע קאַנדידאַטקעס. יעקבֿ האָט שטודירט אינעם אוניווערסיטעט פֿון קאַליפֿאָרניע אין סאַנטאַ באַרבאַראַ, וווּ עס זענען בכלל דאָ זייער ווייניק ייִדן; פֿון פֿרומע אָדער טראַדיציאָנעלע ייִדן — שוין אָפּגערעדט. דערפֿאַר האָט ער באַלד נאָכן ענדיקן דעם קאָלעדזש זיך איבערגעפּעקלט קיין ניו־יאָרק, אַזוי ווי אַ סך יונגע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע יונגע־לײַט. כאָטש ער האָט געוואָלט געפֿינען אַ מיידל וואָס קען ייִדיש, האָט ער גלײַך אײַנגעזען, אַז דאָס איז נישט רעאַליסטיש. בעסער זי פֿריִער געפֿינען און נאָך דעם זי אויסלערנען. יעקבֿ און לאה האָבן זיך באַקענט אויפֿן שדכנות־וועבזײַטל "Jdate", וווּ לאה איז געווען דאָס ערשטע מיידל, מיט וועלכן יעקבֿ האָט זיך געשטעלט אין קאָנטאַקט — אַזאַ מזל האָבן זיי! אין משך פֿון עטלעכע חדשים האָט זי שוין אָנגעהויבן לערנען אים אונגאַריש און ער זי — ייִדיש. הײַנט קענען זיי ביידע רעדן איינער דעם אַנדערנס שפּראַך — נאָך נישט ווי אַ וואַסער, אָבער אויך נישט מער ווי אַ בלאָטע. זייער חתונה איז געווען פֿאַרבונדן מיט עטלעכע פּראָבלעמען. ערשטנס, איז נישט געווען קיין געלט. לאה האָט נאָך שטודירט, איז דער גאַנצער עול געפֿאַלן אויף יעקבֿס קאָפּ. אַ זאַל האָבן זיי געפֿונען אין פּאַרק־סלאָופּ, ברוקלין: די שיל "בני־יעקבֿ", האַלב חרובֿ, אָבער מיט אַן אויסטערלישן חן און אויטענטישקייט. געפֿינען אַ פּאַסיקן מסדר־קידושין איז געווען גרינגער, ווײַל יעקבֿ האָט שוין פֿון פֿריִער געקענט אַ יונגן רבֿ, ר׳ לייזער אַברבנל. דאָס מײַסטערווערק פֿון דער חתונה איז געווען די כּתובה, אָנגעשריבן אין אַ הערלעכער שריפֿט פֿון יעקבֿס בעסטן חבֿר רן, אויף דרײַ שפּראַכן: אַראַמיש, ייִדיש, און אונגאַריש. ס׳איז אַזוי שיין געמאַכט, אַז איך האָב רנען געבעטן ער זאָל מיר אויך שאַפֿן אַזאַ כּתובה — שוין פֿון פֿריִער, אם־ירצה־השם — אָבער ער האָט מיר געענטפֿערט: קיין מאָל נישט. אויב ער וואָלט געוווּסט פֿון פֿריִער וויפֿל אַרבעט מע דאַרף אַרײַנלייגן אין אַזאַ כּתובה, וואָלט ער דאָס קיין מאָל נישט אָנגעהויבן. מיט די קלעזמאָרים אויף דער חתונה האָט אָנגעפֿירט דער טאַלאַנטירטער פֿידלער דזשייק שולמאַן־מענט. דזשייק שפּילט הערלעך, אָבער, ווי ס׳קומט אָפֿט פֿאָר אויף אַ חתונה, הערט זיך קיינער נישט צו. בײַם טאַנצן האָט אַ חב״דניק אַפֿילו געמורמלט פֿאַר זיך: "גענוג מיט דער נאַרישער קלעזמער־מוזיק!" צום גליק זענען אויך בײַגעווען בײַ דער חתונה עטלעכע קלעזמער־אָנהענגער, וואָס האָבן הנאה געהאַט בשעת דער חב״דניק האָט געליטן. יעקבֿ און לאה האָבן זיך טאַקע געראַנגלט מיט דער פֿראַגע, ווי ייִדישיסטיש די חתונה מעג זײַן. מע האָט פּלאַנירט אײַנצואָרדענען דאָרטן בדחנות און פֿאַרבעטן מער קלעזמאָרים, אָבער אַזוי ווי ס׳רובֿ געסט זענען געווען פֿרײַנד און משפּחה, וואָס ווייניק פֿון זיי קענען ייִדיש, האָט מען עס געמאַכט מער אַ נאָרמאַלע, ענגליש־שפּראַכיקע חתונה. די ייִדישיסטן האָט מען פֿאַרבעטן אויף אַ באַזונדערער שבֿע־ברכות־מסיבה מיט דרײַ נעכט שפּעטער, אין ריווערדייל בײַ דער משפּחה איידלמאַן. דערצו וועט די "קושוואָך" פֿאָרקומען סוף אויגוסט אויף דער "ייִדיש־וואָך", אין דעם ראָמאַנטישן קאָפּייק, ניו־יאָרק. אַ קיצור, ס׳איז געווען אַ שיינע חתונה. אָבער אויב עס וואָלט געווען מײַן חתונה, וואָלט איך עס זיכער געמאַכט גאַנץ אַנדערש. קודם־כּל, וואָלט איך נישט חתונה געהאַט מיט יעקבֿן, ווײַל ער איז נישט מײַן "טיפּ". זײַן משפּחה וואָלט איך אויך נישט פֿאַרבעטן — פֿײַנע מענטשן, אָבער וואָס זענען זיי צו מיר? לאהס טאַטע וואָלט איך אפֿשר יאָ פֿאַרבעטן, ער זאָל זיצן לעבן מײַן זיידן און שמועסן וועגן דער אַלטער היים. צווייטנס, וואָלט איך עס געמאַכט נישט אין אַ שיל, נאָר אינעם היימישן זאַל פֿון "ייִדישע אַרטיסטן און פֿרײַנד", אינעם בנין פֿון דער "היברו אַקטיאָרן־יוניאָן". דריטנס, וואָלט מען אויף מײַן חתונה גערעדט בלויז ייִדיש. אויב מײַנע קרובֿים וואָלטן נישט פֿאַרשטאַנען, וואָלט דאָס זיי אפֿשר דערמוטיקט זיך אַוועקצוזעצן און זיך לערנען ייִדיש. פֿאַר מוזיק וואָלט איך פֿאַרבעטן דעם חסידישן "ראָק־סטאַר" ליפּע שמעלצער; בלויז איין קלייניקייט — פֿאַר אים וואָלט איך געדאַרפֿט אויפֿשטעלן אַ מחיצה ער זאָל נישט דאַרפֿן קוקן אויף קיין ווײַבער. עסן וואָלט איך געקויפֿט בייגל מיט שמירקעז; אויב עס שאַט דעם געזונט, זאָל כאָטש זײַן ביליק. און אויב קיינער וויל נישט קומען, וועט זײַן נאָך ביליקער. נו, דער פּלאַן איז נאָך נישט אין גאַנצן אויסגעאַרבעט, אָבער דאַנקען גאָט, כ׳האָב נאָך גענוג צײַט. דערווײַל בין איך דאַנקבאַר, וואָס מיר האָבן אַלע געקענט זיך משׂמח זײַן צוזאַמען מיט יעקבֿ און לאה אויף זייער אַ שיינער, טראַדיציאָנעלער, היימישער חתונה. מזל־טובֿ! a dank, leyzer!Submitted by yankev314 on Fri, 2007-07-13 19:36.
leyzer, a gevaldiker artikl! zeyer zeyer komish. ikh kuk aroys af dayn khasene! |